סאטמאר מהר"א שליט"א

ברגע זיי לאזן יעדער משפחה מחליט זיין פאר זיך, וועט די גאנצע מגדל הקלפים צוזאם פאלן.
אזוי ווי ער זאגט, אויב קען יעדער מחליט זיין, רח"ל ווי מ'קען אלס אנקומען. איינער וועט נאך מחליט זיין צו קומען אן קיין הוט אין ביהמ"ד מיט א האט-קאפ פונדערהיים (נישט פון ביהמ"ד)...
 
איך ווייס נישט פארוואס דער עולם קוקט עס אן אזוי נעגאטיוו, מהר"א איז באקאנט אין פרובירן אראפברענגען דעם סטאנדארט וואו ער קען, צו עס איז דירות פרייזן (בעפאר די $300/סקווער פיס האט ער געהאט א פלאן צו בויען 1,000 דירות אזויווי 40 יאר צוריק: 8 פיס דאך, פשוטע קאך, וואנט עיר קאנדישנס וכדו'), חתונה תקנות און ביליגע זאלן, דאס איז א חלק פון זיין ברענד און עס איז א שאד אז מען זאל נישט אנערקענען ווען ער טוט גוטע זאכן.

צו זאגן אז מען זאל פשוט אויסלערנען דעם ציבור אז מען זאל ספענדן לויט די אינקאם איז נאאיוו, מען האט עס שוין פרובירט צענדליגער מטר איבער די לעצטע 20 יאר און עס איז יעדע מאל דורכגעפאלן, כל זמן דער ביליאנער קראצט זיך די פיס אין די זעלבע מקוה ווי דעם גראסערי ארבייטער וועט מען אייביג פרובירן צו לעבן ווי א נגיד, פארפאלן, מיר לעבן אין א סאסייעטי וואו עס איז נישט סעגרעגירט ביי אינקאם, אנדערש ווי גאנץ אמעריקע, די איינציגסטע עכטע עצה איז אראפצוברענגען דעם סטאנדארט פאר יעדן אז דער ארימאן/מיטל אינקאם זאל קענען סורווייוון
 
ברגע זיי לאזן יעדער משפחה מחליט זיין פאר זיך, וועט די גאנצע מגדל הקלפים צוזאם פאלן.
נעע, אין א קהילה ווי מען האט טויזנטער מענטשן וואס גייען מיט:
ווייסע זאקן - לאנגע הויזן,
שפיצלעך - אפענע שייטלעך,
שווארצע - בעיזשע טייטס,
לאנגע רעקל - קורצע רעקל,
שטאפענע - ביבער היטן.

און נאך צענדליגער אנדערע מיני לבושים איז נישטא דער פחד אז אויב איינער באשליסט צו גיין מיט א היט ווס. קאשקעטל וועט עס נישט מאכן קיין מגדל הקלפים צוזאמענפאלן
 
ברגע זיי לאזן יעדער משפחה מחליט זיין פאר זיך, וועט די גאנצע מגדל הקלפים צוזאם פאלן.
ווער איז די 'זיי' וואס זאלן לאזן? איינער לאזט נישט?

איי געסס אפילו מ'לאזט יא האלט נישט קיינער ביים ארויסקאלערן.
 
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א היינט ביים באזוך אינעם כיתה ט‘ אין קרית יואל ווי די תלמידים זענען אנגעטוהן מיט ‘קאשקעטלעך‘ לכבוד חודש אדר, מיט א פלאן דאס איינצופירן פאר א גאנצן יאר אזוי ווי מערערע קהילות אין ארץ ישראל האבן שוין איינגעפירט ביי די יונגערע בחורים

קען מיך איינער ערקלערן וואס איז פשט פון די נייע משוגעת?

