טעגליכע נייעס+

IMG-20250219-WA0006.jpg

אכטונג טשאקאלאד עסער.

לויט באריכטן וועט די באקאנטע ברענד feastables אנהייבן צו האבן געוויסע פון אירע פראדוקטן אין כשר מיט א OU.

דאס איז איינע פון די באקאנטע סעלעברעטי ברענדס וועלכע איז אונטער'ן אייגענטים פונעם באקאנטע פיגור מר דשימי דאנאלדסאן.

דאנאלדסאן איז באקאנט פאר א מענטש וועלכע נעמט וואוילטעטיגע צוועקן גאר ערנעסט מיט אקציעס צו צושטעלן ריינע וואסער קוועלער אין אפריקע און העלפן מענטשן מיט זעהן און וואקן מעדיצינישע פראצעדורן, ביז אוועקגעבן 10 מיליאן דאלאר פאר נויטבאדערפטיגע מענטשן.

איצטיגע האט זיך זיין רחמנות אראפגעלאזט אויפן טשאקאלאד עסנדע אידנטום.

פאר טייל איז דאנאלדסאן באקאנט אלס מר ביעסט.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250219-WA0007.jpg

טראמפ מיט א שארפע מעסידש איבער זאלענסקי וואו ער רופט אים א דיקטאטור.

נישט אינגאנצן איינשטימיג, אבער צו זען די אוקרייניסטן טאנצן לוינט זיך עס.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250219-WA0008.jpg

עפל האט ארויסגעשטעלט זייער אייפאון 16E.

ער איז געמאכט צו זיין א עפארדבל אפציע, און אזויווי די די SE סעריע.

פרייז 599+
רעם 8
קעמרא 48mp
סייז 6.1 אינטשעס
קאליר, נאר ווייס און שווארץ.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
@טעגליכע נייעס א גרויסן ייש"כ פאר די @טעגליכע נייעס, גיי אן!

נ"ב, די דיסלייק איז נישט פאר דיר, כמובן. נאר פאר די העסליכע ווערטער פונעם וואנעבי דיקטאטאר, אנגעפילט מיט שטותים, גאוה, קינדערישקייט, ליגנט'ס, וכו' וכו' וכו'.
 
FIFY
פאר טייל איז דאנאלדסאן מר ביעסט באקאנט אלס מר ביעסט דאנאלדסאן.


טראמפ מיט א שארפע מעסידש איבער זאלענסקי וואו ער רופט אים א דיקטאטור.
זאגט דאך שוין די גמרא אין קידושין - כל הפוסל...
 
IMG-20250219-WA0009.jpg

דעלטא אירליינס האט אנגעטראגן 30 טויזנט דאלער פאר פאסאזשירן וועלכע האבן זיך געפונען אויף די איבערגעדרייטע פליגער לאנדונג אין טאראנטא אויף מאנטאג.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250220-WA0002.jpg

מיטש מקאנל האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר סענאט אין קענטאקי קומעדיגע יאר.

מקאנל איז געווען פירער פון די רעפאבליקאנער אין סענאט פאר 17 יאר ביז 2024.


מקאנל איז געווען גאר א פאפולער פירער ביז ער און טראמפ האבן זיך געטראפן אויף מעסער שטעך און אפילו אזוי האט זיך זייער באציאונגען אייביג געוואנדן אויפן מאמענט.

זיי גרעסטע אויפטוה אין די לעצטערע יארן איז געווען אפהאלטן מעריק גארלענד פון ווערן אריינגעשטעלט אלץ סופרים קאורט ריכטער און עס נישט צוגעלאזט ביז נאך די אילעקשן אין 16 , דאס האט שפעטער ערלויבט פאר רעפאבליקאנער צו איבערדרייען די וויכטיגע אינסטעטוציע אויף זייער זייט, ספעציעל מיט זייער צענטריסטישע ראבערט'ס.

