שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

א יישר כח פאר'ן מיך אינטרעדוסן. איך בין אהערגעקומען כדי צו פארשרײבן געשיכטע למען ידעו דורות הבאים פון מײן טאהשער װינקל און הײם. איך האף אז איך װעל מיך דא געפינען צװישן גוטע לאנדסלײט און דארפסלײט פון מײן פּאַשע און צוזאמען װעלן מיר קענען אהערשטעלן אן ערגענצטע בילד פון די פארשידענע פרשיות װאס איז זיך אױף אונז און אונזערע עלטערן פארלאפן דורכאױס די יארן. ובשם ה' נעשה ונצליח.
 
שלום עליכם @הייליגע טאטע, כ'האב שוין לאנג געווארט טאטי זאל אנקומען דא זיכער מאכן אז זיינע קינדער זענען באקוועם 😀
 
שלום עליכם פאר די פרישע ניקים.
באמת דארף זיך ווען יעדע נייע ניק אינטרעדוסן און זיך באקענען מיטן עולם, ווי אין קאווע שטיבל, אבער דא פירט מען זיך נישט צו באלעסטיגן קיינעם מיט איבריגע ארבעט אויב זיי ווילן נישט.

@שמפ
מיט קיין איין vowel, איז אַ גראם נישט מעגליך
בכלל וועפ איך שוין צו טרעפן גראמען טעגליך

@לייסענס
לייסענס צו וואס, און צו ווען?
טובל'ען כלים, אדער זינגען נגיני סקלען?

@נבוך
ביסט נישט דער איינציגער וואס פייגלעך טוען ביי דיר אין קאפ זשומען.
ס'איז דא אסאך דא אין קרעמל וואס טיילן מיט דיר א נאמען.
לאז די עולם הערן ווי דו ביסט פארבלאנדזשעט און פארלוירן.
קען זיין איינער האט א שטארקע סברה, וואס וועט זיין צו דיינע עינים קילורין.
 
שלום וברכה, נאך א לענגערע צייט האמיר ענדליך גענומען די שריט און אויפגעמאכט א ניק.

ס׳איז צום האפן אז איך און ענק וועלן הנאה האבן פון מיין אנוועזנשאפט…
 
פשיהא אזויפיל נייע מענטשן צום טיש.

@simon774
@א מענטש
@אלא מקל
@אטגאן
@שלעפער
@פויליש
@סיסטעמאטישער.
@סומקא
@גרינע בוים
@צפור בודד
@funey

תתחדש די נייע ניקס.
א קוש צו אייער בעקעלע פון מיינע ליפס...

קרעמל וואקסט און בליעט
צו שרייבן נאך, מיר ציעט
חדשים זיך געמיעט
צייט פאר רעטריעט

שרייבט, ליינט
לאכט, וויינט
טראכט, מיינט
ערוועק דיין שיין
אויסמעק דיין פיין
די אמת'ע זיך זיין

די סיסטעם א בלעזל, אינעווייניג א צובאלטער
פיל אן א גלעזל סעלצער א קאלטער
שרייב דיין מיין, קיינער צוריקהאלט דיר
צענזור זאל גיין, צום מיטל אלטער
 
לעצט רעדאגירט:
טוט ענק אויס די הוטן און שטעלט אייך אויף פון די פלעצער. דער 103 יעריגער הרב @אי"ל שטיינמן איז דא פון יענע וועלט. ער קומט מבשר זיין די בשורה אז באמת איז אלעס א זשאוק, און ווען ער קען ווען וואלט ער צוריקגעדרייט די זייגער אפאר יאר, כדי צו קענען האבן כאטשיג איין בילד מיט אן אויסגעקעמטע בארד.

@victim האט ספעציעל זיך אריינגעסיינט צו דערציילן בפרטי פרטים וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען ווען זיין מגיד שיעור האט איהם איבערגעלייגט און אריינגעפּראקט. יודעי דבר זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געזען געווארן אין א מקווה זייט דעמאלט צוליב די צייכענעס. ער האט געפרעגט זיין דיין און באקומען א היתר זיך צו רופן וויקטים, אפילו ס'איז קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה מיטן עלטערע בחור וואס פלעגט איהם נאכלויפן.
 
