איזראַעל האט באשטעטיגט אז אירע קרעפטן װעלן אקופירן דרום לבנון און אז אױסגעריסענע און דיספלײסד משפחות װעלן נישט זײן ערלױבט זיך צוריקצוציען צו זײערע פארלאזטע הײזער. בצלאל סמורטיטש, די ארץ ישראלדיגער פינאנץ מיניסטער, װיל אז ארץ ישראל זאל אױסשפרײטן איר גרעניץ, ארײן אין דרום לבנון, ביז צו דעם ליטאַני טײך. מאַקראָן, דער פרעזידענט פון פראנקרײך, האט געזאגט בײ אַן איװענט - אַן עקסיבּישען בײ די 'אינסטיטוט פון די אראבישע װעלט' - אװוּ עס האט זיך באטײליגט דער לעבאַנעזער קולטור מיניסטער, אז "אקופאציע ברענגט נישט סעקיוריטי, נישט דא, נישט אין די װעסט בענק, אינערגעץ נישט."
איזראעל האט געשױרן צו ממשיך זײן פײטן, עֶז די אמעריקאנע ארבעטן אױס א דיעל מיט איראן, מיט פרישע סטרײקס באריכטעט הײנט צופרי, אינקלודינג סטרײקס אין לבנון מיט נאך א ברידזש העכער דער ליטאַני, אױפגעבלאזן. די ברידזשעס װערן גענוצט דורך חיזבאללא צו רוקן געװער און מונוציע פון צפון צו דרום.
די יועס האט אױך הײנט פארעפענטליכט פרישע װידעאו פֿוּטידזש פון פײטער דזשעטס זײענדיג ממשיך מיסיעס אין איראן. דער איראנער נײעס סטאנציע 'טאזנים' האט באריכטעט אז אמעריקאנע אטאקעס איבערנאכט, און צפון-מערב פון לאנד, האט געהארגעט לכה"פ זעקס מענטשן און פארװוּנדעט 9 אנדערע, צושטערענדיג עטליכע רעזידענשְל יוניטס.
איזראעל נוצט אצינד איר מער סאפיסטיקירטע און אַקוּראַטע "ערראו" אנטי מיסיל סיסטעם נאך דורכפעלער פון די אײראָן דאום אונטערצוסעפטְן מיסילס דורכאױס די װיקענד, װען 200 מענטשן זענען פארװוּנדעט געװארן אין צװײ באליסטיק מיסיל אטאקעס פון איראן, אײנס אין דימונה, אכט מײלס פון די לאנד'ס הױפט נוקלעארע פֿעסילעטי, און אײנס אין די דערנעבענדיגע שטאט ערד.
אױל פרײזן האבן זיך װידער געהױבן הײנט דינסטאג בשעת װאס די אינטערנעשאנעל ענערדזשי אגענטור װארנט אז די ענערדזשי קריזיס איז ערגער װי אין די זיבעציגער יארן.
די יועס סענטראל קאממענד האט געזאגט אז די מיליטער האט געסטרײַקט 9,000 צילן זינט די אנפאנג פון די מלחמה, האבן אונטערגענומען 9,000 קאמבּעט פלײטס און האבן געדעמעדזשד אדער מחריב געװען מער פון 140 מלחמה שיפן. לױט די אומאפיציעלע װעבסײט 'איראַן קאָסט טיקער' קאסט שױן די מלחמה אפ דערװײל ביז הײנט דינסטאג, $30 ביליאן טאלער.
א הױכראנגיקע איראנער אױסערן מיניסטעריום אפישעל האט געזאגט פאר די נײעס אגענטור CBS נעכטן נאכט אז זײ האבן "באקומען פארהאנדלונגס פּױנטס פון די יוּעס, דורך א מידיאײטער, װאס זײ טוען אצינד איבערקוקן". ס'איז נישט קלאר װער דער מידיאײטער איז. איראן זאגט אז זי װעט נישט אגריען צו קײן שום דיעל בעפאר סאנקציעס װערן אראפגענומען און על תנאי אז אמעריקע נעמט זיך אונטער זיך נישט צו מישן אין אירע אינערליכע אַפפערס.
שעבּאַז שאַריף, דער פאקיסטאנער פרײם מיניסטער האט געאָפפערט איראן צו זײן די מידיאײטאר צװישן זײ און די אמעריקאנער בכדי צו ברענגען עבּאַוּט א שלום דיעל.
