שובבים תורה

חיים נחום איז נישט דווקא געשאנקען געווארן גענוג צו זיין גבאי ער האט אבער דעם ברען צו ארויס העלפן דאס ציבור מיט וואס זיי דארפן. האט קהל אים געגעבן א וויכטיגע גאר קאמפליצירטע תפקיד, דאס יערליכע אפיר ברענגען ווי די באהאלטענע אפיקומן דאס שובבים טעיפס. יעדעס יאר פרייטיק פרשת ויחי אויפן וועג אהיים פון מקוה שלעפט זיך ארויס פון זיין חוק הייבראנאציא און כאפט זיך אריין אין סמעדרעש, קריכט ארויף אויף דער שווארצע פלאסטיק בענקל אונעם ווייבער שול און נעמט אראפ די אלטע טעיפס פונעם צוועלפטן יאר הונדערט תשי"ז - תשל"ה שובבים תורה.

תורה האב איך געזאגט? א שטיקל גוזמא. מ'צינדט אן און א שרעק כאפט. אזא מין געמויזשאכטס פון גרעבסעריי און וויינעריי אזש האר פון קאפ ווילן זיך עוקר מן השורש זיין און אפיאגן.

חיים נחום איז נישט אליין אין זיין עבודת הקודש,
דאס איז א קאמביינד עפערט, אהרן ברוך, דער שול'ס א שכן מיט א - פאסיג פארן אויסגאבע - מאס דיגניטי שלעפט גלייך נאך מעריב די גרויסע טעיפ רעקארדער פון זיין הויז.

נאך דאס לעצטע אמן פון מעריב און די גוטע וואך זאגעריי האט שוין אויסגעצאנצקעט איז דא אזא גערוקעכץ פון טישן און א בחור וואס טיילט אויס דאס קונטרסל. נארמאל איז עס די זון פונעם בעל הטעיפ רעקארדער, אזא פעמילי ביזנעס.
'דער רבי האט געגרעבסט על טי די'.

קנעפל איז געקוואטשקעט און מען קוקט אריין ווי א האן אין בני אדם. אויפן טעיפ שטייט תשכ"ט און אויפן קונטרס שטייט סזעלביגע מאכט מען תשכ"ט לגזירה שוה און מקוקט. נישט קיין זכר פונם בעל פה אונעם כתב. פון מאל צו מאל ווערט מען פריילעך ווייל ס'האט זיך געדאכט אז מהאט געכאפט עפעס א ווארט. ווען דער זקיני העדה מישן א בלאט טוט מען ס'זעלביגע

איז אזוי, פארהאן יראים ושלימים וואס האבן יא א מוח בקדקדו, ארויס שפאצירן נאך מעריב מבטל זיין דאס גענצע רעביצעקעליינוס חטא הידוע פאסט נישט פאר זייער סטאטוס אבער זיצן און זיך צוהערן פאר א שעה ווי איינע פילט נישט גוט איז ווי די וועלט זאגט 'נאט העפּענין'
ערפונדן זיי אזא לייזונג. מ'זיצט אזוי פאר דריי פיר מינוט און דערנאך קוקט מען אויפן זייגער און מען מאכט א שטרענג באשלוס אז ווען דאס שטעקן קלאפט אויף פינף איז מען נישט דא. געשליפענעהייט מאכט מען אזא פליטה. ווי דאס טשיקן און טשיקן ליקן, ווי א מצרי געכאפט און ברד, ווי יונה קיין נונוה, מען געבט אזאנץ א יאג אפּ אז ס'רעזוואלקע כאפט זיך און בענקל און בלייבט דארט ווי יוסף'ס כתונת ביי פוטיפר.

דערנאך זענען דא אזאלעכע וואס זענען אין זייער אייגענעם קאטעגאריע. די דאזיגע האבן נישט געעפנט א יידיש ספר מיום היות אדם על האדמה, אבער ווען סקומט צום רבינס תורה אדער סיי וואסערע אנדערע זאך אנבאנייגט מ'רבין הייבן אהן זייערע פליסיגקייטן צו רינען. וואס קען זיין א בעסערע צוענדיג צו א וואך געקוועטשט אויף א מושיען של ישראל העכער דער גמרא ווי א רבין'ס געוויין.

אזוי ווי אייביג, איז דא די בר מצוה בחורל. די דאזיגע מאדעפאקעס פארשטייען נישט פארוואס מהערט נישט יעדע וואך אלא יארן פון רבינס תורה. ניטאמאל טעם טעם חטא הידוע און זיי וויל זיך שוין רייבן אונעם שכינה.

תוצאה? סאקסעס! נאכן הערן די תורה ווערט מען אזוי פארעקלט אונעם עולם הזה אז ס'תאווה'ט זיך נישט. נאך מער שרעקעדיג, וואס איז אויב איך גיי אריין געטראסקעט ווערן אין גיהנום און דער רעבעציקעליינו וועט אויך זיין דארט?

אווווייייי זאל מען שוין טאקע זוכה זיין אז אווווייייי מ'זאל שוין זעהן מיט די אייגענע אויגן אז אווווייייי… (דשדשיבּעריש) … מייני אמן
 
Back
Top