סיפורי צדיקים פון די היינטיגע

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
828
רעאקציע ראטע
6,958
גוטע אידן זענען סעלעבס. ס'איז געשמאק מיטצוהאלטן זייער טריפ פון ישרות, עניוות, מידות טובות, וכדו'.
דעם שנירל איז געווידמעט פאר לעבעדיגע צדיקים.

ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א.
געהערט ערשט האנטיג פון א חבר וואס האט זיך באקענט מיט אים לערנענדיג אין נוה א שטיק צייט. (ר' גמליאל קומט דארט פירן א שבת איין אדער צוויי מאל א יאהר).

שמייכל צום קעמערא פאר א גוטע בילד.

כ'האב געוואלט באקומען א בילד פון מיר מיטן מקובל ביים איבערגיין מוצאי שבת אבער ס'נישט אויסגעקומען גוט.
Screenshot_20250409-033713.png

בינעך אריבער נאכאמאל און אים געזאגט אז די בילד איז נישט אויסגעקומען.
והנה. דא איז דעם צווייטן בילד ווי מ'זעהט מיין פנים און אז ער גלעט מיר.
Screenshot_20250409-033749.png

😍😍😍
-

ציצית אויפן גוף ממש.

שבת נאכמיטאג האט ער מיר געבעהטן צו אנטון ציצית און געזאגט כ'קען שרייבן וואס כ'וויל אויף א צעטל און ער וועט דאווענען פאר מיר.
כ'האב אים געפרעגט "אויב ס'ווערט נישט מקוים קען איך עס צוריק אויסטון?"... זאגט ער "אפי' ס'ווערט יא מקוים קענסט עס אויסטון, בלי כפיה דתית!

כ'האב אים געגעבן א תנאי אז ער זאל עס אנטון פאר מיר. איז ער געגאנגען מיט מיר צום עזרת נשים און געבעהטן כ'זאל אויסטון מיין העמעד. תוריד גם את זה (די אונטער העמעד...), ער האט זיך געווערטלט "נישטא קיין פרויען דא יעצט, ס'נישט קיין פראבלעם". און ער האט מיר אנגעטון דעם ציצית אויפן גוף ממש.
-

וועלכע ברכה וויל ר' גמליאל.

ער האט דערציילט דעם באקאנטן מעשה פונעם שיכור וואס קען געבן ברכות און די בעש"ט שיקט מ'זאל אים בעהטן בין שכרות לשירות פאר א ברכה.

אויפן וועג ארויס געט ער מיר א זאג. "און אפשר דו האסט א כוח צו געבן ברכות" (מיין חבר איז א לב טוב, א פארגינער מיטן גאנצן הארץ). וועלכע ברכה ווילסטו? קודם האט ער געבעטן כ'זאל אנטון א קאפל און דערנאך האט ער געזאגט "כ'האב א שוואכער הארץ, געב מיר א ברכה כ'זאל האבן געזונטע אריכות ימים" כ'וואונטש און לייגט שנעל צו "מיטן רביצין" "און מיט שמחה". (אמן.)

ער האט מיר ג'עצה'ט אז א האדי איז בעסער פאר מיר ווי א קאפל פאר דריי סיבות 1. ס'דעקט צו דעם 'גאנצן' קאפ. 2. כ'קען עס גרינג אראפנעמען (לכאו' אהן דארפן שלעפן אין טאש). 3. ווייל ס'פאלט נישט אראפ.

זאג איך אים "ס'קאסט אסאך געלט צו קויפן האדיס פאר יעדן טאג" זאגט ער "נו, תהיה עשיר"...
-

זעהט זאכן

די בחורים אין נוה גלייבן אז ר' גמליאל זעהט זאכן. ווייל אויב קלאפט ער אריין אין א בחור אינעם דארמעטארי הארט נאכן טון עפעס וואס באלאנגט פאר אישית, קען ער ווארפן א שטרענגן בליק און געבן א פאטש. זיי שפירן אז ער ווייסט.

(עיין כאן פאר א הסבר אויף די רוח הקודש. פונקט ווי מ'קען אמאל זעהן ווען א מענטש ברענט, קען מען אויך אמאל זעהן ווען ער האט שוין געגעסן א מאלצייט. ווי אויך פונקט ווי מ'קען זעהן אויף א מענטש אויב ער עסט מיט א פיהלן מויל צו ער עסט אביסל אויף א מאל, קען מען אויך אמאל זעהן אויף א מענטש אויב ער איז זייער נאכגעגעבן אין דעם. וד"ל.)
-

זאל ר' גמליאל טאקע זיין געבענטשט מיט געזונטע אריכות ימים מיטן רביצין און בשמחה! ער זאל קענען געבן ליבשאפט צו זיך און צו יעדער ארום אין ביז די הונדערט און צוואנציג. אמן!
 
זעהט זאכן

די בחורים אין נוה גלייבן אז ר' גמליאל זעהט זאכן. ווייל אויב קלאפט ער אריין אין א בחור אינעם דארמעטארי הארט נאכן טון עפעס וואס באלאנגט פאר אישית, קען ער ווארפן א שטרענגן בליק און געבן א פאטש. זיי שפירן אז ער ווייסט.

(עיין כאן פאר א הסבר אויף די רוח הקודש. פונקט ווי מ'קען אמאל זעהן ווען א מענטש ברענט, קען מען אויך אמאל זעהן ווען ער האט שוין געגעסן א מאלצייט. ווי אויך פונקט ווי מ'קען זעהן אויף א מענטש אויב ער עסט מיט א פיהלן מויל צו ער עסט אביסל אויף א מאל, קען מען אויך אמאל זעהן אויף א מענטש אויב ער איז זייער נאכגעגעבן אין דעם. וד"ל.)
-
זאג די בחורים זאלן נזהר זיין צוצומאכן די זיפער און ס'וועט אלעס זיין מסודר...
אויכעט זאלן זיי טשעקן פאר באהאלטענע קאמערעס
 
Back
Top