די אויסגעדראשענע טענה פון "שפארן געלט" איז א ביליגער ליצנות׳דיגע תירוץ צו זאגן אז דאס איז דער מאטיוו. עס קוקט מער אויס ווי א שטיק פסיכאלאגישע מאניפולאציע, א געצילטע סטראטעגיע צו האלטן די יונגע דורות נאך מער באהאפטן און אונטערגעווארפן אן קיין אייגענעם דעת.

בכלל מיט וועלכן רעכט קומט מען און מען צערייבט א הייליגן לבוש וואס איז שוין איינגעבאקן אין כלל ישראל יארן לאנג…? דאס גייט מען שוין אין כלל ישראל פאר צענדליגער יארן זיכער!... דאס אוועקנעמען די ברים און טוישן דעם היט צו א "קאשקעטל", איז א גראביאנישקייט אנשטאט א נארמאלן היט, גיט מען אים א פארהאקטן מלבוש, א סימבאל פון באגרעניצטקייט. דאס איז א מעטאד צו פארוואנדלען דעם יונגן בחור אין א פאלגזאם "קעלבל" למען הקולטישקייט.
וואס מהר"א וועט טוען וועלן אייביג זיין מענטשן ווי דיר וואס וועלן האבן טענות
זאג נאר אונדזערע זיידעס אין אונגארן האבן אויך געצאלט 400 פאר ביבער הוטן? די פרייזן הייבן זיך ווי משוגע און אלע עלטערן וויינען
זאגסט אז די הוטן זענען שוין איינגעבאקן צענדליגער יארן אפשר בלייבט מען אויך מיט די אלטע פרייזן???
 
נעע, אין א קהילה ווי מען האט טויזנטער מענטשן וואס גייען מיט:
ווייסע זאקן - לאנגע הויזן,
שפיצלעך - אפענע שייטלעך,
שווארצע - בעיזשע טייטס,
לאנגע רעקל - קורצע רעקל,
שטאפענע - ביבער היטן.

און נאך צענדליגער אנדערע מיני לבושים איז נישטא דער פחד אז אויב איינער באשליסט צו גיין מיט א היט ווס. קאשקעטל וועט עס נישט מאכן קיין מגדל הקלפים צוזאמענפאלן
ס'איז נישט אינגאנצן אמת, ווייל די אלע זאכן זענען אויך אן קיין בחירה, מ'גייט אזוי ווי די עלטערן גייען.
אויב טוישט איינער פון זיינע עלטערן, וועט ער האבן צו הערן - נישט נאר פון זיינע עלטערן און משפחה, נאר אויך פון זיינע חברים און אפי' רבי'ס און הנהגה.
 
צו זאגן אז מען זאל פשוט אויסלערנען דעם ציבור אז מען זאל ספענדן לויט די אינקאם איז נאאיוו, מען האט עס שוין פרובירט צענדליגער מטר איבער די לעצטע 20 יאר און עס איז יעדע מאל דורכגעפאלן, כל זמן דער ביליאנער קראצט זיך די פיס אין די זעלבע מקוה ווי דעם גראסערי ארבייטער וועט מען אייביג פרובירן צו לעבן ווי א נגיד, פארפאלן, מיר לעבן אין א סאסייעטי וואו עס איז נישט סעגרעגירט ביי אינקאם, אנדערש ווי גאנץ אמעריקע, די איינציגסטע עכטע עצה איז אראפצוברענגען דעם סטאנדארט פאר יעדן אז דער ארימאן/מיטל אינקאם זאל קענען סורווייוון
אז מ'נוצט א האק אריין צו שטעלן א שרויף, וועט עס נישט ארבעטן.
מ'האט קיינמאל נישט פראבירט דאס צו טון מיט די ריכטיגע כלים, ווייל ווען מ'האט אין האנט א האמער, זעט אלסדינג אויס ווי א טשוואק.

אויסלערנן מענטשן צו לעבן איידל קומט פון שטוב, פון פריוואטע התעוררות, פון די שפראך ביים שבת טיש, פון די ווערטער וואס ליגן אונטער די רייד פון די דרשנים, וכדומה.

