סאטמאר מהר"א שליט"א

ער האט דעמאלס איינגעזען אז ער הייבט אן פארלירן דער עולם, האט ער פראבירט צו מאכן אן עובדא קיימת. און דאס האט געטריבן די ווידערשטאנד, עי' ערך הכתרה בחוה"מ פסח. און פון דעם האט זיך עס געקייקעלט ביז מיר האלטן מיר היינט מיט א מעכטיגע מחלוקת וועלכע סטעדיום צו נוצן זיך צו שלאגן מיט די ציונים.
זעט זיך אויס האסט נישט מיטגעהאלטן.
ביסט בעסער פאר דעם, נישט ערגער
סתם שטותים בעלמא.
דער סטעדיום עפיזאד גייט שוין צוריק היבש יאהרן ווען ער האט אפגעדונגען די נאסאו קאליסיום ,כאילו ער גייט מלחמה האלטען מיט ציונות, וואס ער האט איינגיזעהן ברוב חכמתו אז דאס איז א טרעט פאר די יהדות, און ער האט אימפארטירט פון ארץ ישראל דעם היינטיגען רב פון די עדה חרדית הרב משה שטרנבוך,וואס נענה לבקשתו און ער האט גערעדט ביי יענע כינוס קעגן ציונים - לפי האמת איז די זאך נישט נוגע בזמנינו ווען די יידישע מדינה איז דא ,און דער עיקר ציעל פון יהדות איז ווי אזוי צו נעוויגעיטען אינדעם סיסטעם מיט יהדות, על דרך המסורה, און דאס האט גארנישט מיט ציונות,וואס איז סתם א סלאוגען אהן קיין באדייט למעשה,
זינט דאן איז שוין דער מהר״א געווארען מעטשור,ער טוט שטארק צו דער זאך,אינענווייניג אין זיין קהילה, אויף אן אופן וואס ממנו ילמדו ויעשו, ער איז אינוואלווד אין די בניה און אויפבוי פון קרית יואל, מיט אלע צוגעהער מוסדות און שוהלען לשם ולתפארת, מיט א סערטען קאנטראל קעגן די מייקרי השער, און ווי עס זעהט אויס וועט קרית יואל וסביבותיה זיך אויס ברייטערן צו ווערן
די גרעסטע היימישע מקום אין אמריקא, ביז משיח׳ס טאג.
 
היסטאריע איז פארגעקומען נעכטן ווען ר' בעריש מייזליש, רב פון סאטמאר בארא פארק מהר"א איז געקומען באטייליגן ביי א חתונה בבית גיסו האדמו"ר מהרי"י.
ר' בעריש טראגט שוין די לעצטערע יארן א שווערע ווייטאג אויף זיין שוואגער ר' אהרן, נאכדעם וואס ר' אהרן האט מיאוס באשמוצט זיין זון ר' חיים הערש און אים עווענטועל ארויסגעווארפן פון זיין קהילה.
ר' בעריש האט שוין די לעצטערע יארן געטון פארשידענע שריט זיך צו דערנענטערן צו זיינע אלטע שונאים מיט'ן ציל צו שטויסן דעם עלטערן שוואגער, ער האט זיך שוין געטראפן עטליכע מאל מיט ר' זלמן לייב אפיציעל און אומאפיציעל, אבער נעכטן האט ער עס גענומען צום נעקסטן שטאפל מיט דעם וואס ער איז די ערשטע מאל אין צוואנציג יאר אריינגעגאנגען אינעם אלטן ביהמ"ד אויף ראדני זיך באטייליגן ביי א חתונה פון א אייניקל פון ר' זלמן לייב'ן ווי ר' בעריש איז געווען א עלטער פעטער פון די צווייטע צד (פארשטייט זיך חוץ זיין פעטערשאפט מצד סאטמאר).

עס האט אויסגעקוקט ווי די באטייליגטע ביים חתונה אין שפיץ פונעם רבי'ן זענען געכאפט געווארן אין טיפן שאק פונעם אומערווארטעטן גאסט. ר' זלמן לייב האט זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו פארן עלטערן שוואגער, און שפעטער פארגאנגען אין א פייערדיגע טאנץ ווי ר' זלמן לייב האט נישט געקענט באהאלטן זיין עקסטאז. ר' בעריש האט יא אויסגעקוקט זייער אומבאקוועם במשך די גאנצע צייט. קוקענדיג די קליפס קען מען שפירן בחוש די עקסטאז וואס האט ארומגענומען דעם עולם בשעת די ריקוד. קליינע בחורלעך מיט אלטע זיידעס פאטשן און לאכן מיט א דידן נצח'דיגע מינע אויפן געזיכט.