טוט ענק אויס די הוטן און שטעלט אייך אויף פון די פלעצער. דער 103 יעריגער הרב @אי"ל שטיינמן איז דא פון יענע וועלט. ער קומט מבשר זיין די בשורה אז באמת איז אלעס א זשאוק, און ווען ער קען ווען וואלט ער צוריקגעדרייט די זייגער אפאר יאר, כדי צו קענען האבן כאטשיג איין בילד מיט אן אויסגעקעמטע בארד.
מיי גאש, איצטערט האב איך מורא פאר גילוי, נאך דאס פעהלט מיר אויס, איך בין געווען ביי הרב שטיינמן, יא כ'האב געווארט אין די רייע און נאך מעריב צוגעגאנגן און געשמועסט פאר עטליכע מינוט און האט מיר געוואונטשן הצלחה און אויך זיך געלאזט פאטאגראפירן מיט מיר
 
@mordechai
@שכל הפועל
@גפן ממצרים
@yoy
@טשאטשקעלע
@טעפל אראנדש סאדע

וועלקאם אבאורד!

איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך בין באמת פריילעך יעדעס מאל איך זעה ווי קרעמל וואקסט.

אגב, ס'מוז זיין די איינזאמע נעכט אין שטאט, ווייל זייט פאריגע וואך איז דא כסדר בערך 200 באזוכער אויפאמאל.

יעצט:
1000424341.png
 
קום איך אריין דא און זעה פון פריש די פילע געסט.
שלום עליכם פאר אלע זומערדיגע געסט.
1000425189.png

מאכט אייך אן אקאונט, און לאזט הערן אייער מיינונג אויף אלעם אין די וועלט.
פון סאטמאר ביז באבוב און פאפא
פון ילידי הענק ביזן אומפע לומפע
פון פאליטיק אין ארצינו, איראק און איראן
ביז פיליזאפיע און מעדיצין, שיף און עראפלאן
פון בעטהאווען און באך
ביזן סתם נישט רעדן צו דער זאך

האט נישט קיין שרעק און קיין מורא
קיינער דארף נישט וויסן ווער איר זענט
נישטא קיין דורות בעתיד אדער פריערדיגע מסורה
קומט ליינען און שרייבן, ווי נאר איר קענט

***

ווי אויך שלום עליכם און וועלקאם צו די נייע ניקים.
@זמרי
@זכוכית
@שמש
@האמבורג
@Jl95

***

מעלדונג:

היינט גייט נישט זיין שווימען צוליב די אינספעקטארן. ווי אויך זאלן אלע מלמדים גיין מיט א ווייסע שירצל אין לאנטש רום.

באָנק 8 און 9 זאלן קומען צו די אפיס נעבן די קאנטין פאר ווייטערדיגע אינסטרוקציעס.
 
שלום עליכם יעדער איינער.
קודם שכח @שושני פאר די ווארימע וועלקאם, איך בין געקומען צו די אפיס נעבן די קאנטין פאר ווייטערדיגע אינסטרוקציעס אבער די מנהל האט געשיקט א גבאי מיך אויפזוכן ווייל יעצט דארף מען זיין אין לאנטש רום, יעצט שטיי איך אויפן סטעטש בפני כל עם…

איך האף צו הנאה האבן פון קרעמל און צוגעבן צו די פלאץ, פון זייט פינחס א אייניקל פון אהרן הכהן האט מיך באשראפט טריי איך צו זיין וואויל…
 
אז מ'רעדט שוין.

איך מיין ס'האט נאך קיינער נישט פרובירט פארשטיין דיין זייט פון די מעשה. יעדער ווייסט נאר די זייט פון פנחס.

אפשר עפנסטו א שנירל ביי די תנ"ך פארום צו מסביר זיין וואס איז אלס פארגעגאנגען, פון דיין פערספעקטיוו? אפשר איז עס נישט אזוי פשוט... אונז פארלאנגען היינט due process בעפאר מען שטעכט איינעם דורך באותו המקום.
 
זייער א גוטע עצה, אפשר פרשת פינחס, מיין אותו מקום טוט מיך נאך וויי עד היום הזה
 
Back
Top