Grow_a_helmet
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אוג. 7, 2024
- מעסעדזשעס
- 36
- רעאקציע ראטע
- 153
- פונקטן
- 38
אז מען רעדט פון 'שמירת עיניים'. לדעתי איז די עבודה אן עבודה שבלב און נישט אן עבודה מעשית.
אזוי ווי די מעשה פונעם בחור וואס איז געגאנגען אין א שמאלע געסל, און עס איז אנטקעגן געקומען א געוויסע רעבעצין (איך געדענק נישט ווער). דער בחור זייענדיג א גרויסע יר''ש מיט גרויסע מדריגות אין שמירת עיניים האט זיך מיט א שנעלקייט אויסגעדרייט און צוגעדרוקט צום וואנט. האט דער רעבעצין זיך אנגערופן: ענדערש קוק אויף מיר און טראכט פונעם וואנט, ווי קוקן צום וואנט און טראכטן פון מיר...
די מושג פון זיך 'היטן די אויגן' טייטשט: גיי אויפן גאס - זעה א פרוי - און ווער נישט פארלוירן. נישט יעדע מאל א מענטש זעט א פרוי דארף דאס זיין דרך תאווה.
יעדער וואס פארשטייט א משהו צו די טבע פון א מענטש, פארשטייט אז די פאקוס אויף נישט קוקן פארמערט נאר די זאך, און קומט אויס איז קאונטער פראדוקטיוו.
עס איז נישט אבאוט "האבן די כוחות" צו האלטן די אויגן אויפן טראָטואַר. נאר צו נישט זיין תותר אחרי ראיית העיניים. עס איז נישט קיין עבודה פון טוען, נאר אן עבודה פנימית. אן עבודה שבלב.