סאטמאר מהר"א שליט"א

אהרן טענה'ט אז די בעקעריי באלאנגט צו אים, און דאס איז נוגע לגבי די קוואל וואסער פון וואנעט זיי נעמן די מים שלנו. ער זאגט אז מ'דארף אים צאלן א דאללאר א פונט פאר די וואסער.
שווער צוגלייבען אז ער טענה׳ט אזוי , ער איז א תלמיד חכם און ער ווייסט אז דאס איז סתם דברים בטלים , די
מצה בעקעריי האט קיינמאהל נישט באלאנגט פאר זיין טאטע, איז ווי קומט עס אהן צו איהם? עס איז דאך נכס קהל און די קהל פיערט עס ווייטער כמימות קדם .
 
לגבי צו ער איז רב צו נישט, דער סטאנדארט איז קיינמאל נישט געווען אז מען ברויך נעמען וואוטס ביים עולם, עס זענען געווען די טובים וואס האבן אויפגענומען, נישט אז ער האט נישט רוב קרית יואל מיט זיך, זיינע הענדפיקד קאנדידאטן האלטן אין איין געוואונען אבער ווי געזאגט איז דאס אין רוב מקומות בכלל נישט געווען דער סטאנדארט
עס איז געווען שטעט וואו יעדער האט געוועלט און עס איז געווען וואו די טובים האבן אויפגענומען אבער די טובים זענען געווארן ערוועלט דורכן ציבור
אויך די פוסקים וואס האלטן פון רבנות בירושה איז אויך נאר אויב דער ציבור איז נישט דערקעגן קומט עס קודם פארן יורש ווען ער איז א בר הכי אבער אויב רוב ציבור וויל אים נישט קען מען נישט יורש זיין רבנות קעגן די רצון פונעם ציבור

בכלל זאגן אין א סאטמארע אשכול אז דער סטאנדארט איז קיינמאל נישט געווען צו נעמען וואוטס ביים עולם איז אינטערסאנט ווייל סאטמאר האט געהאט 2 מאל מערכות מיט וואלן 1 אין קראלי נאך סאטמאר רב איז געווען די מחלוקה ווער עס האט באמת די וואלן ר' שמואל גראס אדער ר' אביש הורוויץ
2 אין שטאט סאטמאר איז געווען עטליכע מאל וואלן ביים עולם איבער אויפנעמען דעמאלטסדיגע קראלי רב אין סאטמאר
 
לעצט רעדאגירט:
דו טעגסט מיך אויף די wראנג זאך... איך האב מיך באצויגן צו וואס @אלטע שרייבער האט געשריבן אז ער איז דער איינציגסטער רב וואס קאנטראלירט אזוי, האב איך געזאגט אז עס איז נישט אמת, אינדערהיים איז דער רב געווען אינוואלווד אין יעדנס יודישקייט,
פון אליין אראפגיין צושטערן חתונות בתערובות צו די צענדליגער מערכות ווען מענטשן האבן אנגעהויבן עסן שטירל פיש/צוקאריע/מאשין מצות און הונדערטער אנדערע זאכן ווי דער רב פון שטאט איז ארויסגעגאנגען בחרב ובחנות קעגן מענטשן פערזענליך איבער יודישקייט אישוס.

איך רעד שוין נישט ווען עס זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך דערוואגט צו אראפנעמען דעם עול פון א מרא דאתרא, מען האט דערטראנקען מענטשן אין מקוה דערוועגן.

