שמירת עיניים אבסעסיע

אז מען רעדט פון 'שמירת עיניים'. לדעתי איז די עבודה אן עבודה שבלב און נישט אן עבודה מעשית.

אזוי ווי די מעשה פונעם בחור וואס איז געגאנגען אין א שמאלע געסל, און עס איז אנטקעגן געקומען א געוויסע רעבעצין (איך געדענק נישט ווער). דער בחור זייענדיג א גרויסע יר''ש מיט גרויסע מדריגות אין שמירת עיניים האט זיך מיט א שנעלקייט אויסגעדרייט און צוגעדרוקט צום וואנט. האט דער רעבעצין זיך אנגערופן: ענדערש קוק אויף מיר און טראכט פונעם וואנט, ווי קוקן צום וואנט און טראכטן פון מיר...

די מושג פון זיך 'היטן די אויגן' טייטשט: גיי אויפן גאס - זעה א פרוי - און ווער נישט פארלוירן. נישט יעדע מאל א מענטש זעט א פרוי דארף דאס זיין דרך תאווה.
יעדער וואס פארשטייט א משהו צו די טבע פון א מענטש, פארשטייט אז די פאקוס אויף נישט קוקן פארמערט נאר די זאך, און קומט אויס איז קאונטער פראדוקטיוו.

עס איז נישט אבאוט "האבן די כוחות" צו האלטן די אויגן אויפן טראָטואַר. נאר צו נישט זיין תותר אחרי ראיית העיניים. עס איז נישט קיין עבודה פון טוען, נאר אן עבודה פנימית. אן עבודה שבלב.
 
איך האב נאכנישט באקומען קיין ענטפער פון קיינעם.
ווען איז סעקס געווארן א פראבלעם אין רעליגיע?
ווייל לכתחילה איז סעקס געוועהן א נארמאלע זאך אין יעדע קולטור און אין יעדע רעליגיע, חוץ די עריות, נישט חתונה האבן מיט קיין שוועסטער און מיט קיין קעמעלעך, אקעי! אבער סתם אזוי האט יעדער געהאט פלגשים, גאנצע פסוקים אין די תורה אנגעפילט מיט נעמען פון פלגשים און ווייבער, די גאנצע נ״ך איז אנגעפילט מיט דעם… וואו שטייט אין תורה אז מ׳דארף גייען אראפגעבויגן מיט די קאפ ווי א בת היענה? דאס איז וואס די אייבערשטער וויל? ק׳מאן? כבעט ענק ברחמים! אזעלכע מיני טפשות!

ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם מיינט נאר אז מ׳זאל נישט מזנה זיין מיט קיין אשת איש!!! ס׳מיינט נישט אז מ׳טאר נישט קוקן אויף קיין פרויען!​

און צו די אלע מענטשען וואס זאגן אז די רבנן האבן געמאכט א גדר? קודם כל איז עס הוילע שקר ווייל די רבנן האבן קיינמאל נישט געמאכט קיין שום גדר אין דעם.
צווייטענס: א גדר צו וואס? מ׳זאל נישט קוקן אויף קיין איין פרוי ווייל אפשר דורך דעם גייט מען אנקומען צו א תאוות צו טרענען מיט די אייגענע מוטער??? וואס???

די תורה טוט קלאר פארבאטן צו צולייגן עפעס צו די תורה, די איסור פון לא תוסיף ולא תגרע. פארוואס האט מען נישט געמאכט א גדר צו לא תוסיף? אויב מ׳וואלט געמאכט א גדר צו לא תוסיף וואלט מען נישט איינגעפירט אלע אנדערע גדרים!

וואס האט רעליגיע קעגן סעקס? קען מיר איינער מסביר זיין? וואס איז עס אנדערש ווי אלע אנדערע זאכן וואס א מענטש דארף האבן דורכצולעבן? וואס איז עס אנדערש ווי עסען?
אלע רעליגעס האבן עפעס א אבסעיסע מיט סעקס!
אפשר ווייל אמאליגע צייטן האבן מענטשען געהאט צופיל סעקס און מ׳האט גערעיפט פרויען זיי געמאכט טרויגעדיג און אפגעפיצט צו א נייע שטאט און געטוהן די זעלבע מעשים טובים. ס׳קען זיין אז זיי האבן מחליט געוועהן צו דערשערקן פרימיטיווע מענטשען, ווייל עפעס אנדערש מאכט נישט קיין סענס און ס׳האט נישט קיין שום מקור אין די תורה. זעראו!