און וויבאלד מיר זענן אנגעשלאגן מיט די סטעדיום מענטאליטעט פון פירערשאפט, ווייסט מען בכלל נישט פון די סארט כלים.
 
קרית יואל וואכנשריפט האט אין די פורים אויסגאבע געברענגט א פלאן פון איינפירן שלאף קאפלעך אויף א גאנצן טאג צוליב התורה חסה על ממונם של ישראל...
 
קרית יואל וואכנשריפט האט אין די פורים אויסגאבע געברענגט א פלאן פון איינפירן שלאף קאפלעך אויף א גאנצן טאג צוליב התורה חסה על ממונם של ישראל...
יא יא...
זיי זענען געפערליכע לצים, יעדעס יאר מאכן זיי אפענערהייט חוזק פון מהר"א
 
יא יא...
זיי זענען געפערליכע לצים, יעדעס יאר מאכן זיי אפענערהייט חוזק פון מהר"א
געווען איינמאל וואס קהילת מהר"א איז ארויסגעקומען מיט א איסור צו אדווערטייזן דארט, און געשיקט שארפע בריוון צו יעדע ביזנעס וואס איז געווען עדווערטייזט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יא יא...
זיי זענען געפערליכע לצים, יעדעס יאר מאכן זיי אפענערהייט חוזק פון מהר"א
פורים צולאזט מען זיך , נישט געפערליך מען דארף האבען א סענס אוף הומאר און אמאהל מעג מען לאכען פון זיך אליין ,
 
ארום צו שיקן בריוון אז אינגע פאר פעלקער וואוינען באיסר,
זייער א געמיינע זאך געוועהן און נישט אויס געהאלטען על פי הלכה , ער האט געטראפען א תשובה אין כנסת יחזקאל וואס זאגט אז עס איז דא חרם פון רבינו תם אויב מען איז. מסדר קידושין בלי רשות פון מרא דאתרא ,
דער חרם האט נישט קיין אנדערע מקורות , אבער חוץ מזה די פורשים פון די קהילה האבען דאך א אייגענע קהילה מיט א רבי און א דיין, נאר עס איז געוועהן בעיצומו פון דעם פייט בין האחים,האט מען געטון זאכען שלא ביושר- בגדר אין אדם נתפס על צערו - היינט איז מען שוין מער נארמאל מיט די הנהגה.
 
איך האב נאך פאריגע וואך באקימען אזא בריוו אויף א צווייטע קאזן, גארנישט נארמאל
 
איך האב נאך פאריגע וואך באקימען אזא בריוו אויף א צווייטע קאזן, גארנישט נארמאל
קענסטו זאגען- ווי דער רבי האט געזאגט בשעתו אויף דעם רב פון קאשוי - ווען ער האט שוין שוקל געוועהן אז ער אסר׳ט די סקול דיסטריקט שערי חמלה שלא כדין -
עפרא לפומיה ווער עס איז מטיל א ספק אין די כשר׳ע
קידושין פון א יידיש פארפאלק , אויפדעם איז מסתבר צוזאגען אז דער חרם רבינו תם נישט מטיל זיין א לעז אויף גיטין איז כל שכן חל אויף קידושין, ח״ו מטיל זיין א פגם.

מכל מקום איז שווער צופארשטיין די עזות און חוצפה פון מחותנים, וואס וואוינען אין א קריה און זיי מאכען נישט דעם עפאארט צו נעמען רשות פון דעם מרא דאתרא אפילו מען באלאנגט צו די אנדערע קהילה למען הרבות שלום? יעדער זוכט דאך עפעס זכותים מען דארף א סך פאר די נעקסטע זיבעציג יאהר, דאס איז א מין פארדארבנקייט וואס קומט מיט ירושה פון מארמאראש
כל המעביר על מדותיו וכו,
 
רוב זאליס און בני יואלע פרעגן רשות, צו ס'פאסט זיי יא צו נישט
 
Back
Top