שאסייען: לאורכה ולרחבה

וואלווי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
705
רעאקציע ראטע
3,072
די הייוועי סיסטעם:

אזוי ווי מ'האט אנגעהויבן פארן מיט קארס האט זיך צעביסלעך אויסגעפארעמט די מאדערן ראוד סיסטעם. קודם האט מען זיך יארן געפלאגט צו מאכן ראודס אויף זאמד אין בלאטע. ס'האט גענומען א שיינע פאר יאר ביז מ'האט צוזאם געשטעלט די ריכטיגע אינגרידענטס פון פעך און שטיינער וכו' אז די פעך זאל זיך נישט צושמעלצן און די שטיינער זאלן נישט קראכן.

דערנאך איז אויסגעשטעלט געווערן א US ראוטינג סיסטעם. די קלאסיפקעישאן נומערן פון די ראודס אין די סטעיטס זענען געלאפן אונטער די US הייוועי סיסטעם וואס איז נאך היינט אין באנוץ, דאס האט דעזיגנעיטעד עקזעסטירנדע ראודס וואס זענען שוין געבויט געווארן, מיט נאמבערס, אנגעהויבן פון US 1 אינגאנצן איסט ביז US 101 אינגאנצן וועסט. דארט וואו די ראודס לויפן נארט/סאוט ווערט גענוצט אדד נאמבערס, און דארט ווי די ראודס וואס לויפן איסט/וועסט האט מען געגעבן איווען נאמבערס. למשל "אונזער" US Route 6 וואס מיר נוצען דא אין אראנדזש קאונטי געגנט לויפט אין די ברייט פון לאנד צווישן מאסס. און קאליפארניע, דהיינו איסט/וועסט נוצט עס די נאמבערס 6 - איווען. יעצט, זייענדיג אין די העכערע (נארט) חלק פון לאנד, האלט נאך די נאמבער נידעריג אין די סיסטעם, און וואס נידעריגער (סאוט) די ראוד געפינט זיך אין לאנד, איז די ראוד נאמבער א העכערע נומבער. כדי נישט צו ווערן צומישט מיט סטעיט ראוטס וואס האבן אויך נאמבערס, איז די נייע US הייוועי סיסטעם נומבערס ארויף געשטעלט אויף די באקאנטע ראוד סיין פון ווייסע שיעלדס.

די גרעסטע שטער אין די US סיסטעם איז למעשה געווען טראפיק. די אלע US הייוועיס זענען דורכגעפארן רויט לייטס און ראש האוער דורך די סיטיס און סטעיטס. אז א מענטש האט געוואלט פארן לאנג דיסטענס איז ער שטארק אויפגעהאלטן געווארן דורכפארנדיג שטעטל ביי שטעטל. די סאלושען דערצו איז געווען די איצטיגער אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם, וואס איז באקאנט אלס limited access highway סיסטעם, דהיינו מ'קען נאר ארויף און אראפ ביי ספעציעלע ערטער, די עקזיטס און ענטערענס קעמפס. קומט אויס אז נאר די ווייטער פארענדיגע קארן דרייען זיך אויף דעם. יעצט דארף מען שוין נישט שערן די ראוד מיט די לאקאלס, וואס פלעגן ארויף און אראפ גיין די US הייוועי סיסטעם ביי א יעדע קארנער אין שטעטל.

די עצם געדאנק פון לימיטעד הייוועי סיסטעם האבן די סטעיטס שפעטער גענוצט פאר סטעיט דעזיגנעעטעד ראוטס אויך, נאר זיי זענען נישט א חלק פון די אינטערסטעיט סיסטעם, און האבן אייגענע נומבערס אדער נעמען, מיט אייגענע איידענטיפייונג סיינס. לדוגמא, פאלעסעידס אינטערסטעיט פארקוועי, וואס האט חלקים אין ניו יארק און ניו דזשערסי, איז אויך א לימיטעד עקסעס הייוועי מיט עקזיט/ענטערענס רעמפס, און דאך נישט א חלק פון די US הייוועי סיסטעם. ווי אויך האט עס די אייגענע ברוינע רינדיגע סיינס, פאר אידענטיפיקאציע.

די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם געדאנק האט מען שוין אנגעהויבן גוט פאר די צווייטע וועלט קריג. עס איז איינגעשטעלט אין די 50'ער יארן דורך פרעזידענט אייזענהאוער, אבער מ'האט שוין געארבעט אויף דעם פון די דרייסיגער יארן. נאך די צווייטע וועלט קריג איז צוביסלעך געווארן א קאר אין א יעדע פאמיליע וואס דאס האט שטארק פארמערט ראוד טרעפיק איז קריטיש געווען מ'זאל האבן א נייע הייוועי סיסטעם.