סאיז אמת אז א מענטש דארף זיך קענען באהערשן און טאר נישט ווערן פארלוירן פאר דעם. און אז נישט יעדע פרוי איז א סעקסואל אַביעקט. דאס איז אלעס גערעכט און פיין און וויואל, אבער זינט ווען איז סעקס געווארן עפעס א הארבע עבירה? נאכדערצו די ערגסטע עבירה! פון וואו נעמט זיך דעס?
אויב ס׳וואלט טאקע געוועהן די ערגסטע עבירה וואלט עס ערגעץ געשטאנען אין תורה, נישט נאר אין קיצור שלחן ערוך…

וואס איז שלעכט ווען צוויי מענטשען האבן הנאה און זיי קאָנעקטן זיך איינער מיטן צווייטען אויף א געוויסע אופן, סעקס קיין זיין א העכערע זאך, ווער זאגט סאיז א גשמיות׳דיגע זאך? אפשר איז עס א רוחניות׳דיגע זאך? סאיז נאר געווארן stigmatized ביי פרימיטיווע מענטשען פאר סאָם ריזען… ס׳איז גארנישט אנדערש פון עסען א אייז קרים חוץ אז ס׳איז פון די עריות דעמאלטס פארשטייט יעדער פארוואס סאיז א פראבלעם.

לעצט רעדאגירט:
עס איז נייע ביזנעס מאדעל, מ'מאכט א קאמפיין פאר א געוויסע מצוה און יעצט קעם מען פאנדרעיזען
האסטו דאך שוין אוואדאי געהערט דעם וואויס נאוט ווי דער איד זוכט א פאנדרעיזער פאר זיין 5 דיפס וואס ער שיקט צו צוויי אלמנות א יעדעס וואך. ער דארפ נאר 60 טויזענט פער וואך. און עס האט גאר אסאך פאטענטשעלס זיך אפי' אויס שפרייטן. מער דיפס אדער, מער אלמנות מען וועט שוין זעהן ווי אזוי.
 
איך האב אריין געקאלט איבער לאזענדיג א מעסעדזש אז איך האב געזעהן א שרעקליכער מראה וואס טוה איך דא ?
און יא איינער האט מיך צוריק געקאלט. און וויל וויסען וואס איך האב געזעהן. איך בין געווארן מיט איהם גראפיש. שאקינג ער האט נישט אראפ געקלאפט דעם טעלעפוין ער האט עס פיין געקענט הענדלען. (אביסעל צו געפוצט, אבער איך האב יא געהאט א קאנווערסעישאן מיט דעם מתחיל מר. לעפ......... און איהם געפרעגט מיט אן אמת. זאג מיר וואט די העק? איך קען דיך נישט פון היינט אדער נעכטן איך געדענק דיין פוין פאר צוויי דריי יאר צוריק. וואס פארא א שווארץ יאר טוהסטו דא.

ענטפער איז שאקינג. ער טוהט דאס משום מעשה שהיה וואס מען קען נישט פובליצירן. און ובכן געלט פחדך ווייטער געלט דאס איז שוין נאר די אוטקאם פון די מענטשען וואס זענען געווען אינוואלווד אין די מעשה שהיה האבן איהם געשטיפט און געגעבן געלט פאר אנהייבן די זאך. און ער זאגט אין די צירקלען ווי עס דארף ארבעטן ארבעט עס און עס קען ווייטער ארבעטן.

און וואס איך מיין מיט די צווייטע פאראגראפ איז א שטיקעל שווערער שמועס איך האב אנגעהויבן שרייבן וואס איך מיין איך האב אבער געפיהלט אז עס גייט ברענגען אזא מין פושבעק איך האב עס דיליטעט און געלאזט דא.
 