לגבי צו ער איז רב צו נישט, דער סטאנדארט איז קיינמאל נישט געווען אז מען ברויך נעמען וואוטס ביים עולם, עס זענען געווען די טובים וואס האבן אויפגענומען, נישט אז ער האט נישט רוב קרית יואל מיט זיך, זיינע הענדפיקד קאנדידאטן האלטן אין איין געוואונען אבער ווי געזאגט איז דאס אין רוב מקומות בכלל נישט געווען דער סטאנדארט
נייו ניין ניין. איך האב דיר געטעגד אויף די גענויע ריכטיגע זאך. מיין נקודה איז אז דער פאקט אז אמאל זענען געווען רבנים וואס פלעגן טון די זאכן איז נישט קיין שום ראיה אויף די מדובר דא. כל זמן אז דער רב איז אויסגעוועלט דורכן ציבור האט ער כוח צו הייסן אלע תושבי העיר מאכן א סדר אויף פיצא אום שבועות. ווי צודרייט ער איז, האט ער למעשה א כוח וואס דער ציבור גיבט אים. משא''כ דא.
די סטאנדארט איז אייביג געווען אז דער רב איז א פאבליק סערווענט. ער ארבעט פאר די ציבור. סיי צו עס איז געווען דורך פארמאלע וואוטס סיי צו צו עס איז געווען דורך די טובי העיר - וואס זענען געווען דערוועלט דורכן ציבור. און יא, עס איז יתכן אז עס זענען געווען משתלטים על הציבור שלא כדין אויכעט. אבער אין הלכה איז נישט פארהאן אזא מושג.
 
סאטמאר איז קיינמאל געווען א חסידות , מהר"א לאכט אייביג אפ פון די רעסעפי בוק זמירות דברי יואל וואס איז זעלבסט געקרוינטע מנהגים ,מערסטענס פון אלטע פייגא, וואס אפאר אידן מאכן גוט געלט פון די זמירות ,וזה הא
ווען אהרן מאכט ווען די גוט געלט אויף די זמירות דברי יואל וואלט ער נישט געלאכט דערפון...
 
ווען אהרן מאכט ווען די גוט געלט אויף די זמירות דברי יואל וואלט ער נישט געלאכט דערפון...
ער לאכט פון יעדע נייע מנהג פון אלטע פייגע ענד קא , דאנט ווארי ער מאכט גוט געלט פון זיינע אייגענע ספרים וואס ער געט ארויס,
אבער די קראנקהייט פון די זמירות און מחזור דברי יואל איז מיינד באגלינג, מען דערציילט אז בשעת די רבי זי"ע האט געלעבט איז ער געווען קעגן
 
ער לאכט פון יעדע נייע מנהג פון אלטע פייגע ענד קא , דאנט ווארי ער מאכט גוט געלט פון זיינע אייגענע ספרים וואס ער געט ארויס,
אבער די קראנקהייט פון די זמירות און מחזור דברי יואל איז מיינד באגלינג, מען דערציילט אז בשעת די רבי זי"ע האט געלעבט איז ער געווען קעגן
אהרן לאכט פון אלעס און פון יעדעם, חוץ וואס ער טוט, מאכט און זאגט.

און דאס אז אהרן מאכט גוט געלט איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין די אשכול.

און די קראנקהייטן וואס אהרן האט, סעלפיש, עגא, אוממענטשליך און אוממעראלישקייט האט ווייגעטאן מער אידן ווי די זמירות דברי יואל האט קיינעם וויי געטון. אגב, ס'איז נישט ערגער ווי די אראק סגולה...
 
לעצט רעדאגירט:
דעי אלטע מארמאראשע העיט קען זיך שוין ענדיגן
איך וויל נישט אז מעמבערס דא זאלען זיך פילן געטראפען מיט דעם, אבער סיי ווען איך זע איינער דא שרייבן אזוי העיטפול אויף אים, ברענגט עס אסאך מער אראפ די באַרעדער ווי די באַרעדטע. ר' אהרן איז נישט נעכטן געבוירען, כלל ישראל האט שוין געוויסט אנהייב די מ' יארען פונקטליך וואס ער איז און וואס ער פארקויפט, איך פארשטיי אויב איינער האלט נישט פון אים, אבער אויב 45 יאר שפעטער האבען מענטשען זיך נאכנישט אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו באגיין מיט אדער אוועקצושטיין פון אים, איז די פראבלעם אינגאנצן מיט זיי. קוקנדיג פון די זייט שיינט עס צו מיר אז די מאטיוו איז העיט, ר' אהרן איז בלויז די מיטל. אלס א (כמעט) אוטסיידער איז דאס אלעמאל מיין הרגשה, קוקנדיג אויף די מציאות פון איין זייט און די העיט פון די אנדערע זייט, ס'קומט נישט צאם, לא קרוב זה אל זה.

