שמועסן איבער מנהגים פון די ימים נוראים

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,568
רעאקציע ראטע
11,270
פונקטן
1,943
א גוטן קרעמלער,

פאר די נעקסטע חודש וועל מיר טוהן א געוואלד מיט מנהגים וואס די מקורות דערפאר זענען נישט אזוי באקאנט.

וויל איך דא עפענען דעם שנירל אז סיי ווער זאל קענען פרעגן און ענטפערן איבער די מקור און די השתלשלות פון סיי וועלכע מנהג. סיי פון פוסקים און ספרי הלכה, און סיי פון אלגעמיינע היסטארישע מקורות וואס קען געבן קאנטעקסט.

איך האב פונקט געטראכט פון תשליך. איינער ווייסט ווי די מנהג האט זיך אנגעהויבן?

ווי ווייט איך פארשטיי איז עס בעיקר אן אשכנזישער מנהג פון פופצנטער יארהונדערט ווייל איינער האט געטייטשט וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם אביסל צו ליטערעל.

דער אדר"ת שרייבט אין זיין ספר תפילת דוד:
ובאמת ראוי הדבר בדור הזה לבטל אותו המנהג, ובפרט בעיירות הגדולות, וביותר מפני שנדפסו תחינות לנשים, ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה, והם לשחוק ולצנינים בעיני העמים

דער ערוך השולחן שרייבט:
ויש נוהגים לילך ביום ראשון דראש השנה אל הנהר, ולאמר פסוקים "ותשליך במצולות ים כל חטאתינו". וקורין לזה "תשליך".

ויזהירו שלא ילכו נשים. ובמקומות שהולכות – מוטב שאנשים לא ילכו כלל. דבלאו הכי יש מתרעמים על זה בזמן הזה, ורבים נמנעים מזה מפני טעם הידוע להם, ונכון הוא.

איך בין נייגעריג וואס דער "טעם הידוע להם" איז?
ס'קוקט אביסל אויס ווי ער איז באזארגט פאר פריצות צווישן די מענער און פרויען... אבער אפשר מיינט ער די זעלבע טעם פונעם אדר"ת, ווארום זיי זענען קאנטעמפארעריס (contemporaries) און האבן זיך געקענט.
 
ביי בדיקת חמץ,ווי מען איז בודק חורין אין סדקין זאגט די הלכה אז א חור שבין אדם לגוי , בודק עד מקום שידו מגעת, אבער די הלכה בלייבט ווי דעה פון דעם תנא פלימו אז ער זאל גארנישט בודק זיין ,נאר מבטלו בלבו ודיו, ווייל מען וויל פארמיידן אז דער שכן, דער גוי, זאל נישט חושד זיין דעם ייד, אז ער מאכט כישוף, מיט עפעס א ברענענדיגער ליכט מיט וואס ער קוקט אריין , ביי די סדר תשליך , איז אויך גיוועהן גלויביגע נישט יידן וואס האבן חושד גיוועהן אז מען טהוט עפעס א כישוף, און זיי האבן עס אהנגעקוקט מיט א קרום אויג,
אין די היסטוריה פון יהודי אשכנז איז ידוע די גזירות פון שנות ק״ח, ווען טויזענטער יידן זענען פשוט דער׳האג׳עט גיווארן פאר די עלילה אז יידן האבן פאר׳סמ׳ט די ברונעס און די וואסערן , די עלילה האט אויך ערוועקט א התנגדות צו די מנהג פון תשליך , אז מען זאל זיך נישט צוזאם קומען מיט תפילות ביי די וואסערן, אל תפתח פה לשטן
 
ביי די סדר תשליך , איז אויך גיוועהן גלויביגע נישט יידן וואס האבן חושד גיוועהן אז מען טהוט עפעס א כישוף, און זיי האבן עס אהנגעקוקט מיט א קרום אויג,
אין די היסטוריה פון יהודי אשכנז איז ידוע די גזירות פון שנות ק״ח, ווען טויזענטער יידן זענען פשוט דער׳האג׳עט גיווארן פאר די עלילה אז יידן האבן פאר׳סמ׳ט די ברונעס און די וואסערן , די
עלילה האט אויך ערוועקט א התנגדות צו די מנהג
פון תשליך
וואס איז די מקור אז זיי האבן אנגעקוקט תשליך ווי כישוף?
 
דער אדר"ת שרייבט אין זיין ספר תפילת דוד:

ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה
דאס וואלט געווען גענוג פאר געוויסע הויפן אז די נשים זאלן מאריך זיין. והא ראי' דער אדר"ת ברענגט עס שוין
 
וואס איז די מקור אז זיי האבן אנגעקוקט תשליך ווי כישוף?
לויט מיין השערה איז דאס די כוונה פון בעל ערוך השולחן, וואס ער זאגט טעם הידוע , אויב וואלט ער זיך באצויגן אויף תערובת אנשים ונשים, וואלט ער וועהן ארויס געשריבן ,און אויף דעם קען מען מתקן זיין ,אזוי ווי ביי שמחת בית השואבה , מען איז מסדר א הפרדה ,
דאס אז עס זענען גיוועהן חשדות פון די גוים, אז יידן טהוען כישוף - ביי תשליך-קען מען טרעפן היינט ביי די גוים טאקע , קען מען עס טרעפן אין גוגל .
 