א שטארקע שטופ פארווארד איז געקומען דוקא פון אייזנהאוער. זייענדיג די הויפט פון די עלייס ביים קריג, הארט ער שטארק באמערקט די דייטשע הייוועיס לאורכה ולרחבה פונ'ם לאנד, וואס דאס האט געגעבן פאר די מיליטער אומגעשטערטע עקסעס דורך די גאנצע לאנד. אמעריקע האט דאס נישט געהאט. אייזענהאוער האט געזעהן אין די לימיטעד עקסעס סיסטעם א געלעגנהייט צו פילן דעם נעשאנעל סעקיוריטי קאנסערן, ווייל יעצט וועט זיין קאנטראלירטע שטרעקעס הייוועי אדורך דעם ברייט פון לאנד צום באנוץ פון די ארמיי.

די נאמבערינג סיסטעם פון די אינטערסטעיט הייוועי זענען אויך אויסגעשטעלט געווארן אזוי ווי די נאמבערס פון די US הייוועי סיסטעם, נאר פונקט פארקערט. בשעת וואס אין די US סיסטעם הייבן זיך אן די סדר פון נאמבערס פון די נארט/סאוט הייוועיס ascending פון איסט, אין די אינטערסטעיט סיסטעם הייבט זיך די נאמבערס די נארט/סאוט פון די ascending פון וועסט, דהיינו I-5 אויף די וועסט קאוסט, און I-95 אויף די איסט קאוסט. די זעלבע ביי די איסט/וועסט הייוועיס, הייבן זיך אן די אינטערסטעיט נאמבערס ascending פון די סאוט, אזוי ווי I-10 וואס לויפט צווישן לאס אנדזשעלעס און פלארידא, און I-90 וואס לויפט צווישן באסטאן און סיאטעל. דאס איז פארקערט פון די US סיסטעם וואס סדר פון נאמבערס הייבט זיך אן אין די נארט.

אז מ'רעדט פון הייוועי דעזיגנאציעס, איז כדי צו באמערקן אז נעמען און נאמבערס פון הייוועיס האבן נישט איינס מיט'ן צווייטן. די נאמבערס זענען טאקע אויסגעשטעלט געווארן דורך די אינטערסטעיט סיסטעם און דאס איז אייביג אין קראפט, אבער די סטעיטס אליינס לייגן "נעמען" אויף די נאמבערד הייוועי ווען ס'פארט דורך די סטעיט. די נענסטע עקסעמפל איז די ניו דזשערסי טורנפייק, וואס איז נישט א ניו דזשערזי הייוועי פאר זיך, עס לויפט אויף די שטרעקע I-95 וואס לויפט דורך ניו דזשערסי זייענדיג אויפן וועג פון פלארידע צו מעין. נאך אינטערסאנטער איז די thruway הייוועי אין ניו יארק, וואס הייבט זיך אן פון די סיטי ארויף ביז אלבעני, אבער ניצט נאר האלב פון די I-87 וואס ציעט זיך ווײטער נארט ביז קאנאדא. פון אלבעני און ווייטער דרייט זיך די New York Thruway אויף וועסט, דורכפארנדיג רוב ברייט פון די סטעיט ביז באפעלא, ניצענדיג דערביי א חלק פון I-90 וואס פארט דורך די ברייט ניו יארק סטעיט, וואס גייט און קומט פון באסטאן/סיאטעל.

ראוד טריפ למעשה:

צו האבן א גוטע ראוד טריפ, דארף מען נישט מעמארייזן די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם, איבערהויפט אז יעדער האט א נעוויגעישאן סיסטעם. נאר, וואס מער מ'פארט אויף לאקאל 2 לעין ראודוועי אלס געשמאקער איז עס, און מער סורפרייזעס האט מען. ספעציעל, אז דורך דעם קען מען טרעפן לאקאלע מענטשן און זיך לערנען פון זיי. דאס מיינט אז מ'דארף האבן א סענס אוו דיירעקשאנס צו מעסטערן די אינס ענד אוטס פון די ראודס, און די בעסטע וועג דאס צו טוהן איז דורך ארויסהאבן די אויסשטעל פון סטעיטס בעיסד אויף די סימנים פון אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם. יעצט הייבט מען אן כאפן ווי מ'קען אלס שפיאנירן, פארבראכן, און רעסטן. און ניין, סטאפן רעסט עיריעס איז נישט עכט ראוד טריפ'ן. אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם איז אבער אסאך מאל א מעלה פארטאגס און ביינאכט, ווען ס'איז סייווי נישט שייך צו ענדזשויען סיניק דרייווען וכדומה, ממילא איז אמאל בעסער צו קאווערען גראונד אין דע שעות. נעווער מיינד, 80 מפ"ש קרוזען ביינאכט שעות אין א צי, קען זיין גאר הייליג צוזאמען מיט ציגארעטלעך, קאווע, וויד, און קאנטרי מיוזיק.
 
