שובבי"ם טראומא

איך פלעג ממש ווערן רויט ווען מהאט גערעדט פון דעם,
איך האב ממש געפילט ווי מען מיינט דא בלויז מיך, און צו היטן אויף מיין כבוד רעדט אפציעל מען צו יעדעם..
אהה די ביסט עס געווען?...
יא יא דערמאנסט מיר טאקע... די פלעגסט טאקע דרייען דיין היט זייער נערוועז יעדע מאל די מנהל האט גערעדט דערפון.... האהאה

פינקט דעמאלטס פלעגט אראפפאלן דיין פען אויף די פלאר און האסט זיך אראפגעבויגען עס אויפהייבן בשעת דיין קאווע דרייט זיך איבער ...
 
גם אני מסכים, עס איז בכלל נישט אויסגעהאלטן צו טעראריזירן מענטשן, אפילו ערוואקסענע, מיט א מימרא תמוה וואס געפינט זיך אין זוהר און האט נישט קיין בעקינג פון די אנגענומענע פוסקים,
חוץ מזה, ער רעפערט אין זוהר פאר איינעם וואס איז זיך מונע דורך דעם פון פריה ורביה, און עס האט גארנישט מיט א בחור וואס דעוועלאפט נאטירליכע געברויכן פאר א רעליעס, פונקט אזוי ווי מען דארף אכילה ושתיה ושינה.

די גאנצע צוגאנג דארף א רעוויזיע, עס זאל זיין געבעיסט אויף רעאליטי, ואין הקב"ה בא בטרוניא.
במחילת כבודך זאגסט עס מיט אזא גלייך גילטיגקייט אז די זוהר מיינט נישט קיין איסור סתם אזוי, דאס איז פלעין עם הארצ׳עס, עס איז נישט דא קיין שום היתר אפילו פאר בחורים, איך פארשטיי אז עס איז נישט גלייך צו טערעזירן אבער א היתר איז נישט דא, איך קען דיר ברענגן אן א שיעור מקורות אבער עס איז א דבר פשוט

און דו גיבסט אזווי א שאקל ארויס פון ארבעל מיט אזא זיכערקייט
 
במחילת כבודך זאגסט עס מיט אזא גלייך גילטיגקייט אז די זוהר מיינט נישט קיין איסור סתם אזוי, דאס איז פלעין עם הארצ׳עס, עס איז נישט דא קיין שום היתר אפילו פאר בחורים, איך פארשטיי אז עס איז נישט גלייך צו טערעזירן אבער א היתר איז נישט דא, איך קען דיר ברענגן אן א שיעור מקורות אבער עס איז א דבר פשוט

און דו גיבסט אזווי א שאקל ארויס פון ארבעל מיט אזא זיכערקייט
די הערה איז בכלל נישט גיוועהן אויסען צו זאגען א היתר - עס איז קלאהר אין שולחן ערוך אז עס איז אסור,גראהד אין אהנפאנג אורח חיים ,פסק׳נט ער,אז איינער וואס איז א בחור זאל נישט אוחז באמתו זיין ווען ער איז משתין, וועגן חימום ( הגם עס איז דא א קונטרס וואס איז מצדד בהתירא בזמנינו ,ווען דע נישואין זענען מיט יאהרען נאך די גדלות ,אבער נישט דאס האט מען דערמאנט) אבער דער פוינט איז אז דאס וואס מען זאגט אז עס נישט שייך תשובה, שטייט אין זוהר,ביי מניעה פון פריה ורביה,- עיין שם ותמצא ,און ביי א בחור דארף עס נישט זיין הארבער ווי א לשון הרע, אדער אן אנדערע טרענסגרעשן,פון די וואס מענטשן זענען דש בעקביו און מען קערט נישט איבער קיין וועלטן,די מציאות איז- איך בין אויך גיוועהן א בחור- אז ביי א טין עידזשער, טוט עס אהנפולען אפט מאהל דעם קאפ אז ער גייט באנאנעס, און ער דארף א רעליעס, אזוי איז די טבע הבריאה, אין עס איז דא א כלל אין אומרים לאדם עמוד נגד הטבע , סאו דער ענין איז פראבלעמאטיש
מען קען נישט ארויס זאגען א היתר, ווייל מען האט מורא אז מען וועט ווערן אראפ געריסען, למעשה רובא דרובא ערליכע בחורים מוטשען זיך מיט א שוועריקייט,וואס קומט פון די תורה, וואס ביי איהר שטייט דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום,
אויב דו פארשטייסט נישט דעם פראבלעם, ווייל ביי דיר איז גיוועהן לבי חלל בקרבי, איז אשרי חלקך
שמח באשת נעוריך .
 
