- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,818
- רעאקציע ראטע
- 4,069
- פונקטן
- 433
דער סטעדיום עפיזאד גייט שוין צוריק היבש יאהרן ווען ער האט אפגעדונגען די נאסאו קאליסיום ,כאילו ער גייט מלחמה האלטען מיט ציונות, וואס ער האט איינגיזעהן ברוב חכמתו אז דאס איז א טרעט פאר די יהדות, און ער האט אימפארטירט פון ארץ ישראל דעם היינטיגען רב פון די עדה חרדית הרב משה שטרנבוך,וואס נענה לבקשתו און ער האט גערעדט ביי יענע כינוס קעגן ציונים - לפי האמת איז די זאך נישט נוגע בזמנינו ווען די יידישע מדינה איז דא ,און דער עיקר ציעל פון יהדות איז ווי אזוי צו נעוויגעיטען אינדעם סיסטעם מיט יהדות, על דרך המסורה, און דאס האט גארנישט מיט ציונות,וואס איז סתם א סלאוגען אהן קיין באדייט למעשה,ער האט דעמאלס איינגעזען אז ער הייבט אן פארלירן דער עולם, האט ער פראבירט צו מאכן אן עובדא קיימת. און דאס האט געטריבן די ווידערשטאנד, עי' ערך הכתרה בחוה"מ פסח. און פון דעם האט זיך עס געקייקעלט ביז מיר האלטן מיר היינט מיט א מעכטיגע מחלוקת וועלכע סטעדיום צו נוצן זיך צו שלאגן מיט די ציונים.
זעט זיך אויס האסט נישט מיטגעהאלטן.
ביסט בעסער פאר דעם, נישט ערגער
סתם שטותים בעלמא.
זינט דאן איז שוין דער מהר״א געווארען מעטשור,ער טוט שטארק צו דער זאך,אינענווייניג אין זיין קהילה, אויף אן אופן וואס ממנו ילמדו ויעשו, ער איז אינוואלווד אין די בניה און אויפבוי פון קרית יואל, מיט אלע צוגעהער מוסדות און שוהלען לשם ולתפארת, מיט א סערטען קאנטראל קעגן די מייקרי השער, און ווי עס זעהט אויס וועט קרית יואל וסביבותיה זיך אויס ברייטערן צו ווערן
די גרעסטע היימישע מקום אין אמריקא, ביז משיח׳ס טאג.