א קורצע הקדמה:
שאולזון איז באקאנט מאיזה סיבה זיך אנצונעמען פאר געוויסע גרופעס און מענטשן, און ווען ער נעמט זיך אן פאר א געוויסע גרופע האט ער נישט קיין שום פראבלעם צו אונטערהאקן די קעגנערס פון די גרופע מיט נערישסטע און מערסט קינדערישע טענות.
די פראבלעם איז אז ס'איז נישטא קיין קלארע פעטטערן פאר וועם ער נעמט זיך אן, און אפט מאל וועט נישט זיין פארשטענדליך פארוואס ער נעמט זיך אן פאר דעם אדער יענעם, אבער איינמאל דו ווייסט מיט וועם ער איז גוט און וואס פארא אגענדעס ער שטופט ווערן זיינע פאוסטס פיל קלארער.
במשך די צייט פון ליינען זיינע זאכן האב איך באקומען אזא בערך'דיגע בילד אויף אים:
ווען ס'איז אגודה קעגן דגל, גייט ער קעגן דגל (טוישט זיך לעצטנס אביסל זעה שפעטער איבער ר' דוב און זיין שנאה צו גור).
ווען ס'איז יהדות התורה קעגן ש"ס, גייט ער קעגן ש"ס.
וויזניץ שיכון קעגן מענעדעלע, איז ער קעגן וויזניץ שיכון אלל די וועי.
מעין סטריעם חב"ד קעגן משיחיסטן איז ער קעגן משיחיסטן.
אנדערש איז ער כמעט אייביג אויף חב"ד'ס זייט ביי סיי וועלכע אישו.
ביי בערלאנד איז ער ממש מאדנע, און ער פלעגט ביז נישט לאנג צוריק כסדר אראפרייסן בערלאנד'ס קעגנער אין ברסלב.
ער האסט גפני און דרעי שנאת מוות.
ער האסט די פאנאוויזש מחבלים און הרב שך, און גייט שטארק פאר ר' דוב לאנדא.
ער האט פיינט גור שנאת מות און ער איז שטארק פרא ר' שאול (די לעצטע 2 זאכן טוישט אביסל זיין אגודה/דגל חשבונות)
ער איז פרא ר' מרדכי דוד (רופט אים אפט האדמו"ר התלמיד חכם), און מער ווייניגער קעגן ר' בן ציון.
האט א טיפע שנאה צו סאטמאר אבער האט פיינט מהר"א מסאטמאר אסאך מער ווי מהר"יי.
לעצטנס א זייער שטארקער לוחם קעגן גיוס בני הישיבות, אבער שטארק פרא מדינת ישראל אין זייערע מלחמות.
פארפירט לעצטנס גאר שטארק קעגן ציונות און אז ליובאוויטשער רבי איז געווען א שטארקער קעגנער דערצו.
ער איז שטארק פאר די סיעה שלומי אמונים און פרוש.
איך ווייס כ'האב דא געזאגט א מישמאש פון זאכן... עניוועיס די ליסט געט א שטיקל קלארקייט איבער זיינע ליגנטס און בייעסעס.