שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

שלום עליכם עליכם שלום

רבותי ס'קומט @חידושים איבער א @גלעזל קאווע וואס מ'קויפט ביי @שמערל פאר א @ניקל לע"נ דעם צאדיק פון @ריבניץ אזוי גיימער זיך פארמעסטן מיט @שאך שפילערס

ווי אויך א ווארימע באגריסונג פאר דעי וואס האבן ליידער נאכנישט זוכה געווען צו געהעריגע נעמען
@Abe5
@חסיד24
@moshe02
(א נאמען וואס מ'קען ארויסליינען גרינג איז מער רילעיטעבול, מ'קען אלעמאל טוישן די נאמען ביים פראפייל, חוץ טאמער מ'וויל דוקא בלייבן א רואה ואינו נראה).

מאכט אייך אלע היימיש און באקוועם, די טעמפעראטור איז געווענדליך צו די ווארימע זייט!
-

אגב @ניקל אויב דו ביסט דער זעלבער ניקל פון אנדערע סייטס פליז לאז מחנים וויסן וועט מען דיר געבן די כבוד פונעם אלגעמיינעם ניקל, און אויב נישט ביסטו קרעמלס ניקל.
עליכם השלום
 
שלום עליכם @האפ טשיק טשאק
תתחדש פאר דיינע ערשטע מעסעדשעס אין קרעמל.

איך בין נייגעריג וואס ליגט אונטער די אינטערסאנטע נאמען...
 
שלום עליכם @האפ טשיק טשאק
תתחדש פאר דיינע ערשטע מעסעדשעס אין קרעמל.

איך בין נייגעריג וואס ליגט אונטער די אינטערסאנטע נאמען...
עליכם שלום!
דעם נאמען קומט פון אן אלטער יידישיסטישער ניגון ביי מאַקס ווילנער. בעצם האב איך נישט קיין עקסטרע חיבור צו די נאמען נאר כ'האב פינקט געהערט דע ניגון ווען כ'האב ג'עפענט מיין פראפיל דא.
 
עליכם שלום!
דעם נאמען קומט פון אן אלטער יידישיסטישער ניגון ביי מאַקס ווילנער. בעצם האב איך נישט קיין עקסטרע חיבור צו די נאמען נאר כ'האב פינקט געהערט דע ניגון ווען כ'האב ג'עפענט מיין פראפיל דא.
האב איך שוין אין די שנעלקייט געלערנט א פרישע קאמישע אינטערסאנטע לידל, ווי אויך איבער מאקס ווילנער.

נאך א מזל איך האב געפרעגט.

ש'כח
 
שלום עליכם @האפ טשיק טשאק
ביסט אריין געקומען מיט א קנאק
שרייבסט מיט א זאפטיגער באק
קלוגשאפט און געריבנקייט דק דק
די קיבארד געב א האק
הודעות א פּאַק
משפיע מיט א גראדן גענאק
ויהיה לנו רק
טוב - א פיהלער זאק
 
שלום עליכם שעפטי געטרייע
ס'איז נאכאמאל געקומען דיין רייע
צו ווארפן פאר די יונגע און נייע
א גוט ווארט, א גאלדענע מטבע
אזויווי ס'געווען למפרע

טוה ווייטער אינספירירן די מאסן
ווי אבטליון און שמעיה
ווי רבא און אביי

זאלסטו טאקע האבן סיי די מאה און סיי די דעה
 
שלום עליכם @האפ טשיק טשאק
ביסט אריין געקומען מיט א קנאק
שרייבסט מיט א זאפטיגער באק
קלוגשאפט און געריבנקייט דק דק
די קיבארד געב א האק
הודעות א פּאַק
משפיע מיט א גראדן גענאק
ויהיה לנו רק
טוב - א פיהלער זאק
פששש.. אזעלכע שיינע חרוזים.
אפשר וועל איך דיר הייערין פאר מיין מצווה טאנץ, אדער גאר מיין מצבה... איך ווייס נישט וואס וועט זיין קודם. און אלענפאלס I hope to live up to די הויכע שבחים.
 
איך ציטער..:eek:, ווען גייסטו מאכן דעי דסידזשען?
איך מאך שוין לאנג נישט דעסידזשעןס פאר זיך אליינס, איך לאז מיך פירען פון אויבן, אדער אינטען אדער פון ווי נאר די השגחה זאל קומען פון. איך בין גרייט לעת מצוא.

אמר רבי חנינא: לעת מצוא – זו אשה שנאמר: "מצא אשה מצא טוב".
רב נחמן בר יצחק אמר: לעת מצוא – זו מיתה, שנאמר: "לַמָּוֶת תּוֹצָאוֹת".
 
wow!! שוין לאנג נישט באקומען אזא גוטע נייע קרעמלער @האפ טשיק טשאק, קומסט אריין מיט פרישקייט, א נייע קאליר...
דו בארייכסט [ בארייכערסט מיט דיין לולקע] די קרעמל❤️❤️
 
wow!! שוין לאנג נישט באקומען אזא גוטע נייע קרעמלער @האפ טשיק טשאק, קומסט אריין מיט פרישקייט, א נייע קאליר...
דו בארייכסט [ בארייכערסט מיט דיין לולקע] די קרעמל❤️❤️
איך בין שטארק humbled. 🙏

לגבי די לולקע, פאר מיך רעפרעזענט עס די ברייטע דיינעמיק צווישן די צדיקים מיט די אריסטאקראטין פונעם 18 יארהונדערט. איך נעם אינספיראציע פון ביידע זייטן. פון איין זייט בין איך א פארדביקוטע חסידישע איד מיט שטארקע אמונת צדיקים (נישט קיין היינטיגע חלילה), פונעם צווייטן זייט בין איך א 18 יארהונדערט משכיל. מיין פּאַראַדאָקסאַל לעבן שטייגער שפיגלט זיך אפ מיט וואס ר' נחמן האט געזאגט "איין טאג א מלאך, איין טאג א גאַלעך" נאר ביי מיר קען עס זיין א פאָר מאל די זעלבע טאג.
 
