טעגליכע נייעס+

IMG-20250227-WA0000.jpg

גלייכט איר רוסישע מוזיק ? נישט אין אומאן.

אוקריינא קאלטור מיניסטער האט פארבאטן רוסישע מוזיק זאגענדיג אז עס איז פראפעגאנדע.

שפילט נישט אויף קיין ליבאוויטשער ניגונים זיך צו מעורר זיין ביי קברי צדיקים אין אוקריינא.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
https://t.me/tagliche_news
 
IMG-20250227-WA0001.jpg

טראמפ ווארפט ארויס די אומלעגאלע און ברענגט אריין די 'גוטע מענטשן'.

נאך דרוק פון די אדמיניסטראציע אויף ראמעניע וועלכע האט געהאט א הארבע קרימינאלע קעיס קעגן די צוויי טעיט ברודער סעלעברעטיס, האט די ארטיגע רעגירונג פלוצלינגע געמאלדן אז זיי האבן נישט געפונען קיין שום אורזאך אנהאלטן די קלאגע.

יעצט זענען די צוויי אויפן וועג קיין אמעריקע.

טעגליכע נייעס +
https://chat.whatsapp.com/L4qt5NfjiId4lSAwBfda2p

On Telegram:
https://t.me/tagliche_news
 
IMG-20250227-WA0003.jpg

עולם הפוך ראיתי .

די אייראפעאישע פאראיין האט ארויסגעלייגט די קרימינאליטעט סטאטיסטיקס פאר אלע לענדער און עס שטעלט זיך ארויס ווי פאלגענד.

די אנגעבליכע סאפיסטיקירטע לענדער זענען אנגעפילט מיט קריים, און די נעבעכטיגע צוריקגעבליבענע לענדער וועלכע ווערן נישט אינוויטעד צו די G20 און WEF מיטינגען זענען נאך די מערסט פארזיכערט.


בעסטע

ליטווינער
סלאוואקיי
פוילן
קראאטיע
עסטאניע

ערגסטע

פראנקרייך
שפאניע
נעדערלאנדס
בולגאריע
גריכנלאנד.


(און די אנטווערפישע בעלגישע זענען נאך די מערסטע אויסגעשפילט, זיי זענען די זעקסטע ערגסטע, אבער ניטאמאל די סטאטוס פון זיין אויפן ליסטע האבן זיי.)

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
View attachment 3200
עולם הפוך ראיתי .

די אייראפעאישע פאראיין האט ארויסגעלייגט די קרימינאליטעט סטאטיסטיקס פאר אלע לענדער און עס שטעלט זיך ארויס ווי פאלגענד.

די אנגעבליכע סאפיסטיקירטע לענדער זענען אנגעפילט מיט קריים, און די נעבעכטיגע צוריקגעבליבענע לענדער וועלכע ווערן נישט אינוויטעד צו די G20 און WEF מיטינגען זענען נאך די מערסט פארזיכערט.


בעסטע

ליטווינער
סלאוואקיי
פוילן
קראאטיע
עסטאניע

ערגסטע

פראנקרייך
שפאניע
נעדערלאנדס
בולגאריע
גריכנלאנד.


(און די אנטווערפישע בעלגישע זענען נאך די מערסטע אויסגעשפילט, זיי זענען די זעקסטע ערגסטע, אבער ניטאמאל די סטאטוס פון זיין אויפן ליסטע האבן זיי.)

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +

איך ווייס נישט וואס דו פראבירסט ארויסצוברענגען מיט דעם טשארט (אדער וואס עס איז ארגינעל געמאכט ארויסצוברענגען), ווייל עס אדרעסירט בכלל נישט די לעוועלס פון קריים פער סע, ס'מעסט ס"ה די נומער פון 'מענטשן וואס האבן רעפארטעד' קריים'ס.
דאס מיינט, אז אין מער סאפיסטיקירטע לענדער וואו די מעגליכקייטן צו רעפארטן זענען מער פארגעשריטן - דארט זענען דא מער רעפארטס, ס'מיינט אבער בכלל נישט אז אין ערגערע לענדער 'איז דא ווייניגער קריים' צו וואס...

ובכלל ס'אדרעסירט וואנדאליזם און ווייעלענס פונקט ווי קריים, וואס מיינט אז געוויסע זאכן וואס זענען אין אמעריקע 'פרי ספיטש' קענען מענטשן ווארשיינליך האבן רעפארטעד כלפי דעם סטאטיסטיק...
 
לאמיר אריינשטעקן ביי די נישט 'פוטין פאנדלעך' פאליטיקאנטן זעהן וואס זיי מאכן.

ביים איבערגעבן א 'ריסעט קנעפל' אין 2009 אונטערן איינפלוס פון א הילכיגן געלעכטער פארן רוסישע אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראו.

דאס איז געווען אין די צייט וואס רוסלאנד איז געווען גאר אקטיו אין זיך שלאגן פאר די אקופאציע פון לוהאנסק און דאניעצק אוקריינא.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
Telegram – a new era of messaging
IMG-20250303-WA0007.jpg
liche_news
 
IMG-20250303-WA0005.jpg

אייראפע נעמט זיך טאקע אונטער מער פאר אוקריינא, אבער ס'איז ווערט צו באמערקן אז זיי זענען אויך רוסלאנד'ס גרעסטע שטיצער אין די לעצטע 3 יאר.

