ווען די ארוינים וועלן אויף הערן מיט די טעראר, קענען זיי זאגן אז מ'דארף נאמאר ארויסברענגען אהרן'ס שלעכטקייט, אבער ווי דערמאנט דא גייט נאך אן די ארים שיקן בריוון,
די האסט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט,ער רעדט נישט פון זיי אדער פון דיר,ארונים בכלליות אינטערסירט נישט אז די שעלטסט, זיי שטייען און לאכן פון דיר ,זיי האבן א רבי א מנהיג הדור , ער דעליווערט פאר זיי רוחניות און גשמיות.
ער זאגט אז
Hurt people hurt others ,
טאמער די ביזט אויפגעוואקסען אין קרית יואל אין די הייסע בני יואל'ע קולט , אדער אפילו וויליאמסבורג ווי למשל ביי יאוואזשנע וכדומה ,
און די ביזט נאך ביי טערעפי קיינמאל געווען, אדער ביי לעבענס וויכטיגע קלאסן ווי רבי יום טוב גלעזער וכדומה, וועסטו קיינמאל אין א הונדערט יאר פארשטיין וואס ער שרייבט,
די בני יואל'ע מענטעלעטי וואס זייער גאנצע לעבן און שטרעבן איז שעלטען די גאנצע וועלט פון צופרי ביז ביינאכט , אן ניטאמאל וויסן די מינדעסטע אהנונג פון וואס זיי רעדן,
אנגעהויבן פון ציונים ביז ארונים,
זענען ערענסטע גייסטיש קראנקע נפשות ,און דאס גייט ווייטער ביי זייער קינדער און אייניקעלעך,
זיי שעלטן נישט די ציונים אדער קאמאן קאר ,זאלי, און וואס נישט וועגן עפעס א עכטע סיבה וואס האט מיט זיי, פשוט זיי זענען געדעמעזשטע מענטשן און עפעס טוט זיי וויי טיף אינעווייניג ,טיפע טראומע,שרייען זיי,
אז עס טוט וויי שרייט מען
יעדע מענטש וואס שעלט אנדערע מענטשן אדער שרייט , איז ערענסט נישט גייסטיש געזונט, נישט קיין חילוק בני יואל אדער ארונים,
ווען די גייסט אריין אין וויליאמסבורג אין א בית המדרש פון מהר"א, וועסטו טרעפן מענטשן שמועסן געמיטלעך און לערנען, און טאקע וועגן דעם זייער אסאך קינדער און אייניקעלעך פון די בני יואל'ע דרייען זיך היינט צוטאגס אין ארונישע בתי מדרשים, סיי אין וויליאמסבורג און סיי קרית יואל פאר אט די סיבה,זיי זענען שוין מיד פון שעלטען פון ווען מען שטייט אויך ביז מען גייט שלאפן,
ווייטער שפאציר אריין צו א זאלי אדער בני יואל בית המדרש, דארט איז מען ביזי איין טאג מיט קאמאן קאר ,א צווייטע טאג מיט עבודה זרה שייטלעך, יעדן טאג פרישע שעלטונגען...אלעס פארשטייט זיך ארויף אויפן רבי זי"ע קאפ
די קנאות וואס די רבי זי"ע מסאטמאר האט גערעדט , האבן די בני יואל'ע אידן גענומען מיט א גאפעל , גענומען קנאות אלס צו פארשטאפען ווייטאג , די זענען על פי רוב געווארן בני יואל'ע,
ליידער מאכן זיי ללעג וללקלס דעם סאקמער רב, זיי שרייען אין די גאסן מיט זייער חאזעריי מיט זייער קראנקהייטען
אנדערע אידן וואס זענען געווען מער ערליכע בעלי בתים וואס די רבי זי"ע האט באמת געשטרעבט, און נישט קראנק ,נאר פאלגזאמע וואילע אידן וואס פאלגן וואס א מנהיג הייסט און זענען נישט אויבער חכמים וואס שעלטען יעדעם איינעם,
און זיכן נישט צו שעלטען די שטאט, זענען געווארן תשל"ט ברך משה חסידים און ווייטער לב אהרן חסידים, און זיי זענען על פי רוב מער געזונטער בנפש ,וועסט נישט דארט טרעפן לב טהור סטייל מענטשן ,
איך פלעגט אמאל אריינגיין אין חרדים אין קרית יואל, איך האב געמיינט אז איך בין אין לב טהור מיט א גייסטישע אינסטוטוטישון באנאזאם, אין וויליאמסבורג איז אויך דא כל מיני אזאנע פלעצער,השם ישמור
רבי יום טוב גלעזער און אנדערע טענה'ן אז עס איז נאך די אפ פאל פון די מלחמה יארן די טיפע trauma,
איך גראדע בין מחולק מיט אים, וועגן די מהלך וואס ער זאגט איז אנגענומען אין די גוי'עשע וועלט אז די אידן אפשטאמיגע פון די מלחמה ליידן פון טיפע דעפרעשען,און זיי פארשפרייטען די דעפרעשען אין די וועלט,
איך האלט אז עס איז פשוט פרומאקעס מיט שלעכטע מידות, און זיי האלטען נישט ביים ארבעטען אויפן חובת הלבבות , און שעלטען אויף די וועלט,אנשטאט ארבעטען אויף זיך, און ענטפערן אלעס מיט א רבי זי"ע און טייטשען אריין זייער קראנקהייט אין אידישקייט,וואס דאס איז פאלטש מעיקרא ,
און יעדע שלעכטע מדה ברענגן זיי נאך פון זמירות דברי יואל געבאקענע סחורה פון שלמה יענקעל און זרילע גליק