לעצט רעדאגירט:
ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם מיינט נאר אז מ׳זאל נישט מזנה זיין מיט קיין אשת איש!!! ס׳מיינט נישט אז מ׳טאר נישט קוקן אויף קיין פרויען!
פיין, איך פארשטיי אז אחרי עיניכם גייט ארויף אויפן ברית קודש, און אחרי לבבכם אויף א אשת איש, אבער עס שטייט דאך אויך לא תנאף, זאלסט נישט קוקן אויף קיין פרויען
 
@ריבי האט זיך צוגעלערנט צושרײבן. פארפאלן!
מכל מלמדי השכלתי כי עדותיך שיחה לי

די פראפאגאנדע וואס ווערט געפירט אויף די עיניים איז פיוטייל , ווייל אמת ,ער זאגט ,עין רואה הלב חומד והגוף עושה , מיינט ער נישט אז מען קען גובר זיין דעם יצר , מיט סתם אראפקוקן , ווייל עס איז דא א נאטירליכער רייץ , וואס וועט עווענטועל זיך שטארקן אייפערדיג , און עס וועט מאכן פון די קבלה , כאילו לא היה,
עס פארלאנגט זיך ביזי צוזיין מיט אנדערע ענינים , וואס זאל ממלא זיין די מחשבה , אז דער לב זאל נישט זיין פנוי פון חכמה , און לימודים , וועט זיין עיניך לנוכח יביטו , האופפולי , און ער וועט נישט אזוי גלוסטן צו די הנאה פון פרויען געיז ,
ער לייגט ארויס פארטרעטן פון זכרים , וואס קוקען אראפ , מען זעהט נישט אין וואס זיי קוקן ,מען קען זיך פארשטעלן וואס זייירע אויגן זוכן
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
די חילוק איז לכאורה מסתבר, עס איז אבער דא א גמרא אין מסכת עבודה זרה, אז רבי שמעון בן גמליאל האט געזעהן א מלכה אשת טורנוסרופוס, און ער האט געזאגט צו גאט א הודאה אויף איר שיינקייט, מה רבו מעשיך ה', און די גמרא פרעגט גראד היתכן, ער האט געקוקט אויף איר להנאתו?

די גמרא ענטפערט, זיי האבן זיך געטראפן איינע קעגן די אנדערע ביי א קארנער, דער קומט פון איין ווינקל, און ער מאכט א דריי, עס איז געווען א באגעגעניש.

פון די שקלא וטריא איז משמע אז קוקן לשם הנאה אפילו נישט לשם תאוה איז נישט וועלקאם.
לכאורה יש לדון בזה, כאטשיג איך רעד נישט פון רבי שמעון בן גמליאל, אבער אין די גמרא'ס צייטן ווען מ'רעדט פון א שיינע פרוי אדער הנאה פון א שיינע פרוי, מיינט עס סעקשואלע הנאה, ווייל דאס זענען פרויען געווען דעמאלטס, ס'ס אביעקטן. נאכמער, בזמן הגמ' האבן זיך פרויען זייער ווייניג געדרייט אין גאס (אפי' ביי די גוים), און ווען מ'האט שוין יא געזען עפעס א פרעמדע פרוי איז מען גלייך געשפרינגען אהין, ענליך צו אונזערע בחורים...

אבער היינטיגע צייטן, ווען פרויען דרייען זיך איבעראל, פירן קאמפאני'ס און וויצע פרעזידענטשאפט וכדו', זענען פרויען 'מענטשן' (ווי @אלפא האט אונז געלערנט אין ק"ש). אשר על כן יש מקום לומר אז אפי' מ'האט הנאה פון א שיינע פרוי, איז עס לאו דוקא א סעקשואלע הנאה.

די שאלה איז, צו ס'איז א אמת'ע ווארט (אז מ'קען הנאה האבן פון א שיינע פרוי, נישט אלס סעקשואלעטי), אדער איך רעד ווי א בעל דמיון? און די שאלה איז, וויאזוי מ'קען דאס טעסטן.
 
