- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,490
- רעאקציע ראטע
- 7,602
- פונקטן
- 943
ראָש השָּנה און יום כיפור זאָלן נישט זיין טרויעריגע טעג גאָט איז נישט בייז, ער וויל דיך נאָר נעענטער. יעדע יאָר, ווען ראָש השָּנה און יום כיפור קומען, ווערט די לופט אַ ביסל שווער. מענטשן רעדן וועגן „יום הדין“, מענטשן קלאַפּן זיך אויפן ברוסט. מ’מיינט, גאָט איז גרייט צו שלאָגן מיט שטרענגע דינים. אָבער די תורה זאָגט עפּעס אַנדערש. ראָש השָּנה הייסט „יום תרועה“ און „יום זכרון“ נישט „יום פחד“. עס איז אַ יום טוב, אַ טאָג פון פרייד און צוהערן. מען זאָל עסן גוט און זיך פרייען. „זכרון“ מיינט נישט אַ חשבון, נאָר אַז גאָט געדענקט דיך, כּדי דיר צו געבן וואָס דו דאַרפסט, ממש ווי ער געדענקט די ביימער אויף טו בשבט.
און יום כיפור? די משנה אין מסכת תענית (כו)
זאָגט: “לא היו ימים טובים לישראל כט”ו באב וכיום הכיפורים, שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי לבן שאולין… ויוצאות וחולות בכרמים. ומה היו אומרות? בחור, שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך…” שידוכים אויף יום כיפור! נישט צו וויינען, נאָר צו זיין פריילעך.
מיין טאַטע, הרה”ג ר’ יצחק עבאדי שליט”א, פלעגט זאָגן: “א מענטש אויף יום כיפור איז אין זײַן בעסטן צושטאַנד. ער איז ריין, ערליך, און זיין נשמה איז קלאָר. דעריבער איז עס די בעסטע צייט צו מאַכן אַ שידוך, ווען מען איז באמת זיך אַליין.” דער פאַסטן אויף יום כיפור איז נישט ווי תשעה באב, נישט צו וויינען, נאָר צו ווערן הייליג. דער ספר החינוך זאָגט, עס העלפט אונדז זיך אָפּרייסן פון גשמיות און ווערן ווי מלאכים. אויך איז יום כיפור אַ ספּעציעלער טאָג וואו מען קריגט מחילה פאר עבירות און מען קען אָנהייבן מיט אַ ריינעם בלאַט.
ווי אזוי זאָל מען זיך צוגרייטן פאר די טעג?
ראָש השָּנה:
זיי פריילעך. דאַוון די שמונה עשרה מיט כוונה. מען מוז נישט זיצן ביי אַלע פיוטים.
דאָס איז דיין רוחניות'דיגער געבורטס־טאָג.
ראָש השָּנה איז אַ טאָג פון געדענקען און ליבשאַפט. יום כיפור איז אַ מתנה. לאָמיר גיין אין די טעג מיט רואיגקייט, נישט מיט שולד־געפילן. גאָט איז נישט קיין שרעקעדיגער מענטש, ער איז דיין טאַטע.
דאס זענען עטליכע פון די וויכטיגסטע הלכות פאר ראש השנה און יום כיפור. האלט עס פּשוט און מיט אַ שמחה'דיגן געשמאק, און טוה נישט איבער דער מאס, דער ציל איז זיך צו פאַרבינדן מיט גאט און מיט זיך, זיך פריילעך צו פילן, נישט אויסגעמוטשעט.
התרת נדרים
ערב ר"ה פירט מען זיך צו מאכן התרת נדרים מיט די באקאנטע ענדלאזע נוסח פון שמעו נא רבותי דיינים מומחים.... מיט'ן מסירת מודעה צום סוף. ווי דער גאנצער בית המדרש קוקט אויס ווי א ריזיגע בי"ד שטיבל. אבער אז מ'טראכט פאר א רגע אריין טאקע פון דעם מסירת מודעה צום סוף זעהט מען אז אויב ברויך מען עס בכלל צו זאגן איז עס נאר איינמאל אין לעבן, ווי דארט שטייט קליפ און קלאר הרי אני מוסר מודעה לפניכם ואני מבטל "מכאן ולהבא" כל הנדרים וכו' וכו' מיט אלע לשונות של נדר וכו' און ס'שטייט גראדע נישט דארט קיין דאטום אז דאס איז נאר גילטיג ביזן נעקסטן ער"ה.
