טעגליכע נייעס+

IMG-20250401-WA0001.jpg

פארוואס איז יעדער אויף מיט די 6 סטעלט באמבאדיר פליגער געשיקט צו די אינדיאנער ים ?

ס'איז טאקע דא נענטערע אמעריקאנער מיליטערישע באזעס צו איראן, אבער לויט באריכטן האבן די לענדער קאטאר קווועיט און סאודי אראביע פארלאנגט נישט צו נוצן לאקאלע באזעס צו אטאקירן איראן.

די באזע איז טאקע א שיינע 2 טויזנט מייל ווייט פון איראן, און די חסרון איז צייט און איראן קען זיך דערוויסן פאר א אטאקע וויבאלד די טאנקיר פליגער וועלכע וועלן ווארשיינליך מוזן מיטפארן א שיין ביסל פון די וועג זענען נישט סטעלט, אבער פון די אנדערע זייט וועט די באזע האבן מער צייט זיך צו באשיצן פון צוריקקומענדיג מיסלס.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250401-WA0000.jpg

די רוסישע ארמיי האט פארארדענט איינע פון די גרעסטע 'דרעפט'ס' אין די לעצטערע יארן, פון 160 טויזנט זעלנער.

זיי זאגן אז די סאלדאטן וועלן נישט גיין גלייך צו די פראנט ליניעס, אין א פארזוך אריינצוכאפן גענוג מענטשן.

אין אנדערע נייעס זאגן זיי אז זיי זענען נישט גרייט אויף די אמעריקאנער שלום אפמאך, און טראמפ סטראשעט מיט די מעגלעכקייט צו לייגן סאנקציעס אויף לענדער וועלכע קויפן רוסישע אויל.

טעגליכע נייעס +
https://chat.whatsapp.com/L4qt5NfjiId4lSAwBfda2p

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
די יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז זיי וועלן פראבירן צו באקומען א טויט שטראָף אורטיילונג פאר לואידשי מאנדשיאני וועלכע האט אומגעברענגט די יונייטעד העלט CEO אין מאנהאטן.

זיי זאגן אז דאס איז א פאל פון דאמעסטישע טעראריזם.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
סענאטאר קארי בוקער פון ניו דשערסי האט געבראכן די רעקארד פון די לענגסטע רעדע אינעם סענאט.

איבער 24 שעה און גייט נאך אן.

זיין רעדע איז אין פראטעסט צו די נייע אדמיניסטראציע, אבער נישט קיין פיליבאסטער וויבאלד א ביל ווארט נישט ארויפגעברענגט צו ווערן.

די פריערדיקע רעקארד איז געווען אין 1957ַ ווען סענאטאר סטארם טארמאנד האט אויפגעהאלטן א ציווילע רעכטן ביל פאר 24 שעה.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250402-WA0002.jpg

טראמפ האט נארוואס געמאלדן א שטראם פון טאריפס אויף דריי פערטל וועלט.

א אויסער דעם א 10% טאריף אויף אלע אימפארטן, און 25% אויף קאר אימפארטן, אויסער די וועלכע זענען אין די usmca אפמאך.

כ'האב נישט געהאט די צייט אדער געדולד צו איבערגיין יעדע לאנד אבער לאמיר נעמען א משל מד'י.

מד'י האט שוין פאר 40 יאר א פרייע האנדל אפמאכן מיט אמעריקע אויסער אויף א קליינע פראצענט פון מילכיגס וויין און 'פראדוס' , וואס איז א ערך פון 2% פון די אימפארטן, און אויף דאס האבן זיי איינקאסירט 11 מיליאן דאלאר פון א טאטאל פון כמעט 10 ביליאן אימפארטן דאס קומט אויס 5 פראצענט.

אלזא ווייס איך נישט פון וואו זיי קומען אויף מיט די נומערן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
גריכנלאנד אמעריקע מד'י קאטאר און די עמיראטן וועלן אפהאלטן מיליטערישע עקסערזייזעס אין גריכנלאנד.

דאס איז א כמעט יערליכע ערשיינונג צװישן אמעריקע גריכנלאנד און מד'י, אבער דאס וועט זיין די ערשטע מאל וואס קאטאר וועט אנטיילנעמען אין א מיליטערישע עקסערסייז אינאיינעם מיט מד'י.

די עמיראטן האבן שוין אין פארגאנגענהייט און זײ האָבן אפיציעל באציאונגען מיט מד'י זינט די עברעהעם אקארדס.

