שידוכים אדער דעיטן?

דעי שטות פון 'הרהור'
יעדער איינער ווייסט אז מ'טאר נישט רעדן מיט די כלה נאך די תנאים וועגן הרהור, און אפילו חתן כלה פיקטשערס
כ'געדענק ווי מיין טאטע האט מיך ממש געבעטן בתחנונים כ'זאל נישט האלטן א חתן כלה פיקטשער
דעי חברה זענען דאאם???
יעדע בחור היינט זעהט גענוג מיידלעך וכו' פארוואס פארשטייט מען נאכנישט אז ההיפך הוא הנכון און מ'זאל זעהן די חתן זאל ווי מער רעדן און קוקן אויף זיין כלה
און איינוועגס גייען זיי זיך שוין קענען בעסער ביי די חתונה
דיין פוינט איז ריכטיג , איך מיין אז דער אמת׳דיג סבה וואס מען וויל נישט אז די חתן און כלה זאלען זיך טרעפן נאך די ענגעידשמענט איז צופארמיידען סכסוכים וואס קען זיך מאכען פון באגעגעניש און רעדן, וואס קען צומאהל קאליע מאכען די שידוך , כבר היה לעולמים
 
לעצט רעדאגירט:
די עקזיסטענס פון עירמאנט איז א ראיה צום טויש.

עירמאנט זענען אלע געוועזענע קרית יואל'ער און וויליאמסבורג'ער.

פארשטייט זיך אז כדאי אן עירמאנט זאל בכלל צושטאנד קומען פון אפפאל פון קרית יואל און וויליאמסבורג, איז פשט אז אין קרית יואל און וויליאמסבורג זעלבסט פאסירט א טויש.
חלום חלמת
 
דיין פוינט איז ריכטיג , איך מיין אז דער אמת׳דיג סבה וואס מען וויל נישט אז די חתן און כלה זאלען זיך טרעפן נאך די ענגעידשמענט איז צופארמיידען סכסוכים וואס קען זיך מאכען פון באגעגעניש און רעדן, וואס קען צומאהל קאליע מאכען די שידוך , כבר היה לעולמים
דו ברענגסט דאך אזוי גוט ארויס די פאונט פארוואס חתן כלה זאלן יא רעדן פאר די חתונה, אויב א קליינע באגעגעניש קען שוין ברענגן סיכסוכים, פארוואס האבן זיי חתונה?
 
דו ברענגסט דאך אזוי גוט ארויס די פאונט פארוואס חתן כלה זאלן יא רעדן פאר די חתונה, אויב א קליינע באגעגעניש קען שוין ברענגן סיכסוכים, פארוואס האבן זיי חתונה?
ווייל סכסוכים איז פארט פון א מערידזש און עס איז א פעקט אף לייף - גראו אפ ענד סמעל דע קאופי - עס איז נארמאל, עס מאכט זיך א רוגז און נאכדעם איז ראה ונתפייס, מען בעהט זיך איבער און מען גייט אהן, ווייל מען האט א בונד.

בעפאר די חתונה אבער, ווערט פון רעדן לא יחדל פשע, און עס קען גורם זיין א פירוד, אזוי איז די מציאות.
 
ווייל סכסוכים איז פארט פון א מערידזש און עס איז א פעקט אוף לייף - גראו אפ ענד סמעל דע קאופי- עס איז
נארמאל ,עס מאכט זיך א רוגז און נאכדעם איז ראה ונתפייס,מען בעהט זיך איבער, און מען גייט אהן,ווייל מען האט א בונד , בעפאהר די חתונה אבער ,ווערט פון רעדן לא יחדל פשע,און עס קען גורם זיין א פירוד , אזוי איז די מציאות .
אין הכי נמי, סכסוכים איז א פארט פון מערידזש,

ווען א קאפל איז שוין חתונה געהאט א יאר, מעג מען שוין האבן מיינונגס פארשידענהייטן און דילען דערמיט מיט ליבשאפט.

אבער חתן כלה? ס'זאל געשען א פייט נאך פאר די חתונה? איז די גאנצע שידוך אינטער פראגע צייכן..
 