מקאנל האט לעצטנס געכאפט א מיני-סטראק ביים רעדן אין פובליק וועלכע האט אנגעהויבן די רופן פאר זיין רעזיגנאציע, עקסטער האט ער זיך לעצטנס איבערגעדרייט אינעם סענאט און ער מאכט זיי וועג ארום דעם שטעטל מיט א רוד-שטהול.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250220-WA0003.jpg

קאנאדע האט געמאכט א טעות מיטן אריינעמען פאלעסטינע, און זיי האבן באלד נאכגעפאלגט מיטן טיפישע פאלעסטינע מאוו, גיבסט מיר עפעס וואס דו ביסט ניטאמאל מחיוב , כ'בין נישט צופרידן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
זאלענסקי און די אוקרייניסטן זענען בייז אז זיי זענען אויסגעשפילט פון די געשפרעכן אין ריאד.


די פראבלעם איז אז אונטער א דעקרעט וואס זאלענסקי האט אליינס אונטערגעשריבן אין אקטאבער יאר 22 טאר אוקריינא זיך נישט באטייליגן אין שלום געשפרעכן, אלזא זאל ער טוישן זיין אייגענע נדר פארן בלאזן.

עקסטער האט מען בלויז געמאכט קאנטאקט מיט די רוסן און מערסטנס פון די געשפרעכן זענען געווען ארום אמעריקע רוסלאנד באציאונגען אריינגערעכנט צוריקשטעלן קאמיוניקאציע און צוריקשטעלן אמבאסאדע איינגעשטעלטע.

אויסער דעם וויל דאך זאלענסקי נישט קיין שלום און האלט אז ער זאל זיך ווייטער שלאגן, סא וואס וועט ער טון דארט אויסער קלאפן מיטן פאסטן.

ממילא איז עס נאר אמעריקע'ס פראבלעם, זיי וועלן צוקומען צו א פלאן צו פארשטעלן פאר רוסלאנד וועלכע מאכט סענס פון די אמעריקאנער-אוקריינער זייט און די רוסישע זייט און אוקריינא וועט האָבן די אפציע צו סאבסקיייבן אדער גיין ווייטער אליינס מיט א אייגענע וויזיע.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
3 אונטערגעשטעלטע באמבעס האבן אויפגעריסן אין באסעס ביי די צענטראלע פארקינג לאט אין בת ים.

נאך צוויי האבן געהאט אויפרייס אפאראטן.

קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.


פאליציי זוכן דורך אנדערע באסעס פאר באמבעס.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250220-WA0007.jpg

די אויפרייסן אויף די באסעס זענען געווען גאר גרויסע ניסים.

די דריי באסעס מיט 5 קילא אויפרייס מאטריאל זענען אנגעשטעלט געווארן אויף די פארנימענע פרייטאג 9 אזייגער אינדערפרי ווען די ארטיגע באס סיסטעם איז איבערגעפילט ביזן ברעג.

די טעראריסט האט עס אבער בטעות אנגעשטעלט אויף 9 פי עם אנשטאט די קומענדיגע עי עם.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250220-WA0009.jpg

א טויש אין ספעציעלע סטאטוס פאר מידיא ארגאניזאציעס אינעם פענטאגאן.

מידיא ארגענעזאציעס האבן אפיסעס אין די פענטאגאן, פרעג מיר נישט פארוואס...

אבער נישט יעדער האט נאר די ספעציעלע, צוויי וואכן צוריק זענען עטליכע פארארדענט געווארן צו מאכן פלאץ פאר די נייע מיחסום.

די אלטע מלמד'ס פעוואריט קינדער, NPR, NYT CNN NBC.

