אויב ער איז געגאנגען קעגן די רצון פון זיין טאטע איז עס א חרפה און בושה , מען דארף אבער וויסען די כראנאלאגיע פון די היסטוריה, צו דאס איז שוין געוועהן נאך ווי דער טאטע האט ממנה געוועהן אחיו מהרי״י אויף וויליאמסבורג, צו נאך פריער , ווען ער איז סתם געפאהרען למורת רוח אביו וואס איז שווער צוגלייבען, טאמער נאכדעם,איז ער שוין געפאהרען מציל זיין מזוטו של ים,אז ער זאל בלייבען מיט עפעס,די רודפים זיינע דער מיטאלאגישער גבאי, מיט דענסטמאהלדיגער נגיד הידוע ,פון דמשק ,האבען איהם דאך געוואלט פארשיקען אינגאנצען לעזאל ער זאל בלייבען ווי דער בעל השור, נקי האט ער געדארפט טון השתדלות פאר זיך,ווי יעקב וואס האט געזאגט ,מתי אעשה אנכי לביתי .