- זיך איינגעשריבן
- אוג. 5, 2024
- מעסעדזשעס
- 34
- רעאקציע ראטע
- 249
- פונקטן
- 28
אהיים-קומענדיג שבת צופרי פון מיין בעיסמעדריש [קרעמל] וואס איז א היפשער מהלך פון מיין הויז, והשמש יצא על הארץ, און כדרכי בין איך געגאנגען שטריימל און בעקיטשע לאז, טרעפט מיר אן א פגע-טוב א רבי’ש קינד און מיר האבן זיך שיין באגריסט, ער פרעיגט מיר צו איך בין אמאל געפארן חול המועד?
- למאי נפקא מיניה?
זאגט ער מיר אז ס’באקאנט אז דער הייליגער ר"ר בער זי"ע האט געזאגט אויף זיך אז פארוואס איז נגזר געווארן אויף איהם "נתגלה" צו ווערן אלס רבי, ווייל ער איז איינמאל געפארן חול המועד....
פירט ער אויס דער יעניגער "ביסטעך נתגלה געווארן"
איך בין נישט שולדיג געבליבען, און כ’האב איהם געענפערט "וועלכע עבירה האסטו שוין געטוהן וואס צוליב דעם גייסטו מיט’ן דיקן בעקיטשע - טלית - RASHוואלקע - שאל - ווען ס’איז 88 דעגרי אויפ’ן גאס...?