היינט האב איך געזען גאר אן ערענסטע און וויכטיגע פראגע.
וכאן האבן שואל: (פארשטייט זיך איבערגעזעצט אויף א היימישן אידיש)
איך זוך אן עצה אין א פארפלאנטערטער מצב (ווארענונג: א נישט-איידעלער נושא)
א גוטע וואך, און איך האף אז יעדער האט געהאט א גרינגן און לייכטן תענית. איך נוץ א צייטווייליגע נאמען, פארשטייט זיך אליינס פארוואס. מאכט אייך גרייט פאר א לאנגע מגילה.
איך בין א פרישער ארטיסט, א דיזיינער און א מאלער פון כאראקטערן. איך ארבעט נישט אויף קינדערישע זאכן – טראכט ענדערש קאנצעפט-ארט פאר ווידעא-שפילן, און פריוואטע דזשאבס. איך האב נישט קיין שייכות מיט קיין גרויסע פירמעס אדער פראדוקטן, נאר א פאר קליינע, אומאפהענגיגע פראיעקטן.
איך בין אויך א איד (רעקאנסטראקשאניסט). אלס בחור'ל האב איך געהאט א תקופה פון אטעאיסטישע אנשויאיגען, אבער יעצט' אלס ערוואקסענער האב איך אנגעהויבן זיך צוריקקערן צו אידישקייט. למעשה געהער איך נישט יעצט צו קיין שול/קהילה, ממילא האב איך נישט קיין רב וועמען איך קען פרעגן די שאלה.
די פארגאנגענע יאר איז געווען א שרעקליכער דורכגאנג פאר מיר. צו טרעפן סטאבילע ארבעט איז געווען כמעט אוממעגליך. איך בין גאר שטארק באגרעניצט פיזיש, און טוישן מיין פאך איז ממש נישט קיין אפציע פאר מיר. מיט מיינע פראבלעמען און א מאנגל אין ארבעט, האט מיין לעבן גענומען א שארפן דריי אראפ, און איך בין געווען היימלאז פאר עטליכע חדשים אנהויב יאר. יעצט וואוין איך צייטווייליג ביי א קרוב, אבער איך קען דא נישט בלייבן צו לאנג און איך מוז טרעפן עפעס סטאביל זייער שנעל.
איך בין באפריינדעט מיט עטליכע גאר... אינטערעסאנטליכע מענטשן. איינער פון מיינע בעסטע חברים ארבעט פאר אן אומאפהענגיגע אנימאציע-סטודיא, און ער האט מיר לעצטנס געזאגט אז ער קען מיר מסדר זיין א פול-טיים דזשאב דארט פאר א מינימום פון א יאר אדער צוויי. לענגער אויב זיי וועלן ליב האבן מיין ארבעט, און ער וועט מיר געבן גוטע רעקאמענדאציעס. עס רעדט זיך פון קאנטראקטירטע, גאראנטירטע ארבעט, עס צאלט גאר גוט, די שעות זענען פלעקסיבל און איך וועל נישט דארפן ארבעטן שבת – די שטעלע איז כמעט אינגאנצן פערפעקט. ס'שפירט זיך מן השמים, ממש ווי אן אמת'ער נס אז די געלעגנהייט איז מיר אונטערגעקומען. דאס געלט קען ממש איבערדרייען מיין לעבן, און נאך אזא יאר וואס איך האב געהאט, בין איך דעספערעט צו טון סיי וואס איך קען נאר, צו טרעפן סטאביליטעט.
מיין איינציגסטער קווענקל, ווי דער קעפל זאגט שוין... איז, אז ס'איז פּאׇרן. ס'איז אנימאציע פון פּאׇרן, נישט קיין עכטע מענטשן, און גארנישט אומלעגאל אדער פארדעכטיגט. ווי ווייט איך ווייס, איז עס גאנץ פשוט און איידל אין יענעם ראם. אבער עס איז... אומפארשעמטע פראסטע פּאׇרן. מיין חבר האט מיר געזאגט אז מיין נאמען וועט נישט ווערן פובליצירט אויף קיין שום אופן אן מיין שריפטליכע הסכמה, אדער אז איך קען אויסוועלן א פאלשע נאמען. מיין קול, מיין געשטאלט, א.א.וו. וועט נישט ווערן גענוצט – למעשה בין איך אומזעבאר, איך גיי נאר אריין טון א דזשאב.
איך וועל שפעטער טראכטן וואספארא קאנסעקווענצן דאס קען האבן אויף מיין קאריערע – מיין קאנצענטראציע יעצט איז אויף די מעגליכע קאנסעקווענצן אויף מיין רוחניות'דיגן לעבן. איינע פון די איינציגסטע זאכן וואס די תורה בעט פון אונז כסדר איז צניעות, און איך בין באוואוסטזיניג אז די תורה זאגט קלאר "לא תהיה קדשה מבנות ישראל" – ס'זאל נישט זיין קיין פראסטיטוציע צווישן די אידישע טעכטער. איך האב חלילה קיין טענות אויף די וואס טוען אין דעם פאך, פארן רעקארד – איך האב פשוט מורא אז דאס קען האבן ערנסטע נאכפאלגן אויף מיין לעבן אלס איד.
צי ווערט דאס פאררעכנט ווי א סארט פראסטיטוציע? אדער, פאלט עס אונטער אן אנדערע קאטעגאריע פון אסור'דיגע ארבעט? אויב וואלט מען אמאל אויסגעפינען, קען מען מיר דערפאר ארויסווארפן פון שולן אדער אנדערע קהילות אין דער צוקונפט? אויב איז עס קעגן די תורה, איז עס עפעס וואס איך קען תשובה טון דערויף אין דער צוקונפט? איז פאראן נאך עפעס וואס איך דארף וויסן איידער איך באטראכט בכלל צו גיין ווייטער דערמיט?
איך ווייס אז דער עתיד איז נישט גאראנטירט און אז איך דארף לעבן יעדן טאג כאילו עס איז מיין לעצטער, אבער רעאליסטיש גערעדט, מוז איך באזארגן מיין צוקונפט. איך האב פארברענגט די לעצטע יאר קעמפנדיג פאר מיין לעבן און איך דארף סטאביליטעט.
איך בין אזוי צוריסן. איך קען נישט וויסן צי דער אויבערשטער האט מיר דאס געשיקט אלס א נסיון, און איך פאל דורך מיטן עס באטראכטן, אדער צי ער האט מיר געשיקט א רעטונגס-שטריק מיר צו ראטעווען, און איך פאל דורך מיטן עס נישט אננעמען.
איך וועל אפשאצן יעדע עצה. איך וועל אפשר נישט ענטפערן פאר יעדן, אבער איך בין דאנקבאר פאר אלע איינזיכטן. א דאנק.
// צוגעלייגט: וואו... איך האב דאס ארויפגעלייגט קורץ פארן גיין שלאפן, איך האב מיך בכלל נישט גערישט אויף אזויפיל תגובות. א ריזיגן יישר כח פאר יעדן איינעם וואס האט צוגעטיילט אן עצה, מקורות און זייער בליק. עס מיינט זייער אסאך. איך קען לכאורה נישט ענטפערן אויף אלע קאמענטארן, אבער איך לייען און שעץ יעדן איינעם. איך האב נאכנישט געמאכט קיין החלטה, אבער איך שפיר אז איך פארשטיי בעסער דעם מצב און איך בין שוין נישט אזוי דערשראקן. א גרויסן יישר כח אייך אלעמען.