טעגליכע נייעס+

IMG-20250313-WA0003.jpg

אײער פרייזן פאלן ווײטער.

קענסט שוין ענדערש געבן א 18'נער פאר מתנות לאביונים ווי א דאזען.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
נעכטן האט טראמפ דערקלערט מיט א דעקרעט אז די לעצטע פארדאנס וועלכע ביידן האט געשאנקען איז אומוואליד צוליב דעם וואס ס'איז נישט אונטערגעשריבן געווארן מיט א פענע נאר א קאמפיוטער.

דאס וואס מ'הערט אבער נישט איז וויפיל אנדערע פרעזידענטן האבן נישט אליינס אונטערגעשריבן זייערע דאקומענטן.

עס האט זיך אנגעהויבן אונטער בוש ווען ס'איז געווען נייע צייטן מיט שפאגל נייע טעכנאלאגיע אזויווי היינט, מ'איז געווען זיכער אז די וועלט און אלע אנדערע דזשאבס אינאיינעם וועלן איינגעשלינגן ווערן דורך טעכנאלאגיע.

עכ'פ די עקזעקיוטיווע קאנסיל וועלכע איז די לעגאלע פליגל פון די עקזעקיוטיוו האט ארויסגעשטעלט אז די פרעצידענט איז א אטאו-פענס זענען לעגעטים, זינט די מיינונג פון אונטערשרייבן איז נישט ממש אז דער אינדיווידועל האט געהאלטן א פען און אונטערגעפירקלט זיין נאמען, נאר אונטערשרייבן איז די זעלבע ווען די סופרי המלך שרייבן עס ווען ס'איז קלאר אז עס האט זיין צושטימונג.

דערנאך האט עס אבאמא גענוצט ווען ער איז נישט געווען אין וואשינגטאן, און אפילו פארברייטערט די קאנטראווערסיאלע 'פאטריאט אקט' דערמיט.

טראמפ האט עס מערסטנס גענוצט פאר קלענערע דאקומענטן און נישט פאר לעגיסלאציע.


ביידן האט עס גענוצט פאר ווען ער איז נישט געווען אין וואשינגטאן און ביי די לעצטיגע פארדאן פלייץ.

וואס יא, זינט ביידן איז נישט געווען אזוי מחובר צום ערד קוגל אין די לעצטערע יארן קען א אטאו-פען ארויפברענגען פראגן צו עס איז טאקע געווען מיט זיין פולע צושטימונג.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
ברעיקינג

מד'י זאגט אז זיי אקטיוויזירן צוריק די מלחמה אין עזה דערנאך וואס פראוון פאר א משכונות אפמאך רוקן זיך נישט פאראויס.


.טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
נעכטן האט טראמפ דערקלערט מיט א דעקרעט אז די לעצטע פארדאנס וועלכע ביידן האט געשאנקען איז אומוואליד צוליב דעם וואס ס'איז נישט אונטערגעשריבן געווארן מיט א פענע נאר א קאמפיוטער.

דאס וואס מ'הערט אבער נישט איז וויפיל אנדערע פרעזידענטן האבן נישט אליינס אונטערגעשריבן זייערע דאקומענטן.

עס האט זיך אנגעהויבן אונטער בוש ווען ס'איז געווען נייע צייטן מיט שפאגל נייע טעכנאלאגיע אזויווי היינט, מ'איז געווען זיכער אז די וועלט און אלע אנדערע דזשאבס אינאיינעם וועלן איינגעשלינגן ווערן דורך טעכנאלאגיע.

עכ'פ די עקזעקיוטיווע קאנסיל וועלכע איז די לעגאלע פליגל פון די עקזעקיוטיוו האט ארויסגעשטעלט אז די פרעצידענט איז א אטאו-פענס זענען לעגעטים, זינט די מיינונג פון אונטערשרייבן איז נישט ממש אז דער אינדיווידועל האט געהאלטן א פען און אונטערגעפירקלט זיין נאמען, נאר אונטערשרייבן איז די זעלבע ווען די סופרי המלך שרייבן עס ווען ס'איז קלאר אז עס האט זיין צושטימונג.

דערנאך האט עס אבאמא גענוצט ווען ער איז נישט געווען אין וואשינגטאן, און אפילו פארברייטערט די קאנטראווערסיאלע 'פאטריאט אקט' דערמיט.

