ספרים און ביכער - בוך קלאב

@מאה שערים
אפשר וואלסטו געוויסט?
הלוואי איך וואלט געוויסט.

ס'איז שוין געווען עטליכע מאל וואס איך האב פרובירט אויף אלע וועגן צו טרעפן ישראלישע ביכער דא אין אמעריקא, פארשטייט זיך אז מ'קען אלס באשטעלן ביכער פון ארץ ישראל פאר די רייט פרייס.

איך זוך בעיקר גענוצטע און ביליגע, און דאס האב איך נישט געקענט טרעפן נאך אסאך אנשטרענגונג.

איך לייען היינט בעיקר ענגליש ווייל דאס איז דא.

בנוגע טוביה'ס, איך האב אלס געטרוימט אנצוקומען צו טוביה'ס, די געשעפט וואס פארקויפט אלע סארטן אויפגעקלערטע ביכער, די איינציגסטע געשעפט וואס האט פארקויפט די וועקער, איך פלעג אלס חלומען אנצוקומען אהין און זיך ארומדרייען דעם געשעפט און נישט קענען אפמאכן וועלכע ביכל צו נעמען און וועלכע איבערצולאזן פאר נעקסטע מאל.

למעשה האט זיך מיר געמאכט די געלעגנהייט און איך בין אנגעקומען אהין, און איך בין געווארן פעסט אנטוישט.

יא, ס'איז דא דארט ספרים פון רב קוק, און מסתם אויך א פשוטו של מקרא, אבער קיין סטימצקי איז עס נישט...

ס'איז א ספרים געשעפט מיט ספרים און אידישע ביכער, אביסל ברייטער ווי א רעגולער ספרים געשעפט, אבער ס'איז נישט ווער ווייסט וואס...

קען זיין ס'איז געקומען ווייל איך האב געהאט צו גרויסע עספעקטעישאנס

אז מ'רעדט שוין פון ביכער, וואס קען מען קויפן פאר די קומענדיגע לאנגע יום טוב צו לייענען?

עפעס א גוטס? איינער האט א גוטע רעקאמאנדאציע?
 
דו ליינסט דווקא געדריקטע ספרים, אדער קענסט זיך מסדר זיין מיט א פדפ אויך?
 
איך לייען נאר געדרוקטע ווייל ווען מ'איז אויפן סקרין ווערט מען סטאק מיט סאושעל מידיא וכדומה, מ'קען נישט פאקוסן.
 
און וואס איז מיט א e-Reader?
איך האב קיינמאל פראבירט, איך לייען (אזוי שרייבט מען? פארוואס?) אויך נאר געדריקטע מכמה סיבות: 1. כדאמרן. 2. דאס בין איך צוגעוואינט. 3. ס'איז געשמאקער פאר די אויגן. 4. איך האלט אז א חלק פון די הנאה פון ליינען א בוק איז צו מישן בלעטער.
פאר סיבות 1,3 קען אפשר א e-Reader העלפן, פאר סיבות 2,4 נישט, אבער איך האב סאך מער ביכע"ר אויף פדפ, און אזוי אויך עס איז סאך ביליגער ווי צו קויפן געדירקטע, און פאר דעם וואלט איל געוואלט הערן פון איינער וואס עקספירייענס מיט א e-Reader.

גראדע וועגען געדריקטע ביכע"ר, האב איך א שטיק צייט צוריק געוואר געווארן וועגן א Chain store (איך האף דאס איז די ריכטיגע נאמען פון דעם, דאך קען איך נישט קיין גוטן ענגליש), אין א"י מיטן נאמען סיפור חוזר, און דארט קאסט יעדע ביכל 25 שקל, נישט קיין חילוק וועלעכע און וואס, אבער די חיסרון פון דעם איז א ס'איז שוין געניצטע ביכלעך, ס'איז א Second-hand געשעפט, און דארט קויף איך מיינע ספרים, נאך א חיסרון איז דא דארט אז נישט אייביג איז דא וואס איך דארף, און איך גיי אסאך מאל נאר פאר איין ספר, און עס קען געשען איך זאך דארפן צומארגנס קומען נאכמאל ווייל עס איז געקומען א נייע ספר און איך האב מורא מ'זאל מיר עס נישט נעמען.
 
פארוואס נישט גיין אין די שטעטישע לייברעריס?
 
Back
Top