שקרים אינעם שאולזון בלאג

שפן הסופר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2025
מעסעדזשעס
438
רעאקציע ראטע
1,952
פונקטן
213
איך ליין שוין שאולזון'ס בלאג פאר יארן לאנג און כמעט פון אנהויב פיל איך שטארק געמישטע געפילן.

פון איין זייט באלעק איך מיך מיט פארשידענע זאכן וואס ער ברענגט דארט כסדר, פון די צווייטע זייט שטערט מיר שטארק זיינע כסדר'דיגע האלבע און גאנצע ליגנטס, און זיין עקסטרעמע בייעס מיט וואס ער שרייבט.

די אפשיי זייט האט לעצטנס איבערגעוואויגן און דערפאר עפן איך דא א שנירל געווידמעט פאר דעם.
 
א קורצע הקדמה:
שאולזון איז באקאנט מאיזה סיבה זיך אנצונעמען פאר געוויסע גרופעס און מענטשן, און ווען ער נעמט זיך אן פאר א געוויסע גרופע האט ער נישט קיין שום פראבלעם צו אונטערהאקן די קעגנערס פון די גרופע מיט נערישסטע און מערסט קינדערישע טענות.

די פראבלעם איז אז ס'איז נישטא קיין קלארע פעטטערן פאר וועם ער נעמט זיך אן, און אפט מאל וועט נישט זיין פארשטענדליך פארוואס ער נעמט זיך אן פאר דעם אדער יענעם, אבער איינמאל דו ווייסט מיט וועם ער איז גוט און וואס פארא אגענדעס ער שטופט ווערן זיינע פאוסטס פיל קלארער.

במשך די צייט פון ליינען זיינע זאכן האב איך באקומען אזא בערך'דיגע בילד אויף אים:

ווען ס'איז אגודה קעגן דגל, גייט ער קעגן דגל (טוישט זיך לעצטנס אביסל זעה שפעטער איבער ר' דוב און זיין שנאה צו גור).
ווען ס'איז יהדות התורה קעגן ש"ס, גייט ער קעגן ש"ס.
וויזניץ שיכון קעגן מענעדעלע, איז ער קעגן וויזניץ שיכון אלל די וועי.
מעין סטריעם חב"ד קעגן משיחיסטן איז ער קעגן משיחיסטן.
אנדערש איז ער כמעט אייביג אויף חב"ד'ס זייט ביי סיי וועלכע אישו.
ביי בערלאנד איז ער ממש מאדנע, און ער פלעגט ביז נישט לאנג צוריק כסדר אראפרייסן בערלאנד'ס קעגנער אין ברסלב.

ער האסט גפני און דרעי שנאת מוות.
ער האסט די פאנאוויזש מחבלים און הרב שך, און גייט שטארק פאר ר' דוב לאנדא.
ער האט פיינט גור שנאת מות און ער איז שטארק פרא ר' שאול (די לעצטע 2 זאכן טוישט אביסל זיין אגודה/דגל חשבונות)
ער איז פרא ר' מרדכי דוד (רופט אים אפט האדמו"ר התלמיד חכם), און מער ווייניגער קעגן ר' בן ציון.
האט א טיפע שנאה צו סאטמאר אבער האט פיינט מהר"א מסאטמאר אסאך מער ווי מהר"יי.
לעצטנס א זייער שטארקער לוחם קעגן גיוס בני הישיבות, אבער שטארק פרא מדינת ישראל אין זייערע מלחמות.
פארפירט לעצטנס גאר שטארק קעגן ציונות און אז ליובאוויטשער רבי איז געווען א שטארקער קעגנער דערצו.
ער איז שטארק פאר די סיעה שלומי אמונים און פרוש.

איך ווייס כ'האב דא געזאגט א מישמאש פון זאכן... עניוועיס די ליסט געט א שטיקל קלארקייט איבער זיינע ליגנטס און בייעסעס.
 
איך וועל אנהייבן מיט 2 דוגמאות וואס כ'האב מיך היינט אנגעשטויסן אין (ס'איז פון א חודש צוויי צוריק אבער איך בין ערשט היינט אנגעקומען דערצו, איך בין אביסל ביהיינד מיט זיינע זאכן...).

פברואר דעם צענטן איז געווען אין דעם סאמע ברען פונעם הפגנות סעזאן און מען האט דורכגעפירט פראטעסטן רעכטס און לינקס (א חלק פון זיי פאטאל נעבעך).
אין יענע תקופה ווען די בחורים זענען צולאזט געווען איז אויך פארגעקומען פראטעסטן אין בני ברק דורך בריסקע און סתם ליטוואקעס קעגן וויזניץ מרכז (מיט די טענה פון עבודה זרה וכו)

אט האט איר עטליכע פאוסטס וואס שאולזון האט ארויפגעלייגט איבער דעם.

פשוט אויפגעבאקן א שקר אז ר' ישראלטשע (וואס ליגט אין קראנקן בעט) גאר האט אונטערגעהעצט די ליטווישע בחורים.

קיין שום פרוף נישט געברענגט דערפאר, פשוט אויפגעבאקן א ליגנט אום געגאנגען ווייטער.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260401_114020_Chrome.webp
    Screenshot_20260401_114020_Chrome.webp
    68.8 KB · געזען: 17
  • Screenshot_20260401_114143_Chrome.webp
    Screenshot_20260401_114143_Chrome.webp
    132.9 KB · געזען: 17
האב איך יעצט געליינט אביסל ווייטער און איך שטויס מיך אן אין די פערפעקט משל וויאזוי ער באריכטעט זאכן.

ער שרייבט א קעפל. פאלטס נישט אראפ!
"די אראבער פאדערן פארגיטיגונג געלטער פארן דורכפירן די אקטאבער 7 טעראר שחיטה".

יעצט, זייט מיר נישט חושד אין זיין סימפאטיש פאר די אראבישע (מוסלעמענע) צוועק, אבער אזא קעפל??
ס'איז דאך שטותים!

פארשטייט זיך אז ווען מען קליקט אריין אינעם פאוסט און מען זעהט די קעפל פונעם שטיקל נייעס וואס ער ברענגט זעהט מען טאקע אז זיין קעפל איז נערישקייטן.

און כאטש איך וועל נישט לויפן שטיצן די טענה פון די אראבער, איז עס פארט גאר ווייט פון זאגן "די אראבער פארלאנגען פארגיטיגונגס געלטער פארן דורכפירן די שחיטה".
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260401_160404_Chrome.webp
    Screenshot_20260401_160404_Chrome.webp
    102 KB · געזען: 15
זאגסט אז עס איז נישטא קיין קלארע סיבה פארוועם ער נעמט זיך אן.......ער נעמט זיך אן ווער עס שטיצט איהם.......כבר נודע ליודעי דת ודין.
 
Back
Top