די שאלה איז אויב מ'וועט יעצט באהאנדלען אנדערש ר' בעריש ביי זיך אין ביהמ"ד נאכן טון אזא שריט. ר' בעריש איז שוין מקדמת דנא אן אלטע ביין אין האלדז פאר זיין קהילה וואס איז נישט צום שלינגען און נישט צום שפייען, נאך אסאך בעפאר די סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן. זיי וואלטן שוין לאנג געוואלט פטור ווערן פון אים אבער זייענדיג א שוואגער מיט ר' אהרענען און אויך עטליכע מאל א מחותן (אריינגערעכנט זיין איידעם ר' מענדל, די עלטסטע זון פון ר' אהרן) האָט מען נישט צופיל געקענט טון. מעגליך אז יעצט אז ער טוישט אפיציעל זייטן וועט מען אים יא משלח זיין, אדער סתם אביסל באזייטיקן.
 
זייער גוט...
אפשר יעצט קען אים איינמאל פאר אלעמאל ארויסשטויסן פין סאטמאר 53 וואס ער האט געמאכט פאר א בית הקברות...
 
מהר''א האט שוין א פרישע פראבלעים
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 70026.webp
    70026.webp
    61.6 KB · געזען: 124
די חרפה און בושה וואס די קרובים קומען נישט צו שמחות איז מיינד באאגלינג , דער מהר״א האט אויך געדארפט צו קומען און דער מהרי״י דארף ווען אויך ג׳יין ווען עס איז דא א שמחה , זיי דארפען דאך זיין וועגווייזער ,ווי אזוי עס איז דא אהבת ישראל און מעביר על מדותיו ,דער רבי בעריש האט געטון א דבר טוב,און ער וועט האבען מער רעספעקט ביי זיך אין 53,דער עולם איז פעד אפ מיט די געבלאזעכטס און פירוד, און הגדולים נשמעים לקטנים, ביי די נעקסטע שמחה וועט האפענטליך שוין זיין שבת אחים גם יחד, דער מהר״א און מהרי״י מעגען שוין קומען צו שכל,
אם לא עכשיו אימתי
 
ער האט געוואלט בויען זיין מלוכה בפני אביו, ניין? וויאזוי טוט מען דאס? אין פנים אריין?
אין תשנ"ח האט ער געמאכט א מסע מלכות קיין ענגלאנד, און ער האט גערעדט אין אסאך ערטער, און געקערט א וועלט כאילו ער איז שוין א רבי. דאס איז געווען זיין ערשטן טריט אין פראוון רעביסטיווע בחיי אביו. אזוי האט מען דעמאלס געזאגט. איך בין דעמאלס געווען אין מאנשעסטער און אזוי האט מען דארט גערעדט דעמאלס.
ווען משה גבאי האט געוואלט איינעמען סאטמאר און צוביסלעך געוואלט ארויסרוקן ר' אהרן פון מלכות סאטמאר מיינסטו צו זאגן
 
איינער קען מזכה זיין מיט קליפס, בילדער?

(X לאזט נישט די פילטער)
 
ס'איז שוין העכסט צייט ר' בעריש זאל אנהייבן מאכן שבת פאר זיך און אנהייבן רופן זיך אפיציעל "אדמו"ר". עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל ווייטער זיין אונטערגעווארפן אונטער אהרן, ווען יעדער ווייסט אז די מענטשן וואס דאווענען ביי אים אין ביהמ"ד זענען נישט קיין אהרונים, זיי זענען מייזליש חסידים וואס האבן ליב זייער רב און זענען צוגעבונדן צו אים פערזענליך.

דער פאקט איז אז זיין זון חיים הערש איז שוין היינט פראקטיש זעלבסטשטענדיג מיט זיין אייגענע קהילה, און דאס וואס אהרן איז ארויסגעקומען קעגן אים איז זיין גרעסטע געווינס. דאס אליין האט אים נאר מער פעסטגעשטעלט אלס אן אייגענער כוח וואס איז נישט אנגעוויזן אויף קיינעם, און דאס איז זיין עכטע דערגרייכונג און זיין ציל — צו זיין אדמו״ר מסאטמאר.
 
ווען יעדער ווייסט אז די מענטשן וואס דאווענען ביי אים אין ביהמ"ד זענען נישט קיין אהרונים, זיי זענען מייזליש חסידים וואס האבן ליב זייער רב און זענען צוגעבונדן צו אים פערזענליך.
די שרייבסט דאס אלס א פאקט וואס די ווייסט?
שטעלסט דיר פאר אזוי?
אדער וואלסט געקענט ביישטיין עס זאל זיין אזוי?
 
ווען יעדער ווייסט אז די מענטשן וואס דאווענען ביי אים אין ביהמ"ד זענען נישט קיין אהרונים, זיי זענען מייזליש חסידים וואס האבן ליב זייער רב און זענען צוגעבונדן צו אים פערזענליך.
הא?
ביזט ערנסט?
 