מקוה און צוגרייטונג
• מקוה איז א רשות. א מנהג, נישט קיין חיוב.
• א ריינע סווימינגפּול איז כשר אפילו פאר פרויען גאנץ יאר.
• גיי נישט אין א שמוציגער אדער אומזיכערער מקוה, ס’קען זיין געפערליך אדער נישט געהעריג פאר געזונט.
סימנים און שהחיינו.
סימנים: די סימנים זיינען נישט געמאכט צו ברענגען פחד אָדער צער, נאָר פּונקט פאַרקערט זיי זיינען געמאכט צו ברענגען פרייד און פּאָזיטיווע ענערגיע, צו אויפהייבן דיין הארץ און געבן פרייליכקייט און האפענונג פאר'ן נייע יאר מען עסט אַ מייער און זאָגט אַ תפילה, מען עסט דעם קאָפּ פון אַ פיש און מ'בעט “זאָל מיר זיין ווי אַ קאָפּ און נישט ווי אַ עק.” דאָס ברענגט צוריק אַ פּאָזיטיווע שטימונג און אמונה אין גאָט. דער עיקר איז די פּאָזיטיווע ענערגיע און בטחון אין גאָט, דאָס איז וויכטיגער ווי די סימנים זעלבסט. אויב דו האסט שוין אַ גוטע פּאָזיטיווע ענערגיע, דאן דארפסטו נישט טון די סימנים. און אויב דו האסט עס נישט, העלפט סימנים סיי ווי נישט אויב דו בלייבסט נעגאַטיוו. דער ציל איז אריין גיין אין די נייע יאר מיט פרייד און בטחון.
שאוערס און פערזענליכע ריינקייט
מיין טאטע, הרב יצחק עבאדי, האט זייער מקפיד געווען אז יעדער זאל נעמען שאוערס אויף יום טוב, ס’איז גארנישט שלעכט דערין. שאוערס היינט זענען נישט ווי די פאבליק בתי מרחצאות פון אמאל, און הלכה לאזט עס. מען קען נוצן הייס וואסער אויף יעדן טעמפּעראַטור, זייף פון אלע סארטן, שאמפוא, אויסדריקן די וואסער פון די האר אין א האנדטיך, און זיך אפטרוקענען ווי געווענליך. מען קען בראשן די ציין ווי יעדן טאג פון וואך. מען קען אפילו בראשן ציין אויף יום כיפור, מיט ציינפעסט, ס’איז נישט קיין פראבלעם.
דאווענען און צייט אין שול.
• די הויפּט חיובים: שחרית, מוסף, מנחה, מעריב (און אויף יום כיפור אויך נעילה).
• דער עיקר איז די שמונה עשרה דאס איז די מצוה.
• מ'קען דאווענען אויף לשון הקודש אפילו ווען מען פארשטייט נישט אלעס, ס’דארף מען נאר קוקן אין תרגום אין אידיש אדער ענגליש כדי צו פארשטיין וואס מען זאגט.
• מ'דאַרף נישט זיצן דורכאויס די פּיוטים און לאנגע חלקים. ס’איז אקעי ארויסצוגיין, און נעמען א ברעיק, אדער דאווענען אביסל אינדערהיים.
• נעם מיט א ספר וואס איז רוחניותדיג אדער מעורר, צו בלייבן אויפגעהויבן בשעת די לאנגע חלקים.
• אויב מען דארף גיין אין ביהכ"ס בשעת דאווענען , אפילו אין שמונה עשרה, דארף מען זיך אפשטעלן, צוריקגיין דריי טריט, גיין, און צוריקקומען און ווייטער דאווענען פון וואו מען איז געווען.
• אויב די ארון קודש איז אפן און מ'זעהט די ספרי תורה, ביסטו נישט מחויב צו שטיין ביז מען נעמט ארויס די ספר תורה. אבער ווען מען נעמט ארויס די ספר תורה און טראָגט עס צום בימה, דארף מען שטיין ביז מען שטעלט עס אָפּ.
שופר
• מינימום חיוב: צען קולות, איינס פון יעדער פון די דריי סעטס (תשר”ת, תש”ת, תר”ת).
• דער ערשטער סדר איז 30 קולות, ווער ס’הערט דאס (מיט די ברכות), איז יוצא אינגאנצן.
• די הונדערט קולות איז א מנהג אויפן ציבור, נישט אויפן יחיד באזונדער.