שלום עליכם @פארוואס
דאס איז נישט די זעלבער פארוואס פון ק"ש.
נאר א אינגער דור, פרישע פראגעס, נייע וויזיעס, און א צווייטער פארוואס.

מיין פארוואס שאלה ווערט נישט פארענטפערט.
פון אלע מיינע אומוויסנדהייטן בין איך נאכנישט ווייסענדיג.
אבער די שאלות נאגן מער נישט אזוי שטארק
אפי' אהן וויסן קען מען ענדשויען אויפן מארק

הלואי זאל מען נאכגיין דאס הארץ, ביום טוב היה בטוב, נעמען דאס לעבן טאג ביי טאג לויט ווי מ'איז דאן!

אבער ליבער פארוואס, פרעג דיינע שאלות כחכם ותם,
וישמח לבנו גם וגם
 
הלואי זאל מען נאכגיין דאס הארץ, ביום טוב היה בטוב, נעמען דאס לעבן טאג ביי טאג לויט ווי מ'איז דאן!
איך בין גראדע אויך איינגעשריבן אויף אנדערע אזעלכע פלאטפארמעס אונטער פארשידענע נעמען, דארט באקומט מען טאקע מער לייקס און אטענשאן אבער למעשה איז עס זייער איינגעצוימט און מ'לאזט כמעט גארנישט לייגן אומצענזורירט, ממילא וועל איך טאקע נאכגיין מיין הארץ, גוף און השקפה און פארברענגען דא.
 
העי! שמער שווייניגער @motty איז דא! ביסטו טאקע יענער געשמאקער מאטי וואס איך קען מיטן גלאטן בארד, שיינעם ווייסן העמעד, און אי סיגרעט? אויב יא, זעמער דאך שוין אלטע פריינט. און אויב נישט לאמיר ווערן היינט!

ווער רעדט נאך פונעם סופר וואס מאנכע הענגן אהן אויף אים אזוי פיהל פון אונזערע טראדיציע... @שפן הסופר האסט יעצט א נייער טשאנס צו שרייבען א היינטיגער ספר דברים...

@יסירא אוי ואבוי, אבער סמא דיסירא איז קבלה באהבה, אויב מ'זאגט זיי גאר @Thanks

פארשטייט זיך אונזער העלד וואס האט פיין אנגערייצט דעם אליפורני ביז ער איז גוט מיד געווארן @יהודית ברוכה הבאה

@סמארקאטש כ'בין אומוויסנד וואס דער נאמען באדייט, ביטע שעם זיך נישט ארויפקומען און מסביר זיין

און @hsnnxnxello כ'האף אז דאס איז נישט אויך דיין פעסווארד... 😘

מאכט אייך אלע היימיש און באקוועם!

א דאנק @פארוואס פארן שרייבן! כ'קען קוים ווארטן!

און @פרעמדער ביטע זיי נישט חושד קרעמל צו זיין קעגן עפעס, אדרבה אויב מענטשן האבן נישט ארויס אידישקייט פיהל פריי צו מסביר זיין און אונז אלע קלוגער מאכן!
---

א גריס צו דיר טייערער ליינער,
בעל הבית אויף דיר איז קיינער
הער אויס דעם זיך דיין איינער
בריאה איז גאר א שיינער

האב זיך ליב און געב נישט קיין דעקל
באפריי זיך פון יענעם פעקל
ביסט נישט דא צו דינן יענעם, דאס איז אן עקל
ביסט קיינעמס מעקל
שרייב פאר זיך דיין אייגן טשעקל

נאר דו דארפסט זיך ליב האבן
נאר דו דארפסט זיך אקאצעפטירן
נאר דיין אייגן הארץ טוהסטו פארמאגן
טוה מיט זיך שטאלצירן, מארשירן, זיך פירן.

כי הוא הנותן לך כוח לעשות חיל!

❤️❤️❤️
 
איך מאך שוין לאנג נישט דעסידזשעןס פאר זיך אליינס, איך לאז מיך פירען פון אויבן, אדער אינטען אדער פון ווי נאר די השגחה זאל קומען פון. איך בין גרייט לעת מצוא.

אמר רבי חנינא: לעת מצוא – זו אשה שנאמר: "מצא אשה מצא טוב".
רב נחמן בר יצחק אמר: לעת מצוא – זו מיתה, שנאמר: "לַמָּוֶת תּוֹצָאוֹת".
לעת מצוא זו אשה שנאמר מוצא אני את האשה מר ממות
האסטו ביידע אין איין פסוק
 
Back
Top