זאכן וואס וואונדערט מיך

פלעין

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 27, 2025
מעסעדזשעס
99
רעאקציע ראטע
254
פונקטן
53
זאכן וואס וואונדערט מיך זייער:


האסטו שוין געלערנט אין אן 'ארטסקרול' גמרא און זיך 'נישט' באגעגנט מיט האר?


ווער איז אויפגעקומען אז אפגעריסענע ציצית שטריק לייגט מען אריין אין א חומש, סידור אדער משנה ברורה?


מ'קען זיין 'ציינער' שונאים, אדער נאר 'בלוט' שונאים?


פארוואס קומט א גלאטע בעקישע מיט צוויי קנעפלעך פון הונטן?


דער וואס האלט זיין 'פרעש-ווייפ'ס' אין בית כסא, וואס טראכט ער גייט געשען ווען עמיצער אין טוילעט איז אויסגעלאפן פון טישא'ס?


א נעגל שניידער איז געמאכט צו שניידן פון די פוס אויך אדער די פוס איז געמאכט צו שניידן בלויז בידים?


ווער זאגט אז זאקן איז נישט געמאכט צו האבן כאטשיג איין לאך?


מ'גייט אייביג רעדן פון 'טשו-טשו'ס' אלס א נאסטאלגישע נאש?


'פיש' איז דער איינציגסטער מאכל וואס טאמער האט מען עס נישט ליב ווערט מען גע'רודפ'ט, "וואס וועסטו טון נאך דיין חתונה?!" ?


איינער וואס קען נישט וואקן קען אויך טרעטן אויף 'הינער אויגן'?


עס איז דא נאך ראשי תיבות'ן אויף 'ת' און 'ש' חוץ פון ת'הא ש'נת?


פארוואָס די בחור אין דארמיטארי וואָס כראָפעצט די העכסטע שלאָפט אײן די ערשטע?


פארוואָס דאַרף די אינגערמאן וואָס שלאָפט אויף צוויי קישענעס וויכטיג אריינשטעקן זיין הענט צווישן ביידע קישענעס אז ס'זאל ווערן העכער?


פארוואָס די הינגעריגסטע צייט אין יאר איז די צוויי שעה נאך א דענטיסט אפוינטמענט?


פארוואָס ביי א חתונה טוט מען אן פאר די חתן'ס ברודער א שטריימעל אים צו מחזק זיין און ביי א לוי' טוט מען נישט אן פאר די זיידעס פון די נפטר'ס כתה טליתים זיי צו מחזק זיין?


פארוואָס האט יעדע ביהמ''ד דעי איין סינק וואָס אַרבעט נישט?


פארוואָס באקום איך אייביג אָרענטשעס א טאג נאכן שניידן די נעגל?


פארוואָס ווען מיין פוטער ברויט פאלט אראפ וועט עס אייביג פאלן אויף די זייט פון די פוטער?


פארוואס די דזשעלי דאונאטס פאלט אייביג די קאנפעקשאן צוקער אויף מיין שווארצע הויזן און די דזשעלי אויף מיין ווייסע העמד?


פארוואָס ווען מיין קאָפי קאפ האט א לאָך רינט "ארויס" די קאווע און ווען מיין שיך האט א לאָך רינט "אריין" וואסער?

דעי מענטשן וואָס וואקן שנעל אויף די עסקעלעיטאר און לויפן מיר דורך וואָס טוהן זיי מיט די איבריגע צייט?


פארוואָס ווען איך שטופ אַ וועגעלע אין גראסערי גייט די רעדל גיין צו אַלע זייטן חוץ צו די אייל וואס איך וויל יעצט אריינגיין?


זאלץ קראַצט מען אראפ פון א פרעצל?


וואָס טראכט א בעיבי ווען אַ מענטש מיט אַ גרויסע באָרד מאכט זיך נאריש?


פארוואס קענען 84 פראצענט מענטשן נוצן אַ טישו ביי אַ רויט לייט


פארוואס 98 פראצענט מענטשן וואָס פרעגן וויאזוי די בעיבי הייסט גייט זיי אן א רעטעך און אַ זאָק?


פארוואס 1 פראצענט מענטשן פאַלט איין צו גיין אויף דייעט סתם אינמיטן טאָג די איבריגע 99 פראצענט איז ווען זיי האלטן אינמיטן אַ פיי פיצאַ?


פארוואס 13 פראצענט מענטשן קומען ערב יום כיפור מיטן כפרה אין אַ שאפינג בעג?


פארוואס די זעלבע מענטשן טוהן אָן אין מקווה די שיך און זאָקן פאַר די הויזן?


פארוואס די זעלבע מענטשן שטייען ביי נקדישך אויסגעשטעלט זייער פיס ווי אַ V?