איראן'ס סטאקפײל פון באליסטיק מיסילס איז לױט די אַלמאַ ריסערטש סענטער, אַן איזראַעלי טינק טאַנק, רעדוצירט געװארן פון 2,500 באליסטיק מיסילס בעפאר די קריג צו 1000 מיסילס יעצט. נאך װײזט זײערע ריסערטש אז בּײ די ענדע פון די 12 טאגיקע מלחמה לעצטע יאר איז איראן פארבליבן מיט בערך 1,500 מיסילס אבער אין די קומענדיגע אכט חדשים ביז די יעצטיגע מלחמה האט זי עספיעט צו פראדוצירן א פרישע 1000 מיסילס, אזאך װאס װײזט אז איראן איז ביכולת צו רעפּלענישְן איר סטאקפּײל שנעל.
איראנער מידיא האט באריכטעט אז די איראנער פאליצײ האבן אין די לעצטע חודש אלײנס ארעסטירט איבער 1000 מענטשן, אינקלודינג 466 מענטשן לױט א באריכט, הײנט דינסטאג, פאר'ן אונטערמינעװען נעשאנעל סעקיוריטי און פאר עבירות אינקלודינג פילמען סענסעטיװע לאקײשאָנס, שערן אנטי-גאװערנמענט קאנטענט אָנלײן אדער "קאאפערירן מיט די שונא".
לבנון האט פארארדנט איראן'ס נײע אמבאסאדער צו פארלאזן דאס לאנד בשעת זי פרובירט זיך אפצושאקלען פון איראנע געשטיצטע חיזבאללא. חיזבאללא האט אנגערופן דעם החלטה א "נעשאנעל עבירה".
די אײדיעף האט פארשפרײט װידעאוס װי זי אטאקירט א רײע גאז סטאנציעס אין לבנון װאס זי זאגט זענען באזיצט בײ חיזבאללא, דינענדיג זײ אלס אײנקנופט מיטל, און אױך װערן זײ גענוצט צו רי-פֿיוּלְן טראקס װעלכע פירן געװער און קעמפער. פראנקרײך'ס אױסערן מיניסטער האט גערופן אױף איזראעל זיך אפצוהאלטן פון ארײנשיקן גראוּנד טרופן אריבער דעם גרעניץ צו לבנון.
לבנון'ס העלטה מיניסטעריום האט געזאגט אז 1,072 מענטשן זענען געהארגעט געװארן, אינקלודינג 121 קינדער, און מער פון 40 העלטה קעיר ארבעטער, זינט די אנפאנג פון די ארץ ישראל'דיגע אטאקעס אױף זײער לאנד, און נאך 2,966 זענען פארװוּנדעט געװארן.
די יוּנײטעד ערעבּ עמירעטס האט הײנט אינטערסעפטעד פינף באליסטיק מיסלס און 17 דראונס פון איראן װעלכע זענען אראפגעשאסן געװארן. די יוּ אײ אי װעלכע אינקלודעט די שטעט דוּבּײ און אַבּוּ דאַבּי איז דאס לאנד די מערסטע טארגעטעטד בּײ איראן דורכאױס דעם קאמפײן, אױסשטײענדיג 357 מיסיל אטאקעס, 15 קרוּז מיסילס און 1,806 דראונס.
טױזנטע אױל קאנטראקטס - א העכערע װאליום װי געװענטליך - האבן געטױשט הענט אין די 15 מינוט בעפאר טראמפ האט אַנאוּנסד נעכטן דאס ער װעט אפשטעלן עירסטרײקס אױף איראן פאר פינף טעג. אין די צװײ מינוט צװישן 10.49 און 10.50 GMT מאנטיג, איז די אױל טרײדינג װאליום ארױפגעשפרונגען צו צװישן $650 מיליאן און $580 מיליאן, געװאנדן צו לױט די פײנענשְל טײמס אדער בלומבערג, און א קײמא לן פון ארום 15 מיליאן פעסלעך האבן אױסגעטױשט הענט. דאס איז אנטקעגן די 700,000 פעסער עװערידזש רעקארדירט א ענליכע צײט אין טאג, דורכאױס די פינף פריערדיגע טעג, אַקאָרדינג צו בלומבערג פײנענשל רעפארטער. די טרײדערס װעלכע האבן האבן געװעט אױף אױל פרײזן דראָפּינג האבן לײקלי פראפיטירט פון טראמפ'ס פלוצים'דיגע רעװערסאַל פון סטראשונקעס צו אטאקירן איראן'ס אױל אײנריכטונגען צו װערטער װעגן שטילשטאנד פארהאנדלונגען.
