איך ווייס נישט פארוואס דער עולם קוקט עס אן אזוי נעגאטיוו, מהר"א איז באקאנט אין פרובירן אראפברענגען דעם סטאנדארט וואו ער קען, צו עס איז דירות פרייזן (בעפאר די $300/סקווער פיס האט ער געהאט א פלאן צו בויען 1,000 דירות אזויווי 40 יאר צוריק: 8 פיס דאך, פשוטע קאך, וואנט עיר קאנדישנס וכדו'), חתונה תקנות און ביליגע זאלן, דאס איז א חלק פון זיין ברענד און עס איז א שאד אז מען זאל נישט אנערקענען ווען ער טוט גוטע זאכן.
צו זאגן אז מען זאל פשוט אויסלערנען דעם ציבור אז מען זאל ספענדן לויט די אינקאם איז נאאיוו, מען האט עס שוין פרובירט צענדליגער מטר איבער די לעצטע 20 יאר און עס איז יעדע מאל דורכגעפאלן, כל זמן דער ביליאנער קראצט זיך די פיס אין די זעלבע מקוה ווי דעם גראסערי ארבייטער וועט מען אייביג פרובירן צו לעבן ווי א נגיד, פארפאלן, מיר לעבן אין א סאסייעטי וואו עס איז נישט סעגרעגירט ביי אינקאם, אנדערש ווי גאנץ אמעריקע, די איינציגסטע עכטע עצה איז אראפצוברענגען דעם סטאנדארט פאר יעדן אז דער ארימאן/מיטל אינקאם זאל קענען סורווייוון