והיה אם שכוח תשכח, איז אויך גוט, אבער אז דער שכוח איז דא, איי רילי עפרישיעיט איט
קעסיווע ואכסימע טויבע
 
איך פארשטיי נישט דיין ווערטל אבער סייווי האב איך דאך געשריבן שקויעך.
 
נו, עס קומט דאך "יישר כח״, שקויעך קוקט אויס ווי שכוח, איז שייך די מליצה שכוח תשכח
עני וועי יישר כח פאר חיזוק
 
אקעי דייס האב איך בערך פארשטאנען. ספעציעל מיט דיין בונדיסטישע צוענדיגונג. אבער פארוואס אויב מען זאגט שכוח פארגעסט מען? אדער מיינסטו צוזאגן אויב פארגעסט מען וויאזוי צוזאגן שכוח?! אבער וואלט דאך געדארפט שטיין אם יישר כח תשכח? בקיצור, פאנג מיך נישט אָן וועגן ספעלן ווייל איך וועל מיך נעמען צו דיין פּאָנקטשוּאײשאן 😆
 
דער אמת מוז גיזאגט ווערן , אז אין די ספרי אשכנז האט מען זיך גירעכנט אז די גוים זאלן נישט אפשפעטן פון די יידישע קאמישע מנהגים, מען זעהט אז ביי תשעה באב האט מען מתיר גיוועהן צוגיין מיט לעדערנע שיך אין רשות הרבים כדי שלא ילעגו הגוים עלינו
דא אין ניו יארק, איז גיוועהן א מילתא דפשיטא אז אויף דער גאס, גייט מען שבת מיט א הוט, דעם שטריימל האט מען גיהאלטן אדער אין שוהל, אדער
מען האט עס אהנגעטהון נאר אין שטוב
דער טויש האט גימאכט דער סאטמאר רב, אז מען ווערט נישט נתפעל פון די גאס (צו עס איז ריכטיג איז א ענין בפני עצמו) און עס איז גיווארן די שטריימל רעוואלושן, וואס האט אויך אהנגישטעקט די ליטאים, ווי עס איז אויך דא בעיסיקעלי א יוניפארם באקליידונג פאר אלע בני ישיבות אין די כדור הארץ,
 
אקעי דייס האב איך בערך פארשטאנען. ספעציעל מיט דיין בונדיסטישע צוענדיגונג. אבער פארוואס אויב מען זאגט שכוח פארגעסט מען? אדער מיינסטו צוזאגן אויב פארגעסט מען וויאזוי צוזאגן שכוח?! אבער וואלט דאך געדארפט שטיין אם יישר כח תשכח? בקיצור, פאנג מיך נישט אָן וועגן ספעלן ווייל איך וועל מיך נעמען צו דיין פּאָנקטשוּאײשאן 😆
וועלן מיר זאגן ווי רבי יהושע, נעניתי לך,
 
וואס טיז דיין מיינונג אין דעם ענין ?
וואס איז די צוויי זייטען אויף דעם.
וועלן מיר זאגן אזוי, אז מען ווערט גיטרעינט נישט נתפעל צו ווערן פון די גאס, איז א חומה בצורה צו זיין אפגיזונדערט - מיט א געוויסן שיעור - פון די אומות העולם ,עס שטייט דאך הן עם לבדד ישכון, איז דאך לויט דעם א יידישע לבוש א געוואלדיג זאך לגבי פערזערווירען יידישקייט די דאון סייד איז, אז די מאכסט אזא ספעשל יוניפארם ווי יעדער טראגט אויפן קאפ א שטריימל מיט וואס ער ווייזט ארויס זיין ייחוד׳קייט ער איז שוין עפעס א חפצא, ווערט די יידישקייט פארטוישט אין די חיצוניות , משא״כ ווען דער אשכנז׳ישער ייד פון אמאהל וואס האט נישט גיהאט אזעלכע בגדי כבוד ותפארת, ווי דער גאנצער סעט שטריימל בעקישע רעזשעוואלקע גיפעפערטע הויזן מיט שטעק שיך האט ער אבער גיהאט מער אמונה פשוטה מיט אמער עמקות אין מוח און הארץ בפנימיות,
אויף די אונגארישע יידן וואס האבן זיך גיגאהלט די בארד לכבוד שבת, ווי דער טור שרייבט אין הלכות ראש השנה ״ומגלחים את זקנים״ זאגט דער
חת״ם סופר ״קדוש יאמר לו״,און ער איז בכלל נישט גיווארן באיינדרוקט פון די חסידים וואס טראגן נישט בגדי צמר משום חסידות, טאקע דערפאר ווייל עס איז חיצוניות .
 
Back
Top