די נאמבערינג סיסטעם פון די אינטערסטעיט הייוועי זענען אויך אויסגעשטעלט געווארן אזוי ווי די נאמבערס פון די US הייוועי סיסטעם, נאר פונקט פארקערט. בשעת וואס אין די US סיסטעם הייבן זיך אן די סדר פון נאמבערס פון די נארט/סאוט הייוועיס ascending פון איסט, אין די אינטערסטעיט סיסטעם הייבט זיך די נאמבערס די נארט/סאוט פון די ascending פון וועסט, דהיינו I-5 אויף די וועסט קאוסט, און I-95 אויף די איסט קאוסט. די זעלבע ביי די איסט/וועסט הייוועיס, הייבן זיך אן די אינטערסטעיט נאמבערס ascending פון די סאוט, אזוי ווי I-10 וואס לויפט צווישן לאס אנדזשעלעס און פלארידא, און I-90 וואס לויפט צווישן באסטאן און סיאטעל. דאס איז פארקערט פון די US סיסטעם וואס סדר פון נאמבערס הייבט זיך אן אין די נארט.
נאך אן אינטערסאנטע קלייניגקייט צו- צולייגן אויף די העליכער ארטיקעל איז. רוב הייוועיס פון נארט צו סאוט איז אדד נומבערס odd numbers נידעריגע נומבערס אין די איסט East און די הויעכע נומבערס אין די וועסט West און פון איסט צו וועסט וועט די נומבערס געווענליך זיין איווען נומבערס Even numbers און די נידעריגע הייוועי נומבערס אין די נארט North און די הויעכע נומבערס אין די סאוט South.

די פריעדיגע דערמאטנע איז טאקע אזוי אויס געשטעלט געווארן, אבער עס ווערט נישט פראקטעצירט 100% עס האט אסאך יוצא מן הכלל'ס. די נומבערס פון גרויסע שאסייען וואס טראגט די מאטאריסטן פון איסט צו וועסט וועט זיך געווענליך ענדיגן מיט א 0 ווען די גרויסע שאסיין פון נארט צו סאוט וועט זיך די נומבערס ענדיגן מיט א 1

די הייוועיס וואס האבן דריי דידזשיט נומבערס וועט געווענליך זיין די הייוועיס וואס ציען זיך ארויס םון די גרעסערע הייוועיס און עס פאר אריין אין א שטאט. למשל די US-64 ווערט 264 די I95 באקומט אן איבעריגע דידזשיט אין די שטעיט למשל I695

  • Richmond, VA- I-195, I-295
  • Washington, DC- I-295, I-395, I-495
  • Baltimore, MD- I-195, I-395. I-695, I-795, I-895
  • Wilmington, DE to Trenton, NJ- I-295
  • Wilmington, DE- I-495
  • Spur to NJ shore points- I-195
  • New York, NY- I-295, I-495, I-695, I-895
  • Spur to Worcester, MA- I-395
  • Providence, RI- I-295
  • Spur to Eastern MA from Providence, RI- I-195
  • Wareham, MA to Amesbury, MA- I-495
  • Portland, ME- I-295
  • Spur through Lewiston ME, I-495
  • Bangor, ME- I-395
די הייוועי סיסטעם האט זייער אסאך אינטערסאנטע פאקטארן און היסטאריע אונטער זיך. א ישר כח פאר דעם פותח השנירל צו עפענען דעם שנירל מיר וועלן אפשר טאקע נעמען די פעדער אין די האנט אריין אויב @לייזער וואלף איז מסכים אז איך זאל אריין טרעיטן אין זיין טעריטאריע. מיר האבן יארן צוריק עס באשריבען אין איינע פון די לאקאלע מאגעזינען.