אבער דער פוינט איז אז דאס וואס מען זאגט אז עס נישט שייך תשובה, שטייט אין זוהר,ביי מניעה פון פריה ורביה,- עיין שם ותמצא ,און ביי א בחור דארף עס נישט זיין הארבער ווי א לשון הרע, אדער אן אנדערע טרענסגרעשן,פון די וואס מענטשן זענען דש בעקביו און מען קערט נישט איבער קיין וועלטן
נישט דאס האט די פסוק געמיינט.
אבער ס'איז זיכער בעסער צו האלטן אזוי, און איינרעדן די בחורים אז מצד הלכה איז עס נישט געפערליך. כדי צו אראפּציפּן די edge פון די אכזריות'דיגע טראומא.

און מ'זאל טאקע פארשפרייטן די קריינא דאיגרתא וואס כ'האב געברענגט אויבן, איך האב עס שוין איבערגעזאגט פאר אסאך בחורים (איך פלעג אמאל לערנען פריוואט מיט בחורים).

און כ'האב זיי אויך געזאגט אז אלע טוען עס און ס'איז נארמאל (Normalisation).

און אז די עיקר איז, זיך נישט פילן שלעכט בכלל וועגן דעם, ווייל דאס וויל די יצר הרע (איך האב עס דאך געמוזט אנקליידן אין א רעליגיעזע סמך 😆).
 
לעצט רעדאגירט:
מיין טאטע זאל זין געזונט האט דאך נישט געקענט רעדן צי מיר וועגן די חטא הידוע, האט ער מיר געפארסט צי זיצן אין הערן דעם רבי'ן ז"ל שרייען אויפן טעיפ.
 
ווער קען צוברענגען דעם קריינא דאיגרתא?
 
נישט דאס האט די פסוק געמיינט.
אבער ס'איז זיכער בעסער צו האלטן אזוי, און איינרעדן די בחורים אז מצד הלכה איז עס נישט געפערליך. כדי צו אראפּציפּן די edge פון די אכזריות'דיגע טראומא.

און מ'זאל טאקע פארשפרייטן די קריינא דאיגרתא וואס כ'האב געברענגט אויבן, איך האב עס שוין איבערגעזאגט פאר אסאך בחורים (איך פלעג אמאל לערנען פריוואט מיט בחורים).

און כ'האב זיי אויך געזאגט אז אלע טוען עס און ס'איז נארמאל (Normalisation).