טראמפ האט עס מערסטנס גענוצט פאר קלענערע דאקומענטן און נישט פאר לעגיסלאציע.


ביידן האט עס גענוצט פאר ווען ער איז נישט געווען אין וואשינגטאן און ביי די לעצטיגע פארדאן פלייץ.

וואס יא, זינט ביידן איז נישט געווען אזוי מחובר צום ערד קוגל אין די לעצטערע יארן קען א אטאו-פען ארויפברענגען פראגן צו עס איז טאקע געווען מיט זיין פולע צושטימונג.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
האט נישט א judge געפאסקענט אז מען קען נישט פארדאנען איינער וואס האט גארנישט געטון (preemptive)?
 
אט איז א ליסטע פון אילימינאציעס פון טעראר פירער אין עזה זינט נעכטן.

איסאם על-דאליס, כאמאס פאליטישע ביורא מעמבע.

מוכאמאד אבו - וואטפא, כאמאס אינערן דירעקטאר.


אבו אומאר, יוסטיץ מיניסטער.

באדשאט אבו סולטאן , אינערליכע סעקיוריטי.

על-דשאמסי, פאליטישע ביורא.


אין סיריע זענען עטליכע הויכראנקיגע איסלאמישע דזשיהאד טעראריסטן אילימענירט געווארן איבער די לעצטע 3 טעג.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250318-WA0003.jpg

לאמיר אדרעסירן די פארערגערטע סועסייד טראגעדיעס.

לעצטנס הערט מען מער און מער טראגישע פעלער וואו מענטשן פון אונזער קאמיוניטי נעמען זיך ליידער דאס לעבן.

וואס מ'האט אמאל אנגעקוקט א טאטאלע אויסנאם איז די ריאליטעט ביי אונזערע באקאנטע, פאמיליע און פריינט.

מענטשן מיטשענן זיך מיט מחשבות פארוואס און וואס איז די ציל פון זייער לעבן וועלכע איז ווי א לאנגע און ענדלאזע באן פון אוםגעשמאקייט אן קיין ציל, און אן א קלארע וויזע וויאזוי זאכן וועלן זיך טוישן.

די וועלכע האבן קיינמאל נישט געהאט אזאלכע מחשבות קענען נישט פארשטיין, אבער ליידער פארשטייען עס יא א גרויס חלק פונעם ציבור.

פארוואס סועסייד ראטעס הייבן זיך אין אלגעמיין קען מען אסאך שפעקולירן,

מעגליך צופיל צייט צו טראכטן ענדערש ווי לעבן אויף 'סערווייוול',
אדער וויבאלד מ'האט נישט קיין בעסערער פיוטשער צו ארויסקוקן אויף וויבאלד מ'לעבט שוין גוט,
אדער וויבאלד די גאנצע לעבן דרייט זיך אויף מאטיריאליזאם ענדערש ווי אנדערע וויכטיגערע זאכן.

עכ'פ וואס די פראבלעם איז און וויאזוי עס צו פארעכטן איז א לענגערע נושא, אבער מיר ווילן אדערסירן די צוויי זייטן פון וויזעס אין אונזער קאמיוניטי איבער די נושא.

טייל ווינדערן זיך וואס איז פשט פון דעם אז קהילה פירער אדערסירן נישט אפן די נושא אזויווי יעדע ברענעדיגע נושא, און מ'דארף עס נארמאליזירן אזוי מענטשן זאלן קענען באקומען און געבן הילף.

די וויזיע פון די אנדערע זייט איז, אז אין די לעצטע 50 יאר האט די וועלט אנגענומען א מהלך פון נארמאליזירונג אויף אלעס, און די עקספערימענט האט אויך געברענגט אסאך באגאזש מיט זיך און אפט מאל אנשטאט בלויז ברענגען גוטע ריזאלטאטן האט עס נארמאליזירט און פארשפרייט פראבלעמען נאך מער.

''פארוואס דארפן מיר אויפקלערן יעדע בחור'ל אז ער האט יעצט א אפציע צו גיין סועסייד וויבאלד א בחור פון א אנדערע ישיבה די אנדערע עק שטאט האט איז געגאנגען די Route.., האלאו ס'איז א נארמאלע זאך, יעדער טוט דאס, דער מענטש פון שול, טאטיס אלטע חבר, די מענטש און אונזער קאנטרי.."