די דעזיינס פון די שילדען אויף די שאסייען, וועט זיך אויך ווענדן אויף וואספארא סארט שאסיי מען פארט אויף וכו' א יעדעס קליינגקייט אויפן ראוד איז אן ארטיקעל בפ"ע.
 
לעצט רעדאגירט:
די NHS נעציאנאלער הייוועי סיסטעם איז גאר אינטערסאנט מיט גאר אסאך אינטערסאנטע פאקטארן.

אבער קודם, פותחים בכבוד אכסניא @לייזער וואלף האט געעפענט אז שיינער שנירל און געשריבן מיט א דעוואלדיגער קיצור אבער גאר אסרף דיטעילס אין די ווייניג שורות וויל איך פערזענליך איהם באדאנקען דערפאר.

מער מרחיב בדיבור צו זיין אין די אינטערסאנטע נושא אין געוועסע אינטערסאנטע דעטאלן וואלט איך זיך דערוואגט צו-צולייגען אט די פאר נקידות.

די גרויסע סיסטעם באזיצט ראודס פון 160 טויזענט מייל (260 טויזענט ק''מ)

די הייוועי סיסטעם איז נישט נאר געבויעט אז די מאטאריסטן זאלן קענען פארן פון איין פלאץ צום צווייטען. עס איזה געבויעט געוואקן פאר די נאציענאלער דיפענס על כל צרה שלא תבוא זאל מען שנעל קענען דערגרייכן דאז פלאץ אין אמעריקא וואס דארף ווערן דיפענדעד.

די ראודס שטעלן צו עקסעס (צוטריט) צו
  • 207 לופטפעלדער דורכאויס די פאראייניגטעט שטאטן.
  • 189 פארט שטאטן אפן צום וואסער ארום אמעריקא.
  • 190 טראק און באן טערמינאלן פאר סחורה צו קענען גרינגער צורקעלירן אין די מדינה.
  • 67 עם-טריק Am track רעילוועי סטאנציאנען.
  • 85 פייפליינס Pipelines טערמינאלן.
  • 82 באס טערמינאלן.
  • 37 פאסאנדזשיר שיפ טערמינאלן.
  • 302 פאבליק טקאנספארטאציע סטאנציאנען.
  • און 20 טערמינאלן וואס ווערן גענוצט פאר פארשידענע טקאנספארטאציע צוועקן.
די גרויסע אינטערסטעיט הייוועיס וואס זענען נכלל אין די NHS נאציענאלער הייוועי סיסטעם איז נאר

  • די אינטערסטעיטס זענען נאר 4% פון די שאסייען וואס צורקעלירן ארום די פאראייניגטע שטאטן.
  • פארנעמט בערך 40% פונעם פארקער.
  • 75% פון טראקינג פארקער.
  • 90% פון טוריסטישע פארקער.
באטראכט גוט דעם בילד (NHS) ציטירט וועט איר מערקן אן אינטערסאנטע פאקט.

די בלויע שטריכן זענען די אייזנהאוער הייוועי סיסטעם און די רויטע איז די די איבעריגע חלק פונעם NHS.

מערקט אן אז די בלויע זענען ממש גלייכע ליניעס משא''כ די רויטע זענען געפלאכטענע ארום געדרייטע לאקשען, איינס אריין אינעם צווייטען ממש געפלאכטן.

דער הסבר דערפון איז פשוט. פרעזידענט אייזענהאוער אין די 50'גער יארן האט דעקלערירט אז די מיליטער דארף האבן א בעסערע און שנעלער קאנטרי קראסינג צו אנקומען פון איין זייט צום צווייטן די שנעלסטע מעגליך מיט פיר רעדעלדיגע מאשינען.

די שאסייען וואס עס איז געמאכט געווארן פאר די מאטאריסטן צו קענען אנקומען אין יעדעס גאס, איז צו דערנעווירנד, און צו קליין פאר די ריזיגע מיליטערישע טראקס. און יענע יארן דאכצעך 1956 (איך זיך די וויקפידיע ווי איך האב געזעהן די יאר) האט דער מיסטער פרעזידענט אייזענהאוער גע'חתמ'ט דעם בילל אז א נייע הייוועי סיסטעם איז אין שוואנג.

ערשט דאן איז הערשט באשאפן געווארן די אינטערסטעיט הייעוועיס. אין די 90'גער יארן בערך האט מען געמאכט דעם סיום.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20240604_002055_Chrome.jpg
    Screenshot_20240604_002055_Chrome.jpg
    255.5 KB · געזען: 5
לעצט רעדאגירט:
Back
Top