עס איז דא א הלכה אין שלחן ערוך סימן רכ"ה, הרואה בריות נאות מברך "שככה לו בעולמו", דער משנה ברורה זאגט 'בין זכרים בין נקבות', איז משמע אז צו קוקן אויף אזוי פיל צו ארויסהאבן די שיינקייט פון די פרוי, און מסתם איז דאך דא הנאה, איז אקעי, ער הייסט דאך זאגן א ברכה. אויב עס איז פארבינדן מיט א איסור וואלט עס געווען בכלל בוצע ברך, אבער מיט התבוננות און זיך פארלענגערן מיט די הנאה פון קוקן איז א פראבלעם.

מען זעהט אין די פרשה כי תצא למלחמה... וראית בשביה אשת יפת תואר... עס ווערט נישט ארויסגעברענגט אז די ראיה איז א פראבלעם - די עיניים ארגעניזאציע האט נאך נישט דאן אפערירט - אבער ער האט צו לאנג געקוקט איז געווארן וחשקת בה, עס איז ווארשיינליך אז א ראיה לשם יופי האשה להנאה, איז א סטעפ צו הרהור פון תאווה, מיט מיין קאפ.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
איך האב אריין געקאלט איבער לאזענדיג א מעסעדזש אז איך האב געזעהן א שרעקליכער מראה וואס טוה איך דא ?
און יא איינער האט מיך צוריק געקאלט. און וויל וויסען וואס איך האב געזעהן. איך בין געווארן מיט איהם גראפיש. שאקינג ער האט נישט אראפ געקלאפט דעם טעלעפוין ער האט עס פיין געקענט הענדלען. (אביסעל צו געפוצט, אבער איך האב יא געהאט א קאנווערסעישאן מיט דעם מתחיל מר. לעפ......... און איהם געפרעגט מיט אן אמת. זאג מיר וואט די העק? איך קען דיך נישט פון היינט אדער נעכטן איך געדענק דיין פוין פאר צוויי דריי יאר צוריק. וואס פארא א שווארץ יאר טוהסטו דא.

ענטפער איז שאקינג. ער טוהט דאס משום מעשה שהיה וואס מען קען נישט פובליצירן. און ובכן געלט פחדך ווייטער געלט דאס איז שוין נאר די אוטקאם פון די מענטשען וואס זענען געווען אינוואלווד אין די מעשה שהיה האבן איהם געשטיפט און געגעבן געלט פאר אנהייבן די זאך. און ער זאגט אין די צירקלען ווי עס דארף ארבעטן ארבעט עס און עס קען ווייטער ארבעטן.

און וואס איך מיין מיט די צווייטע פאראגראפ איז א שטיקעל שווערער שמועס איך האב אנגעהויבן שרייבן וואס איך מיין איך האב אבער געפיהלט אז עס גייט ברענגען אזא מין פושבעק איך האב עס דיליטעט און געלאזט דא.
דאס האב איך געוואלט לייקן 👍 שאקן 😲 קרעיזיען 🤯 טרויערן 😢 אויף איינמאל...
 
אקעי, לכבוד ר' לייביש האב איך עס איבערגעליינט כדי דעם שאק צו געפונען, אבער מער האט עס נישט געשאקט... איך קען זיך נישט דערמאנען צוליב וואס איך האב דעם שאק געשפירט, דער שאק איז אנטרינען פון מיר. ס'איז ווי עפעס א רבי ז"ל האט אמאל געזאגט מיט פון טיפעניש פון הארץ: "וויפיל ראיות אסורות האסטו זיך שוין אלס צוזאמגעזען אז ס'שאט (שאקט) דיך שוין נישט?!"

רחמנא לשיזבן.

אבער ליינענדיג דיין תגובה צום צווייטן מאל זע איך גראדע ווי דו האסט זיך צוויי מאל אויסגעדריקט מיט'ן לשון "שאקינג", דעריבער פארשטיי איך נישט גענצליך דיין ווינדער אויף מיין שאק פון דיינע שאקירנדע ווערטער...