די נייע קינדער NYP ,Breitbart, OAAN, HuffPost.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 

אלע ספעציעלע נשמות ביים קאנסערוואטיווע CPAC קאנפרענץ באקומען א שאנס צו שאקלען מיט מאקאראנער אתרוג און די ארגאנטענישע לולב.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250220-WA0011.jpg

מד'י זאגט אז די קערפער פון די פרוי שירי ביבס איז נישט צוריקגעקערט געווען און עס איז א אנדערע קערפער.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
מד'י לאזט נישט ארויס די טעראריסטן.

היינט האט כאמאס ארויסגעלאזט נאך 6 משכונות, באגלייט מיט א מוזיקאלישע פאראדע.

און ווי די פאלעסטינע דאקטורין לויטערט אז מען דארף אייביג שטופן און מעסטן די גרעניצן, האבן זיי דאס מאל געברענגט צוויי משכונות וועלכע וועלן נישט ארויסגעלאזט ווערן צום פאראדע.

מד'י פרעמיער מיניסטער נתניהו האט געמאלדן אז ער שטעלט אפ די באסעס מיט 600 טעראר פארבינדעטע ארויסגעלאזט צו ווערן, ביז ווי לאנג זיי באקומען נישט קיין פארזיכערונג אז כאמאס הערט אויף מיט די פראפעגאנדע און ליצנות.

אין אנדערע נייעס איז ארויפגעברענגט געווארן א ביל אין באנוס איירוס ארגענטינע צו טוישן די נאמען פון א ארטיגע גאס וועלכע הייסט 'פאלעסטינע שטאט'ס צו 'ביבס פאמיליע'.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
מיר הערן אסאך מאדענע סטעיטמענט פון טראמפ איבער די אוקריינא און רוסלאַנד קריג.

-די מידיא באריכטעט אז די אדמיניסטראציע וויל נישט רופן רוסלאנד די אגרעסאר.

-לויט אנדערע באריכטן וועט ער מעגליך גיין צו די רוסישע מאי 9 פאראדע וועלכע זיי פייערן זייער צוויטער וועלט קריג נצחון און אנדערע נצחונות און אנגעבליכע נצחונות ווי די איצטיגע קריג.

-זאלענסקי האט פארלוירן האלב די געלט

-זאלענסקי וויל קריג און פוטין נישט.

-זאלענסקי איז א דיקטאטור, אבער אויף פוטין הערט מען נישט קיין ווארט.

לאמיר קודם אדערסירן צוויי פונקטן דא,

1) ס'איז טאקע וואר אז זאלענסקי האט מער ליב דעמאקראטן ווי דעמאקראטיע, און האט פארבאטן געוויסע פאליטישע פארטייען וועלכע מ'קען האבן פראגן דערויף,
אבער די מציאות איז אז ער איז געהעריג ערוועלט געווארן און זיין טערמין איז ממש לעצטענס אויסגעלאפן, און זייער ווייניג לענדער וואלטן אפגעהאלטן וואלן אין אזא מלחמה צושטאנד וועלכע האלב לאנד קען נישט שטימען.

2) נישט יעדער מאָל מען קריטיקירט עפעס דארף מען ווידער דערמאנען דאס וואס יעדער ווייסט, אז פוטינ'ען איז א דיקטאטור,
אויסער דעם איז דאס נישט אונזער דאגה וויבאלד מיר זענען דאך אפי' אין טעכנישע מלחמה מיט אים, מיר דארפן פשוט אפשאצן צו דאס וואס מיר שטיצן איז טאקע אזא דעמאקראטיע.

מיר קענען גראדע אויך זאגן אז ס'מאכט נישט אויס ווי דעמאקראטיש ער איז, אבער טייל פון די דיסקוסיע איז עס אבער, און נישט די טראמפ וויזע שרייט אז שטיצע פאר אוקריינא איז וויבאלד זיי זענען א דעמאקראטיע.

יעצט צום פינטל, אויף די מאמענט קוקט זיך פוטין אן ווי א געװינער, ער מאכט קליינע פארשריט און די נאכאנאנדע מערב וועלט טוי'ס וואס זאלענסקי באקומט און פאדערט אייביג מאכט נישט קיין גרויס פארשריט אויף די ליניעס.