אין די לעצטע דריי יאר האבן זיי געקויפט איבער 261 ביליאן דאלאר אין ענערגיע פון רוסלאנד.

די גוטע נייעס איז אז זיי האבן אנגעהויבן צו טוישן סטראטעגיע און אנגעהויבן איינקויפן ביי אמעריקע נארוועגיע און קאטאר.

ביים דריטן יאר פון די מלחמה האבן זיי גענומען בלויז 17% פון רוסלאנד פון וואס זיי האבן גענומען די ערשטע יאר .

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
https://t.me/tagliche_news
 
היינט וועט טראמפ אפגעבן א 'דשוינט אדרעסע' צו קאנגרעס.

דאס איז די זעלבע זאך ווי די סטעיט אוו די יוניאן, אבער די ערשטע יאר פון א פרעזידענטשאפט האט נישט קיין האפט צו אפגעבן א אפשאצונג אויפן לאנד הארט נאך מ'איז אריינגעקומען.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
די בלעק-ראק פירמע וועט אפקויפן פון די האנק-האנג קעי סי האלדינגס פירמע די פירערשאפט פון די פאנאמא קאנאל.

די מקח איז א 19 ביליאן דאלאר קאנטראקט וועלכע רוקט ארויס די פארוואלטונג פון א האנק-האנג כינעזע פירמע צו א אמעריקאנער פירמע.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
לויט באריכטן וועלן אמעריקע און אוקריינא אונטערשרייבן די מינעראלן אפמאך היינט אן קיין צערעמאניע.

און טראמפ וועט עס אפיציעל מעלדן ביים דשוינט אדרעס.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
לויט באריכטן האט אמעריקע נישט נאר אפגעשטעלט וואפן פאר זאלענסקי נאר אויך אויפגעהערט צו איבערגעבן אינטעליגענץ.

אויך האבן זיי פארבאטן ענגלאנד פון איבערגעבן אמעריקאנער אינטעליגענץ.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
נאך עטליכע שווערע טעג אויפן סטאק מארקעט האט מען פלוצלינג געפילט פאר וויכטיג צוריקצודרייען איבער האלב פון די טאריפס אויף מעקסיקא און קאנאדע.

אפיציעל איז עס אויף די פראדוקטן וועלכע זענען אונטער די USMCA אפמאך.

צום ביישפיל: א קאר דארף זיין 75% געמאכט אין אײנע פון די צוויי אנדערע לענדער צו ווערן גערעכנט אין די USMCA 0% טאריפן אפמאך און קען נישט ווערן געשיקט פון כינע קיין מעקסיקא קיין אמעריקע אן שטייערן.

פון מעקסיקא זענען בערך 50 פראצענט אונטער די אפמאך, און קאנאדע 65 פראצענט.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
סיריע פאלט צוריק אין כאאס.

פרא אסאד קרעפטן האבן איבערגענומען א מיליטערישע באזע אין לאטקיא אינאיינעם מיט עטליכע העליקאפטערס.

טערקישע און אנדערע רעבעלן זענען אויף אפענסיווע אין אידליב.

מד'י צופירט זיך די הענט און דרום, און די פירענדע על שאמס רעבעלן אונטערדרוקן די דרוזן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
די סטעיט דעפארטמענט וועט נוצן ארטעפישל אינטעליגענץ אדורכצונישטערן סאציאלע מידיע בלעטער פון סטודענטן, צו כאפן אויב זיי זענען ראדיקאלן וועלכע מ'דארף אפשאפן זייער סטודענטן וויזע לויט די נייע פעדעראלע פראטאקאלן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250306-WA0000.jpg

מד'י האט ארויסגעלייגט א ווידעא ווי זייער איר פארס טרענירט זיך אינאיינעם מיט די אמעריקאנער איר פארס באמבאדיר פליגער.

ווארשיינליך א סטראשע פאר איראן, גיי ווייס פארוואס זיי דארפן סטראשענען, טו שוין די זאך.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250306-WA0005(1).jpg

היינט וועט מען אויספירן די ערשטע 'פייערינג סקוואד' הונריכטונג אין אמעריקע אין 13 יאר.

א מאן אין דרום קאראליינע וועלכע האט אומגעברענגט זיין שווער און שוויגער 24 יאר צוריק האט אויסגעקליבן די אפציע וועלכע איז געווארן לעגאל אין זיין סטעיט 3 יאר צוריק.

יענער האט עס אויסגעקליבן צוליב לעצטיגע פעלער וואס די אנדערע מעטאד פון א איינשפריצונג איז נישט געהעריג געגאנגען געשמירט.

דריי וואלונטירן וועלן אדורכסיסן א לעכל 15 פיס אוועק פון ווי יענער אין איבערגעדעקטע פארטשיילע וועט זיצן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
די פעדעראלע רעגירונג האט אפגעשטעלט 400 מיליאן דאלאר פאר קאלאמביע אוניווערסיטעט פארן פארפעלן צו אדרעסירן אנטיסעמיטיזם.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
Back
Top