די עקסערסייזן וועלן פראקטיצירן וויאזוי אנצופירן א לופט אנגריף אויף צילן וועלכע זענען באשיצט מיט אנטי עירקרעפט כוחות.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
https://t.me/tagliche_news
 
די סופרים קארט האט קלאר געשטעלט אז אילעקטראנישע ציגארעטלעך פאלן יא אונטער די געזעצן און רעגולאציעס פון די טאבאקא געזעץ, אין א אפשטימונג פון 9-0.

דאס מיינט נישט אז עפעס וועט ווערן פארבאטן, בלויז אז די FDA קען פאטענציאל גרינגער מאכן רעגולאציעס דערויף אדער פארבאטן געוויסע סארטן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
כ'האב זיך נארוואס געכאפט די גאונות פון די נומערן פון די טראמפ טאריפן.

די טאריפס איז אנגעבליך וויפיל די אנדערע לענדער לייגן שטייערן אויף צוריק, אבער די נומערן פאנגען נישט אן צו שטימען.

נאר וואס דען, ס'איז האלב פון די פראצענט פון די דעפיציט, למשל כינע האט א דעפעציט פון 69%ַ, איז דא א טאריף פון האלב 34%.

ס'איז דא א שטיקל טעאריע אז א פראצענט טאריפס וואס מ'לייגט ארויף שוואכט אפ די טרעיד מיט א פראצענט, אויב אזוי טרעפן זיך ביידע צוזאם.

די פראבלעם איז נאר אז ווען ס'גייט אויף העכערע פראצענטן טוישט זיך די דיינאמיקס.

און דאס אז ס'איז reciprocal איז נישט אמת.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG_20250403_134132_743.jpg

די סטאק מארקעט טראסקעט מיט כמעט 4% היינט.

אויב מען ענדיגט אזוי וועט עס זיין די ערגסטע טאג אין צוויי אהאלב יאר ביים הויכפונקט פון אינפלאציע.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250403-WA0006.jpg


נעכטן ווען מעיאר עדעמס האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ איבער ווערן גענצליך אפגעלאזט פון די קארופציע קלאגעס, האט ער מייעץ געווען דעם ציבור צו ליינען די בוך פון FBI דירעקטאָר פאטעל איבער די 'דיעפ סטעיט '.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250406-WA0001.jpg

קאמערס סעקרעטאר לוטניק זאגט אז, מ'האט געדארפט לייגן טאריפס אויף די 'פענגווין אונזל' וויבאלד זיי האבן מורא געהאט אז אנדערע לענדער וועלן אנהייבן צו 'שיפן' סחורה דורך טאריפ פרייע טעריטאריעס.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
לויט באריכטן האט איראן געווארנט אירע שכינים ווי קאטאר איראק קוועיט טערקיי און אנדערע, אז אויב זיי וועלן ערלויבן אמעריקע צו נוצן זייער לופטן פאר א אטאקע וועט עס געזען ווערן אלס א אקט פון מלחמה.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
אז מיר שמועסן אויס די נעגאטיווע חלקים פון די טאריפס, דארף מען אויך רעדן פון די פאזיטיווע חלק.

קאמבאדיע האט געמאלדן אז זיי וועלן נידערן זייער טאריפס פון בערך 17% צו 5% פאר א גרעסערע טייל פראדוקטן.

זיי אימפארטירן בערך 300 מיליאן אין סחורה.

אויף די באקאנטע טשארט איז געשטאנען אז זיי האבן אנגעבליך 97% טאריפס און מ'האט צוריקגעלייגט 49%.

אבער וויאזוי וועט אמעריקע אויסצאלן די חוב, רייך ווערן, און אהערברענגן פראדוקציע, אז מ'גייט ווייטער נעמען פון זײ.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250407-WA0000.jpg

העדש פאנד מענדישער ביל אקמאן באשולדיגט קאמערס סעקרעטאר אויפן זיך נישט קימערן מיט די מארקעט צוליב ''קאנפליקט אוו אינטרעסט''

ער זאגט אז לוטניק איז שטארק אינוועסטירט אין לאנג טערמיניגע פעדעראלע באנדס וועלכע פארדינען ווען די מארקעט און די עקאנאמיע קראכט.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
ווען א ציבור ליידט צוזאמען איז גרינגער.

נישט נאר אין אמעריקע גייט די סטאק מארקעט מיטן פיטם אראפ, נאר כינע'ס מארקעט האט זיך נעכטן געעפנט מיט 10% אראפ.


טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
Back
Top