פון די אנדערע זייט זאגן מענטשן אז מיט דעם וואס מ'קען עס נישט דיסקוסירן ווי אדאלטס, קען מען ניטאמאל אנהייבן אדרעסירן די חרבן און מיר האלטן אין איין פארלירן נאך און נאך.


ווי די צוויי זייטן קענען אבער זיכער זיך צוזאמקומען אויף איין פעידזש איז, אז ביי עלטערע קען מען געהעריג רעדן דערפון, יעדער ווייסט וואס מיינט סועסייד, יעדער הערט סייוויסיי די געשיכטעס, יעדער ווייסט סייוויסיי וויפיל מענטשן נעמען די אפציע, און אז ער קען עס אויך נעמען.

און פון א אידישקייט שטאנדפונקט, זארגט זיך קיינער נישט אז מיטן אדרעסירן דאס אז מענטשן פאלן אוועק פון אידישקייט וועט האבן א פארקערטער אפעקט און מער מענטשן פון די קהילה וועלן אפ-פארן.


.טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
די ADL האט ארויסגעלייגט א שטוינענדע באריכט אז 30 וויקיפעדיע עדיטארס האט קאלאבארירט צו טוישן ארטיקלען מיט מער א אנטי מד'י און אנטיסעמיטישע נייגונג.

זיי האבן געמאכט טוישונגען צו 10 טויזנט ארטיקלען איבער די נושא און זענען געווען 18 מאל אזוי אקטיוו ווי טיפישע וויקיפעדיע עדיטארס.

וויקיפעדיע ווערט גענוצט פאר די אלע אינפארמאציע וועלכע מיר נעמען איין צו דורך נייעס ארטיקלען אדער רוסירטש ארטיקלען, ביז עי איי, און ווערט באטראכט אלס די העכסטע שטאפל קוואליטעט.


געוועזענע פארמישטע און גרינדער ווארענען שוין לאנג אז עס איז ווייט פון א אביעקטיווע פאקטן אינצייקלאפידיע.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
די JFK אטענטאט פיילס זענען ארויסגעלייגט געווארן דורך די פעדעראלע רעגירונג אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע.

עס איז אנגעבליך 80 טויזנט געהיימע דאקומענטן ארום די קעיס פון די פרעזידענטליכע אטענטאט.

די אמעריקאנער פאבליק האט עס פארלאנגט ספעציעל וויבאלד עס זענען געווען פילע שפעקולאציעס ווער ס'איז געשטאנען דערונטער.

מיר וועלן אייך האלטן אינפארמירט אין פאל ס'איז עפעס זאכליכע, און נישט אזוי די עפשטיין פיילס.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
אין א עפאכע פון צארן אויף די גרעניץ און נאך, גרייט מען זיך פאר א 'עפארדעבילעטי' צאר.

טרעזשורי סעקרעטאר באסענט האט ארויסגעגעבן די סוד אויף די All In פאדקעסט און געזאגט אז עס וועט געמאלדן ווערן אין די קומענדיגע טעג.

ער האט מסביר געווען אז מיר קענען טאקע אראפברענגן אינפלאציע און ראטעס אבער זאכן זענען שוין נישט אזוי גרינג צו קויפן פאר די טיפישע בירגער, אלזא דארפן מיר עפעס מער.


יענער וועט זיין פארנימען מיטן פארבעסערן סופליי און אוועקנעמען רעגולאציעס אזוי אז די זעלבע זאכן זאלן ווערן ביליגער.

אויך האט ער אויסגעשמועסט אז זיי נעמען ערענסט די געדאנק פון א ' sovereign wealth found' וועלכע וועט בעסער קענען פינאנצירן די סאציאלע סעיפטי נעץ מיט גוטע פעדעראלע אינוועסטמענטס.

אויך באטראכטן זיי ערנסט א אינוועסטמענטס סטימולוס סטייל געשאנק פאר יעדע קינד וואס ווערט געבוירן וועלכע וועט עס קענען ארויסנעמען נאך קאלידש אדער ביי ריטייערמאַנט.

אויך האט ער אויסגעדרוקט אפענקייט צו די געדאנק פון אינוועסטירן סאציאל סעקיוריטי אין אנדערע ערטער ווי Bonds וועלכע האבן האלב אזא 'ריטורן' ווי סטאקס אדער אנדערע אינוועסטירונג.

טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250319-WA0004.jpg

טים וואלץ זאגט אז ווען ער פילט אז ער דארף זיין חיזוק יומי שיעור כאפט ער א בליק אויף טעסלא סטאק.