אבער חתן כלה? ס'זאל געשען א פייט נאך פאר די חתונה? איז די גאנצע שידוך אינטער פראגע צייכן..
וואס קען מען זיך פייטן פאר די חתונה?
אפילו נאך די חתונה האב איך נישט געהאט א פייט (argument) פאר א גוטע פאר יאר, איינער וואס נעמט זיך פייטן פון סתם רעדן און זיך באקענען אביסל איז א חולי רוח
 
וואס קען מען זיך פייטן פאר די חתונה?
אפילו נאך די חתונה האב איך נישט געהאט א פייט (argument) פאר א גוטע פאר יאר, איינער וואס נעמט זיך פייטן פון סתם רעדן און זיך באקענען אביסל איז א חולי רוח
עקזעקלי.. דאס טריי איך צו מסביר זיין פאר ריבי'נען
 
וואס קען מען זיך פייטן פאר די חתונה?
אפילו נאך די חתונה האב איך נישט געהאט א פייט (argument) פאר א גוטע פאר יאר, איינער וואס נעמט זיך פייטן פון סתם רעדן און זיך באקענען אביסל איז א חולי רוח
פאר א פאר יאר? וואוי דו מוזט האבן זייער גוטע שלום בית
 
אין הכי נמי, סכסוכים איז א פארט פון מערידזש,

ווען א קאפל איז שוין חתונה געהאט א יאר, מעג מען שוין האבן מיינונגס פארשידענהייטן און דילען דערמיט מיט ליבשאפט.

אבער חתן כלה? ס'זאל געשען א פייט נאך פאר די חתונה? איז די גאנצע שידוך אינטער פראגע צייכן..
עטס זענט ביידע גערעכט....

דאס איז די פראבלעם... וואס טוט מען?
 
כ'האב הנאה פון די אלע קאממענטס וועגן די נידריגער נומבער פון גוטין ביי אונז.

די אמת'ע סיבה איז ווייל ביי אינז גט מען זיך נישט אזוי שנעל, נאר טאמער ס'איז געפערליך.

ס'ווייזט אַז מיר זענען ווייניגער העפּיערע חתונה געהאַט.
 
אין כזה נישטא אזא זאך
איך האב ליב די מענטשן וואס קענען זאגן אויף עפעס מיט א פעסטקייט אויף 💯 צו סדא אזא זאך אדער נישט, ווען די וואלטס געשריבן ״כמעט״ נישטא אזא זאך וואלט איך דיר געגלייבט, הגם די ווייסט נישט וואס טוט זיך נאר וואס סאיז געווען דיין עקספירענס, אבער שרייבן מיט א זיכערקייט אז נישטא אזא זאך ווען איך זאגט דיר וואס איז געווען מיט מיר איז פאני.

איך קען נישט קיינעם דא סוי איך זאג עס נישט צו געפעלן איינעם, איך טראכט צוריק און איך קען זאגן מיט א זיכערקייט אז איך געדענק נישט קיין ארגיומענט די ערשטע 2-3 יאר פון מיין חתונה.
if you believe it or not.
 
נו א וודאי איז דא אלץ עקסעפשענס . די ערשטער כלל פון אלע כללים איז, אז עס איז אלץ דא א יוצא מן הכלל ,
למשל די תלמוד זאגט אין אדם מעיז פניו בפני בעל חובו
פונדעסטוועגען האט מען שוין געהערט אזאנס , אזוי אז ביי ענק הערשט אזא מנוחה און פארשטענדעניש איז ממש א ברכה און השראת שכינה , איך פון מיין זייט ענדזשוי איך אפילו אמאהל, אן ארגיומענט אדער א סכסוך, און דערנאך זאגט מען שיר השירים .
 
איך פון מיין זייט ענדזשוי איך אפילו אמאהל, אן ארגיומענט אדער א סכסוך, און דערנאך זאגט מען שיר השירים .
אויך אינדערהיים נאך א סכסוך ענדיגסטו מיט א לשה"ק ווארט...? כ'האב געמיינט נאר דא אין קרעמל!
איך האף דאס איז נישט OCD...............
 
Back
Top