די מ' יארען איז נישט געווען פערפעקט, מ'קען דעבאטירן צו די טענה פון "כבר היה לעולמים/אינדערהיים האט מען געזאגט כהנים ארויס" איז באגרינדט, אינז האבען שוין נישט ד' מיתות בי"ד, און חסידישע טעראר האט שוין אויך נישט קיין פלאץ אין די היינטיגע פארגעשריטענע סאסייעטי. איך דאנק די פאקט אז היינט איז דא אזויפיל קעמרעס אויף הייזער, גאסען און ביי יעדעם אויפן סעלפאון, אז מ'קען שוין נישט די טעראר וואס מ'האט געטוען יענע יארען.

ער איז היינט א גרויסע רבי פון א הערליכע קהלה, ער האט נאך א ברייטע שפראך וואס ער נוצט צומאל פאר זיינע אגענדעס, אבער דאס איז אויפן "טעיק איט אר ליעוו איט" בעיסיס. עט דיס פוינט צו שוימען פון כעס ווי א בוריקע איז מער א נפשותדיגע פראבלעם ווי א מציאותדיגע פראבלעם. איך וויל נישט בלעימען די וויקטעם (ווי מ'רופט עס היינט), אבער אויב איז איינער באמת א וויקטעם פון די מ' יארען, וואלט איך געראטן טערעפי פאר דעם, געבען העיט פאר די נעקסטע טויזענט יאר גייט עס נישט אויסהיילן.

די אלע שלעכטע און שמוציגע ווערטער וואס מ'שרייבט דא אויף אים איז פשוט זיך אויסצוגעבן אנרילעיטעד פערזענליכע ווייטאג, ר' אהרן איז לכאורה א גיטע ציל פארדעם ווייל 5-10 מענטשען וועלן מיטשטיין און הנאה האבען דערפון (אויך צוליב אנרילעיטעד פערזענליכע ווייטאג). די עיקר איז אז די פייל וואס איך שיס זאל ארויסגיין, ס'דארף נישט היטען די טארגעט, איך ברויך ארויסשיסן דעי פייל און איך וועל עס טון מיט די גאנצע פאוער, ווייל דאס מאכט מיך העפפי. זאל יעדער אויף קרעמל טראמאטאזירט ווערן און זען ווי מיאוס איך קען רעדען אויף א ריזיגע רבי, ווייל איך מיין אז ס'איז קיוט אזוי צו שרייבען.
 
ווען די ארוינים וועלן אויף הערן מיט די טעראר, קענען זיי זאגן אז מ'דארף נאמאר ארויסברענגען אהרן'ס שלעכטקייט, אבער ווי דערמאנט דא גייט נאך אן די ארים שיקן בריוון,
 
האסט עס געהערט פון אים אז ער טענה'ט אזוי? אויב מיינסטו אז זיין קהלה אדער דער בלאט טענה'ט אזוי, שרייב אזוי. ער האט שוין גענוג פוטער אויף זיין קאפ, מ'דארף נישט אלעס אנלייגן אויף אים. באלד וועט ער נאך זיין שולדיג פאר די לעצטיגע בליזערד.
עס זענן געווען אפיציעלע מודעות אין דער בלאט, איך האב א חבר (נישט קיין סאטמארער) וואס האט זיי געקלינגן און געגעבן געלט.

איך קען נישט קיין חילוק צווישן אהרן און קהל. עס איז דאך אלס איין זאך. ווער זאגט אז אזא מענטש עגזיסטירט בכלל, ער הייסט נאר אהרן ווייל ער איז דער גייסטישע פירער פון די אהרוינים.
 
עס זענן געווען אפיציעלע מודעות אין דער בלאט, איך האב א חבר (נישט קיין סאטמארער) וואס האט זיי געקלינגן און געגעבן געלט.

איך קען נישט קיין חילוק צווישן אהרן און קהל. עס איז דאך אלס איין זאך. ווער זאגט אז אזא מענטש עגזיסטירט בכלל, ער הייסט נאר אהרן ווייל ער איז דער גייסטישע פירער פון די אהרוינים.
איך קען דיך אויסלערנען די חילוק צווישן אהרן, קהל און דער בלאט. ביסט עוועילעבל זונטאג?
 
Back
Top