באהבה ❤️
 
וועך איך דיר זאגן וואס די שאקינג איז אין מיינע ווערטער. כדי צו פארשטיין לסבר את האוזן. אן א נעמען אבער נעם א נארמאלער בחור וואס האט זיך איינמאל אינטרעדאסד געווארן מיט א פארן בילד זוכט עס נאכאמאל. די תוצאה פון די קאמפיין האט געוויזן אז בחורים האלטן זיך אפ דערפון. דאס איז איין שאקינג נייעס.
 
אז מ'האט שוין ארויפגעברענגט דעהם שנירל צום אויבערפלאך, האב איך געוואלט אביסל אויסשמועסן וואס באדערט מיך, אין די נושא:

מיין טייערע אשת חיל זז"ג זארגט זיך מורא'דיג שטארק פאר מיין שמירת עיניים, און ס'מאכט נערוועז צומאל
לדוגמא נעכטן איז זי געזיצן ביים קאמפיוטער און גע'שאפ'ט אויף עפעס א פרויערישע סייט.... ווען איך האב מיך ציגעזעצט זאגט זי 'קענסט נישט קוקן, ס'דא 'האריבעל' פיקטשערס....' און אזוי אלעמאל..... און איך וויל איר זאגן "רעביצין טייערע, מייין קבלה איז נאמבער 3 נישט דעיס....... u know what i mean..... הער אויף זיך זארגן פאר מיר......

(איין מזל האב איך אז זי איז כאטש נישט מיין 'זרע לבטלה פאליסמאן' ווי אנדערע רעדן זיך אפ.... ב"ה פאר דעהם!)
וואס מיינט זי איז נישט דיין זרע לבטלה פאליס? צו לאזט זי זאלסט זיך אויסרייבן ביי דיר אין בעט אן קיין פראבלעם?
 
וואס מיינט זי איז נישט דיין זרע לבטלה פאליס? צו לאזט זי זאלסט זיך אויסרייבן ביי דיר אין בעט אן קיין פראבלעם?
וואס פארשטייסטו נישט. זיין זעהן בילדער איז איר א טרעט אז ער גייט זעהן עפעס שענער'ס אבער ז"ל שפירט זי נישט אזוי טרעטענד. אזוי פארשטיי איך עס.
 
וואס מיינט זי איז נישט דיין זרע לבטלה פאליס? צו לאזט זי זאלסט זיך אויסרייבן ביי דיר אין בעט אן קיין פראבלעם?
נישט קיין פאליס מיינט נישט אז יענער האט נישט קיין פראבלעם. ס'מיינט אז יענער שפירט נישט ווי א פליסמאן וואס מוז אינפארסן יעדע פראבלעם.

גראדע זענען דא וואס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט בכלל, וואס איז די גרויסע חידוש?
 
וואס מיינט זי איז נישט דיין זרע לבטלה פאליס? צו לאזט זי זאלסט זיך אויסרייבן ביי דיר אין בעט אן קיין פראבלעם?
איך אלס נארמאלע מענטש, רייב זיך נישט אויס נעבן מיין ווייב..... קאם אן.....
כ'האב געמיינט כפשוטו, זי זארגט זיך נישט בשעת מעשה אז יעדע טראפ זאל..... אזוי ווי פעגי זאגט.....
ב"ה אז די פארשטייסט נישט וואס א 'זרע לבטלה פאליס' איז, עטליכע האבן זיך באקלאגט אפי' דא אויף קרעמל
(עס איז נישט מאחורי דא, סא ס'קומט נישט אויסציברייטערן דא, אבער ס'דא כלה טיטשערס וואס לייגן אריין פאטעיטעס אין די מיידלעך'ס קעפ, און רעדן פון די נושא, און שפעטער איז דא שווערע קאנסיקווענצן, )
 
שמירת עינים סינדראם אין בן גוריון עירפארט
IMG_4554.webp
 
זיי האבן זיך געטראפן איינע קעגן די אנדערע ביי א קארנער, דער קומט פון איין ווינקל, און ער מאכט א דריי, עס איז געווען א באגעגעניש.
אם יש דרכא אחרינא נקרא רשע 💪
 
  • פנים קרים
רעאקציעס: Yesh
Back
Top