• אויב מען קומט שפעטער און די ברכה איז שוין געזאגט געווארן, קען מען אליין זאגן די ברכה פאר’ן הערן שופר. און אויב מען פארגעסט אדער ס’איז נישט געווען צייט, איז אויך גוט, ווייל די מצוה פון שופר איז א מצוות עשה דאורייתא פאר זיך, און די ברכה איז א תקנה פון חכמים. אפילו אָן די ברכה האסטו מקיים געווען די מצוה שופר.
🍽 עסן און פאסטן
• ראש השנה: עס פונקט ווי יעדע יו"ט געשמאקע פעטע פלייש מיט פיינע וויין ווי ס'ווערט ג'פסקנט אין גמ' און אין שו"ע גייט אן די מצוה פון ושמחת בחגיך אויך אין און ספעציעל אין ר"ה. נעם פרישטיק אויב די דאווענען איז לאנג.
• שהחיינו: זאג ביידע נעכט, בעסער אויף א נייע פרוכט דעם צווייטן נאכט.
תשליך.
• תשליך איז א שיינער מנהג, נישט קיין חיוב.
• זאג נאר די צוויי פסוקים, לייג נישט צו נאך בלעטער פסוקים.
• לייג נישט קיין ברויט אדער עסן אין וואסער (מען טאר נישט פיטערן פיש וואס זענען נישט דיינע).
• מען קען זאגן תשליך יעדן טאג ביז הושענא רבא, נישט קיין חיוב אויף ראש השנה אליין.
יום כיפור:
ציטער נישט. קום נענטער צו גאָט.
דאַוון די שמונה עשרה מיט כוונה.
קול נדרי איז נאָר אַ הלכה־זאָג, נישט דער הויפּט פונקט פון דער נשמה. פאסטן אויף יום כיפור איז נישט ווייל ס’איז אַ טרויער־טאָג, נאָר ווייל מיר ווילן זיין ווי מלאכים, מלאכים עסן נישט. יום כיפור איז דער מערסטע נעענטער־צייט צו גאָט, און דער פאסט מאַכט אונז ריינער און העכער.
ווידוי און על חטא
• חיוב: די קורצע ווידוי “אבל אנחנו ואבותינו חטאנו.”
• דער לאנגער על חטא איז א שיינער מנהג אבער נישט קיין מוז מנהג, זאג עס נישט אויב ס’טוט דיר גאָרנישט אדער עס ברענגט שלעכטע געפילן.
לעדער שיך (יום כיפור)
שיך און סניקערס: די איינציגסטע פראבלעם אויף יום כיפור איז לעדער שיך. מען איז נישט מחויב צו גיין מיט אומבאקוועמע שיך. אויב דו קויפסט שיינע סניקערס, אפילו טייערע און שיינע, איז דאָס פיין. דער עיקר איז אז די הויפּט חלק פונעם שיך איז נישט לעדער. א ביסל לעדער אלס דעקאראציע איז נישט קיין פראבלעם.
אבער אויב מען דארף שטארקע שיך צו גיין אדער פאר געזונט, איז אפילו לעדער ערלויבט.
• אויב דער דאקטער זאגט דו טארסט נישט פאסטן, פאסט נישט! עס געהעריג.
• פרוביר נישט צו עסן “ווייניגער פון א שיעור” אויב דער דאקטער זאגט צו עסן, דאס קען זיין א סכנה.
• ס’איז גארנישט אסור וואס דו קענסט עסן, עס וואס דו ווילסט, אפילו אייזקרים סתם ווייל דו ביסט אין די מוד.
• זיך אין געפאַר שטעלן דורך פאסטן איז א פיל גרעסערע עבירה ווי צו עסן אויף יום כיפור.
צום גדליה
צום גדליה, דער פאסט נאך דעם צווייטן טאג ראש השנה, איז נישט קיין חיוב. נאר א מנהג. אויב מען איז נישט געזונט, נעמט מעדיצינען, איז טראגעדיג, אדער נערסינג, פאסט נישט. אויב מען איז געזונט קען מען פאסטן, אבער אויב מען איז נישט אין די מוד, דארף מען נישט, עס איז כמעט א רשות.
נעם די טעג ערנסט אבער מיט שמחה. דער ציל איז זיך צו קאנעקטן מיט'ן אייבערשטן, אויפגעהויבן ווערן, און אנהייבן דעם פרישן יאר מיט פאזעטיווע
ענערגיע נישט אויסגעמוטשעט
פון הרב אהרן עבאדי
Kashrut.org.