און אז די עיקר איז, זיך נישט פילן שלעכט בכלל וועגן דעם, ווייל דאס וויל די יצר הרע (איך האב עס דאך געמוזט אנקליידן אין א רעליגיעזע סמך 😆).
קריינא דאגרתא איז גוט,אבער אנפארטשונעטלי איז ער נישט אהנגענומען ביי געוויסע חסידים , ביי די גער חסידים איז דאך ידוע אז ער האט שטארק חולק אויף די פריערדיגע רבי פון גער - דער בית ישראל -
וואס ער האט פארלאנגט פרישות אין עיניני קדושה מיט פרישות בין איש לאשתו לגבי מצות עונה און לגבי כאילו כפאו שד,און דער בעל קהילת יעקב- און בעל קריינא דאיגרתא, איז ארויס מיט גאנץ שארפע מכתבים קעגן איהם , און ביי די סאטמאר חסידים איז מען מיקל בכבודו ווייל זיין שיטה ( שיטת חזון אי״ש ) איז בגלוי, אז מען דארף אהנטייל נעמען ביי די בחירות צו די חברי כנסת , אין ארצנו הקדושה,און
ביי די וואס זענען נוהרים אין די שיטה פון ויואל משה איז דאס אזוי ווי די ג׳ חמורות , נאך מער חמור פון די חטא הידוע ,סאו איז דער קריינא דאיגרתא נישט גענוגענד להשקיט העצבים , דער פריערדיגע רבי פון סאטמאר -ברך משה- האט אמאהל ביי א דרשה חול המועד גיהעריג מוחה גיוועהן קעגן דעם קהילת יעקב ,דענסטמאהל ווען עס איז יצא לאור דער חלק ווי ער איז מבטל דעם דעת ויואל משה אין דעם ענין פון הליכה לבחירות בארץ ישראל , , זייט יענע צייט איז שוין רבו החולקים בכתב , עס איז דאך ידוע
דער תשובה באריכות פון רבי יוסף נפתלי שטערן דער מסדר און מוציא לאור כתבי מרן חת״ם סופר, ווי ער איז קריגט בתוקף אויף דעם איסור הליכה לבחירות אין ויואל משה, אבער ווען עס איז נתפרסם גיווארען די מכתבים פון קהילת יעקב האט עס גימאכט א רושם, אז דער רבי ברך משה , האט רעאגירט מיט א מחאה און ער האט מכריז גיוועהן
/הגם דער סטייפלער איז א וואוילער ייד אבער מען דארף מוחה זיין ווייל ער פארשטייט נישט צודעם ,
און אונז ווערן נישט נתפעל , בערך אזוי-, על כל פנים מען מאכט פונדעם ענין מער ווי עס איז פרודענט און העלפפול. און עס איז יתכן אז דוקא די מרבה שיחה פון דעם, היצט אהן,און איז א גורם צו הרהורים הבאים לידי מעשה לפי השמועה האט מען גיהייסען דעם משמש אין סאטמאר ארומגיין בשעת די התעוררות תורות, מיט א פלעשלייט צו פארמיידען מכשולות,אין חכם כבעל נסיון .
 
איך האב נישט קיין טראומא, ניין, ס'איז נישט געווען די בא'טעמ'סטע זמן, אבער פארט א טשעלענדש צו וואס איך קוק היינט צוריק מיט א שטיקל געשמאק...

ווי נישט ווי, יעדע טשעלענדזש בויט עפעס אינעם מענטשעלע
 
איך געדענק עס נאך😂
איז טאקע א פלא בן פלא, פארוואס דער סאטמאר רבי איז נישט געקומען צו די מסקנא ווייניגער צו רעדן פונדעם , מען האט דאך אין די דורות הקודמים אויך נישט אזוי דירעקט גידארשנ׳ט בפרטיות איבער דעם, דער סאטמאר רבי איז געווארן נשפע צורעדן פונדעם דורך זיין תלמיד רבי אברהם יצחק קאהן וואס ער האט עס מקבל פון זיין שווער בעל שומרי אמונים , וואס דארט איז די מדובר פון שמירת הברית , דער בריח התיכון ( עס מיינט גארנישט אז זיי זענען מער הייליג ) און עס איז נאך טונקעל אויך איז דאך פשוט אז פירצה קוראה לגנב, עטליסט דארף מען וועהן מאכען לעכטיג ליהודים היתה אורה
 
יעצט כאפ איך פארוואס די רבי זכרונו לברכה האט אזוי פארפירט מיט דעם חטא הידוע,

נעקסטיים זאל ער נישט הייסן אויסלעשן די לייטס איז נישטא קיין פראבלעם.
 
לויט נחום ראוזעבערג איז געווארן דארט א געי קלאב ווען מ'האט צוגעמאכט די לייטס, ס'אמת?
נחום ראוזענבערג זאגט דאך אויך אז אלע מענער מקוואות זענען געי קלאובס , ממילא איז ער נישט א רעליייבל סאורס צו מאכען אן אסעסמענט, ער רעדט בדרך גוזמא, אבער עס איז קלאהר אז פראבלעמען זענען גיוועהן אין עבאונדענס , ווי עס איז דא עדות אז דער משמש האט זיך גישלעפט אפלעשלייט, צו באלייכטען ולמנוע מכשול .
 
Back
Top