פארוואס איז די מערסטע פאפולערסטע ליגנט ביי מענטשן אז מאכט א טשעק ביי i have read all terms and conditions?


איינעם וואונדערט נאך עפעס?
 
דערמאנסט מיר פון @קל וחומר אין קאוועשטיבל. ער פלעגט האבן אזעלכע סארט געדאנקען 😆.
 
די מענטשן וואס פלאצירן די פיאות אויף די אויער נאך די מקווה ווערט זייער פיאות שנעלער אויסגעטריקנט?

ס'איז אמת אז אויב מען קוקט אויף די נעגל בשעת'ן לאכן העלפט עס סטאפן?

ס'איז טאקע באקוועמער ווען די גארטל נעמט נאר ארום צוויי מאל? ס'לוינט זיך עס צושניידן?

ווער איז אויפגעקומען מיט דער אויפקום אז טאמער לעקט מען די פינגער מישט זיך בעסער די פאפיר?

איז דא א זינגער וואס האט יא גע'חלומ'ט אלס קינד צו זיין א בעל מנגן, אדער אלע זינגער'ס האבן פונקט, פונקט, פונקט; און די רעשט איז היסטאריע?

א ספאנישע גוי פארשטייט בעסער וואס מען וויל פון אים אויב מען רעדט צו אים אזא צוקליאטשעטער ענגליש?

ווען א קראקעדייל וויינט עכט פארגיסט ער 'מענטשליכע טרערן'?

מ'שמייכלט טאקע בעסער ווען מען זאגט "טשיזזז" ביים נעמען א בילד?

איז דא איינפאכע אידישע ארבעטער אין בי ענד עידזש פאוטאו( B&H Photo), אדער אלע אידן זענען 'מענעזשער'ס'?

דער שווארצער וואס זיין הויזן איז אים אייביג אראפגעצויגן ביז פינקטלעך אונמיטן פון זיינע טאכעס רעכנט יעדע מאל אויס ווי די מיטן איז אדער ס'פאלט פונקט אראפ ביז דארט?

יענעמ'ס גראז קען טאקע נישט זיין גרינער?

אמאליגע צייטן - ווען מ'איז געשטארבן נאכן מאכן א 'האפטשו', האט א טעראריסט געמאכט אן אטאקע מיטן שיינען שטארקע לעקטער אין די טינקל און שפריצן א שטארקער מינט שמעק?

"עס איז געווען אמאל א איד, א שווארצער, און א ווייסער", לויפן א סעריע וויצן.
וועלכער קאליר איז דער איד, א גרינער?

די מענטשן וואס נייגן זייער טלית הינטערן אויער ביי תקיעות שופר הערן בעסער?
 
  • הממ..
רעאקציעס: Yesh
א קרקאקאדיל קען נישט וויינען עכט וויבאלד ער קען נישט זיין טרויעריג.
כ'האב געפרעגט דעם קראקעדייעל... ער קען זיין גאר טרויעריג, ער קען האבן אסאך פּיין, אבער ער קען זיך נישט ערלויבן צו האלטן זיין אייגענע פּיין, ער האט מורא אז אויב ער וועט עס שפירן וועט ער אינגאנצן פארלוירן ווערן אין דעם און פארלירן זיין לעבן.
ווען ער זאל נאר קענען זעהן אז זיין עקזיסטענץ איז אויך אן עקספרעשאן פונעם ענדלאזער גאט וואס האט ענדלאזער ליבשאפט און רחמנות. וואלט ער געקענט אמת'דיג וויינן און אויך הנאה האבן פון זיין עקזיסטענץ.
 
ווען איך פלאש גלייך אראפ ווען די זאך קומט אראפ, וועט עס העלפן די טוילעט זאל נישט שמעקן?

איך הער אסאך מאל מענטשן בלאזן זייער נאז אינעם שאוער, ווי אזוי מאכן זיי עס? די טישו ווערט נישט נאס?
 
פארוואס מען נפח׳ט שטיל שמעקט עס און הויך נישט?
 
איך הער אסאך מאל מענטשן בלאזן זייער נאז אינעם שאוער, ווי אזוי מאכן זיי עס? די טישו ווערט נישט נאס?
געזעהן אמאל א בילד פון א צעטל אין מקווה נישט בלאזן די נאז אין שויער, איינער קען עס ברענגען?
 
דאס איז מיין גרעסטע פחד געווען אלס בחור. בשעת'ן זיך אויסטוהן האב איך קלאר געהערט די תקועה גדולה פון שויער. איך האב בשום אופן נישט געוואלט אריינגיין אין יענע שויער, אבער קומענדיק צו די שויער האב איך נישט געקענט אפמאכן וועלכע איד האט דאס געטון. איז מיר געבליבן צו שפילן אזא Russian roulette מיט די דריי שויערס, און האפן איך טרעט נישט אריין אין שליימיגע פאסטקע. איך גיי נאך יעצט צו טעראפי דערפאר.
 