ס'איז שוין העכסט צייט ר' בעריש זאל אנהייבן מאכן שבת פאר זיך און אנהייבן רופן זיך אפיציעל "אדמו"ר". עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל ווייטער זיין אונטערגעווארפן אונטער אהרן, ווען יעדער ווייסט אז די מענטשן וואס דאווענען ביי אים אין ביהמ"ד זענען נישט קיין אהרונים, זיי זענען מייזליש חסידים וואס האבן ליב זייער רב און זענען צוגעבונדן צו אים פערזענליך.

דער פאקט איז אז זיין זון חיים הערש איז שוין היינט פראקטיש זעלבסטשטענדיג מיט זיין אייגענע קהילה, און דאס וואס אהרן איז ארויסגעקומען קעגן אים איז זיין גרעסטע געווינס. דאס אליין האט אים נאר מער פעסטגעשטעלט אלס אן אייגענער כוח וואס איז נישט אנגעוויזן אויף קיינעם, און דאס איז זיין עכטע דערגרייכונג און זיין ציל — צו זיין אדמו״ר מסאטמאר.
לפי השמועה איז דער רבי בעריש א וואילער ייד,אבער ער האט בכלל נישט די נאטור און טאלאנט, און ער האט אויך קיין קאריזמא, וואס פעהלט אויס צו זיין א רב אדער א רבי, ער איז סימפלי נישט געמאכט פאר דעם, זענען געקומען די יונגערע מער טויגליכע דיינים ווי רבי חיים דוד כ״ץ ,און בעפאהר איהם הרב הורביץ, און הרב ליכטנשטיין, וכו׳, און פשוט אהנגערעדט די אברכים אז מען דארף אוועק ג׳יין פאר זיך , למעשה איז געוועהן א טובה, ווייל עס זענען נתרבה געווארען נאך מקומות אין שטיבלעך וואס איז תועלת פאר יעדן, אבער דער רבי בעריש ,איז געבליבען אזוי מער נישט צו דער זאך, מיט זיין קהל, ער האט עס נישט . מען האט איהם אריין געשטעלט אין א פאזישען וואס לא שררה אני נותן עבדות
אני נותן ,און ער איז נישט דער ארבעטער.
 
ר' בעריש מייזליש נעכטן ביי די חתונה פון ר' זלמן לייב'ס אייניקל.
View: https://x.com/i/status/2024338481611243924

ביזדערווייל איז ר' אהרן געבליבן מיט איין שלום אליעזר אויף זיין זייט פון די גאנצע משפחה...
איז נישט אוהעל געווען א צד דארט און פארדעם איז ער געגאנגען? האט גארנישט מיט קיין שלום אדער חלום. טראץ די שפאלט פון מהר"א מיט זיין זיין רח"צ, און טראץ זיין אויסגעשפילט און סאטמאר ב"פ אלע יארען, האלט ער זיך נאך אלס מיטען מהר"א און ער באטייליגט זיך דארט ביי אלע גרעסער מסיבות. ער האט זיך דא פשוט באטייליגט און די אוהעל'ע חתונה אפגעזען ווי עס איז פארגעקומען און ווער די מחותן איז.

טראכטענדיג פון דעם, מהר"א און מהרז"ל שעירען א מחותן ר' ליפא טייטלבוים וואס האט געגעבען א טאכטער פאר מהר"א און א זון פאר מהרז"ל, איז ווען ר' חיים הערש טייטלבוים (מלפנים אב"ד סיגוט וויליאמסבורג) האט חתונה געמאכט איינס צו צוויי מאל אין הופער שול, איז זיין שוואגער מצד זיין שווער וואס איז אן איידעם ביי מהרז"ל נישט געווען ביי די חתונה? לכאורה יא, נאר מ'האט נישט געמאכט קיין עסק דערפון, ער איז פשוט געקומען צי זיין שוואגערס חתונה ווי זיין טאטע איז די זיידע. די זעלבע זאך דא, ר' בעריש איז נישט געקומען צו מהרז"ל און נישט געמיינט גארנישט דא מיטען קומען. אזוי זעט אויס לעניית דעתי.
 
וואס טרייסטו דא צו פארווישן?

נאך צוואנציג יאר וואס בעריש איז נישט אריין אין ראדני און נישט געטאנצען מיט זיין שוואגער און נעכטן האט עס יא פאסירט איז עס א היסטארישער זאך.

דאס איז זיכער אז דאס איז געווען אויסגעפלאנט פון פאראויס, איך האלט אז ישראל פון מאנסי האט עס אנגעדרייט, ער שטייט טאקע דארטן בשעת מעשה.

וואס גייט זיך יעצט טוישן אין די צוקונפט צווישן די צוויי שוואגעס? גארנישט.

אגב, נאך די חיים הערש מייזליש פרשה פארשטייט יעדער אז בעריש איז ברוגז אויף אהרן, לפנים מיז ער שפילן שלום.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

איז עס געווען אן אוהעל'ע חתונה? וואלט ער דארט געווען אדערווייז?
 
Back
Top