אילאן מאסק זאגט אז ווען ער דארף זיין חיזוק יומי כאפט ער א בליק אויף די פארטרעט פון דזשעימס ווענס אינעם ווייסן הויז, און דאנקט די באשעפער.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
גאוגל האט געמאלדן אז זיי וועלן אפקויפן די איזרעלי 'קלאוד סעקיוריטי' פירמע Wiz.

גאוגל שטייט שטארק אונטערשטעליג אין די קלאוד ביזנעס קעגן עמעזאן און מייקראסאפט און וויל זיך שטארק אויסברייטערן.

דאס וועט זיין די גרעסטע acquisition אין מד'י היסטאריע פון 32 ביליאן דאלאר.

די שטייערן אליינס וועט אריינברענגען פאר די מדינה ביליאנען.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250320-WA0003.jpg

טראמפ'ס צווייטע טערמין שטייט שוין פאראויס פון ביידן'ס גאנצע טערמין און אבאמא'ס צוויי ביינאזאם,
מיט די צאל ריכטער וועלכע האבן פראבירט צו בלאקירן די פרעזידענט אויפ'ן איינשטעלן אינטערנאציאנאלע געזעצן און פאלעסי.

טייל רופן עס די 'טיראניע פון שווארצע פארטיכער'.

וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז קלאר און יעדע קליינע ריכטער'ל האט נישט די מאכט איבער די גאנצע לאנד, און ווען יא וואלט מען געמאכט נאציאנאלע וואלן דערויף מיט די גאנצע פאמפע יעדער פיר יאר, זינט ס'איז וויכטיגער ווי די פרעזידענטליכע וואלן.

די סופרים קארט האט אויך נישט אייביג די מאכט איבער די עקזעקיוטיוו וועלכער איז די זעלבע גלייכבארעכטיגטע פליגל פון די רעגירונג וואו איר.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
קאנגרעס גרייט זיך צו שטימען אויף די save act.

עס וועט פארבאטן נישט סיטיזענס צו שטימען.

איי ס'איז שוין סייוויסיי פארבאטן.

אבער די ביל וועט פארשטרענגערן די רעגולאציעס, עס וועט פארארדענען פון סטעיטס צו זיכער מאכן אז זייער וויילער ליסטע האבן נישט אזאלעכע מענטשן.

וויאזוי האבן וויילער ליסטעס אומלעגאלע? , אונטער געוויסע אדמיניסטראציעס... האבן אומלעגאלע באקומען ארבייט'ס פאפירן און דערויף סאציאלע סעקיוריטי, און אין געוויסע סטעיטס גייט די וויילער ליסטע אינאיינעם מיט די סאציאלע סעקיוריטי ליסטע.

אזויווי מאסק האט נעכטן פארגעשטעלט ביי זיין ראלי זענען מיליאנען אומלעגאלע ארויפגעשטעלט געווארן אויף די סאציאלע סעקיוריטי פראגראם אין די לעצטערע יארן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
האסטו אייביג די פראבלעם מיט די מענטשן וועלכע פארכאפן אלע טיקעטס פארן אונטערן פלעי און פארקויפן עס פאר טייערער ?

נישט אין טראמפ'ס אמעריקע ! נישט נאר וועט שלום אויסברעכן ביז 24 שעה, אינפלאציע זיך צו בלאזן ביז 36 שעה, און קאנדשעסטנט טאל אוועקגענומען ווערן ביז 48 שעה.

נאר אפילו די קלייניקייטן וועט מען קעיר נעמען מיט א עקזעקיוטיווע באפעל היינט אונטערגעשריבן.

צדק האט גאר שווער געארבעט אינאיינעם מיט זייער קאנטאקט מר ווענס עס צו ערלעדיגן נאך פאר די חול המועד סעזאן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
כאמאס האט טאקע אונטערדרוקט די פראטעסטן קעגן זיי מיט ברוטאלע הענקעריי, אבער די אנדערע זייט שטויסט נאך.

א גאזא באנדע האט היינט אומגעברענגט א כאמאס מעמבער ביים טויער פון שטאט דיר-על-באלא.


וואו קען מען טרעפן די טויער פון ברוקלין ?..

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
געוועזענע מד'י פרעימיר מיניסטער בענעט האט אריינגעגעבן פאפירן פאר א נייע פארטיי גערופן בענעט 2026.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
Back
Top