ער האט מער מענטשן פלייש פון זאלענסקי און רוסלאנד איז עקספיריענסד מיט 20 יעריגע מלחמות, און ער יאגט זיך נישט.

זאלענסקי פון די אנדערע זייט דארף אייביג צוקומען צו די חסד פון די מערב וועלכע פארלירט די געדולד, זיי זעהן איין אז זאלענסקי לעבט אין א באבל, און מיינט אז ער קען נאך עפעס פארדינען דא, בשעת די מערב האט גארנישט דא צו פארדינען אויסער א 200 ביליאן לאך סוף פון יעדער יאר צו א נערווירענדע שנארער וועלכע ברענגט נישט קיין ריזאלטאטן.

סא פארוואס זאל פוטין אויפגעבן די מלחמה, זאלענסקי קען מען טאקע לייגן אין א קארנער מיט אויפהערן די פאנדינג, אבער וואס קען מען סטראשענען דער פוטי'שע בער ?

נאך אטקאמס? פאטיראאטס ? אבראהאמס ? סטרייקערס ? שטורעם שאטנס ? דשאוולינס ?

טראץ די אלע מעכטיגע וואפן גייט די רוסישע פראדוקציע אן מיטן פולן שוואונג און נאך שנעלער ווי די גאנצע מערב וועלט מאנופעקטשערינג סיסטעם ביינאזאם , אוקריינא האט נישט די מעגליכקייט צו באמבארדירן די פראדוקציע וועלכע איז גאר ווייט און באשוצט מיט מיסל סיסטעמען, און א קליינע צען פונטיגער באמבע אויף א דראן וואס כאפט זיך אריבער וועט נישט מאכן די דשאב.

מער שטח ווי פוטין פלאנט צו סייווי קענען נעמען האט דאך נישט קיין פשט צו אים פארשפרעכן, ווייטער אנהאלטן די מלחמה האט אויך נישט קיין פשט, וויבאלד אויסער די פאר מערב וועלט אוקרייניסטן וועלכע רעדן זיך איין אז אין 15 יאר ארום וועט די רוסישע מיליטער זיין שוואכער אין א אנדערע פאטענציאלע מלחמה, האט נישט קיין פשט צו אויס'הרג'ענען א פערטל מיליאן מענטשן א יאר פון ביידע זייטן, מענטשן וואס האבן פאמיליע און ווערט צו זייער לעבן.

סא וואס קען מען געבן פאר פוטין, גארנישט.

די איינציגסטע תירוץ איז,

רוסלאנד איז א געוועזענע וועלט'ס מאכט, אמאל פלעגן זיי האבן איינפלוס אויף האלב וועלט בשעת היינט איז עס בלויז אויף איראן און צפון קארעא און ניטאמאל דאס וויבאלד כינע איז א גרעסערע יחסן ביי יענע חסידות'ער, סא די איינציגסטע אפציע איז צו געבן אביסל קאנפידענץ אטענטשן און אנערקענונג פאר אומ-סעקיור בולי וועלכע פלעגט אמאל זיין די קעניג פון די כיתה.

אלזא זייט גרייט וויבאלד דאס איז נאר די אנהייב פון די כוואליע חיזוק וואס פוטין גייט באקומען, און נעמטס די טאלעראנץ ווייטאמינען.

דאס איז פשט פון די גאנצע נושא און די סיבה פארוואס מ'הערט דא זאכן וואס צוויי דריטל טראמפ וויילער זענען קעגן.

מעכטיגקייט איז דאס וואס פוטין לויפט נאך מיטן ווידעראויפבוי פונעם רוסישע עמפייער, און דאס וועט ער באקומען א דאזע פון.


וועט עס ארבייטן, גוטע פראגע.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
Back
Top