ווען איך פלאש גלייך אראפ ווען די זאך קומט אראפ, וועט עס העלפן די טוילעט זאל נישט שמעקן?
קארעקט, פלאשן תיכף נאכ'ן ארויסשיסן דעם באמבע העלפט, וכסית את צאתך איז א עכטע סגולה...

אדער קענסטו קויפן די פאלגענדע פראדוקט, בדוק ומנוסה:
https://www.amazon.com/Poo-Pourri-Before-You-Go-Toilet-Bottle-Original/dp/B0108XRDJE
 
געוואלד! דו האסט א גאנצע טוץ פון שאלות...

עס איז זייער א לאנגע ליסט, אבער יפה שאלת בני. לאמיר פראבירן צו אנהייבן על ראשון ראשון...
האסטו שוין געלערנט אין אן 'ארטסקרול' גמרא און זיך 'נישט' באגעגנט מיט האר?
איך מיין אז יא. אבער מאנכע זאגן אז האר דארטן איז שוין א חלק פונעם 'פירוש'.
ווער איז אויפגעקומען אז אפגעריסענע ציצית שטריק לייגט מען אריין אין א חומש, סידור אדער משנה ברורה?
טשעטGPT טענה'ט אז "יש לאהוב טעם לפנימיותן ומציאותם בעבודת ה' על פי דברי תורה וביניהם ניתן למצוא." וואטעווער דעט מיענס.
מ'קען זיין 'ציינער' שונאים, אדער נאר 'בלוט' שונאים?
אויב האקט מען יענעם אויס די ציינער, לכאורה קען מען מיט רעכט ווערן גערופן א ציינער שונא. או יש לומר, אויב יענער מאכט קריצן מיט די ציין איז ער א ציין שונא. Begs the question, איז א דענטיסט א ציינער שונא, ער פראבירט דאך צו אפהיטן ציינער? תיקו.
פארוואס קומט א גלאטע בעקישע מיט צוויי קנעפלעך פון הונטן?
די סוד פון די צוויי קנעפלעך פונעם גלאטן בעקישע.

די "מקור" פון די צוויי קנעפלעך וואס הענגען הינטן פונעם גלאטן בעקישע איז א מעשה פונעם גלאררייכן אמאל. אמאל פלעגן מענטשן טראגן א "שווערד גארטל" (Sword-Belt), א שטייגער ווי בײ סאלדאטן אדער גבירים. האט מען גענוצט די דאזיגע קנעפלעך אויפן רוקן כדי דאס שווערד זאל זײן הונטערגעשטוצט.

נאך א פראקטישער ענין וואס איז געווען דערביי: די בעקיטשעס זענען אמאל געווען זייער לאנג, און אז מען איז שנעל געלאפן, האבן זיך די עקן פארהאנקערט אין די פיס. איז אן ענגלישער שניידער אויפגעקומען מיט דער גוטער איידיע! ער האט געמאכט לעכער אין די קאפּאָטע-שפיצן, אז מען זאל קענען פארקנעפלן די עק פונעם קאפּאָטע צום רוקן אַזוי איז עס נישט געשטאנען אין וועג.
דער וואס האלט זיין 'פרעש-ווייפ'ס' אין בית כסא, וואס טראכט ער גייט געשען ווען עמיצער אין טוילעט איז אויסגעלאפן פון טישא'ס?
געדענק איך נישט אז איך זאל אמאל זען פרעש-ווייפס אין בית כסא. וואו ליגט עס, אפשר איז עס צוגעשטעלט?
א נעגל שניידער איז געמאכט צו שניידן פון די פוס אויך אדער די פוס איז געמאכט צו שניידן בלויז בידים?
דו שניידט נישט דיין פיס נעגל? איך פארשטיי נישט די פראגע. די מיינסט אפשר צו פרעגן אויב א האנט נעגל שניידער איז געמאכט צו שניידן פון די פוס אויך?
ווער זאגט אז זאקן איז נישט געמאכט צו האבן כאטשיג איין לאך?
גערעכט. כאטש איין זאק מוז האבן א לאך. אנדערש ווי וועט איין פיס וויסן די אנדערע איז געגאנגען, ער זעט דאך נישט.
דאס וואס מאנכע זאגן אז זאקן קומט לאך-לאז, זייט וויסן אז דאס האט א באהאלטענע אגענדע פון די זאקן אינדוסטריע וואס וויל מיר זאלן קויפן נייע כסדר.

המשך יבא... או לא יבא.....
 
Back
Top