פרעזידענט מאַרקאָס דזשוניער פון די פיליפינס האט דערקלערט א נעשאָנעל עמערדזשענסי צוליב די ענערגיע קריזיס אין זײן לאנד אין רעספאנס צו די מיטל מזרח קאנפליקט.
דזשאן היעלי, דער דעפענס סעקרעטערי אין די יוּקײ, האט געזאגט פאר די קאבינעט אז יוקײ פײלעטס זענען געפלױגן א סך פון 900 שעה אין די מיטל מזרח זינט די אנהױב פון די קאנפליקט אין העלפן פארטײדיגן אירע פארטנערס אין די ראיאן. אין ערבּיל אין איראק קורדיסטאן האבן פילאטן פון די רױעל עירפארס אראפגעשאסן 14 װֿאָן-װֿײ אטאקע דראונס, די גרעסטע נומבער אראפצוגעשאסן װערן אין אײן נאכט. אױך האט היעלי געזאגט פאר מעמבערס פון פארליאמענט אז די מיסילס געשאסן פון איראן צו דיעגא גארסיע זענען געפאלן "פײן װײט פון טארגעט" און אז זײ זענען געװען פון 'עקספערימענטְל קאליבער און קײפּעבּילעטי'.
די יוּקײ גלױבט אז מינעס זענען געלײגט געװארן בײ די איראנע אין די סטרײט אף הארמוז אבער אז ס'איז פארבליבן א רײנע דורכגאנג װײל אינדיאנע, פאקיסטאנע און טשײניזע שיפן האבן מצליח געװען אדורכצוסײלְן די סטרײט. די יוקײ קוקט איבער פלענער, באארבעט אין שותפות מיט פראנקרײך, צו שיקן א רױעל נעװי שיף אדער א קאמערציעלע שיף װעלכע זאל עקטן אלס א "מאמעשיף", טראגענדיג אױף זיך אױטאנאמישע מאטראָזנלאזע סיסטעמס װעלכע זאלן פאנגען און צושטערן די מינעס.
רײטשעל ריװס, די טשאַנסלער פון גרײט בריטען, האט אקנאָלידזשד אז די מלחמה אין איראן האט גורם געװען אז אױל און גאז פרײזן זאלן פארבלײבן הױעך.
די סאודישע קרױן פרינץ מוחמד בין סאלמאן האט געטוהן פּוּשן דאנעלד טראמפ צו ממשיך זײן מיט די קריג אנטקעגן איראן, און איז א שטארקע פראפאנענט פאר רעזשים טױש אין איראן, לױט א ריפארט הגם סאודי באאמטע פארלײקענען עס און טענה'ן אז סאודיע האט געװאלט א שלום'דיגע שליכטונג צום געפעכט נאך אײדער די קריג האט זיך אנגעהױבן.
מארקא רוביא, די יועס סעקרעטערי אָף סטײט, װעט אַטטענדְן די G7 אױסערן מיניסטערס מיטינג אין פראנקרײך, װאַרסײל, דעם פרײטאג צו "איבערשמועסן געמײנזאמע סעקיוריטי זארגן און געלעגנהײטן פאר קאָאָפעראציע".
יונײטעד ערעב עמירעטס האט דעם חודש פארארדנט די שליסונג פון די איראנער שפיטאל אין דובײ. די שפיטאל, א װיכטיגע צענטער און געעפנט אין 1972, איז ביז הײנט געװען די מערסט אנזעהענדע סימן פון איראנע סאָפֿט פאוער אין דאס לאנד און האט ביז הײנט, טראץ אפטמאל אנגעצױגענע באציהונגען צװישן די איראן און די אנדערע גאלף מדינות, זײ אדורכגעװעטערט. מער נישט.
קאראָלײן לעװיט, די װֿײט האוז פרעסע סעקרעטערי האט זיך באצױגן צו שמועות אז װיטקאף און קרושנער קענען זיך טרעפן מיט די איראנע אין פאקיסטאן אזױ פרי װי דיע װאך, זאגענדיג אז מען זאל נישט שפעקולירן איבער מיטונגען ביז זײ װערן פאָרמאַל אױסגערופן.
א פיר טאגיקע איפּסאָס פּאול װײזט אז טראמפ'ס צופרידנהײט ראטע איז די נידעריגסטע זינט ער האט זיך אומגעקערט צו די װײט האוז אין רעספאנס צו שטײגנדע גאז פרײזן און ברײט פארשפרײטע אי-הסכמה צו די קריג װעלכער ער האט געלאונטשט אױף איראן. די פאול װײזט אז 36 פראצענט פון אמעריקאנער אַפּראָװען טראמפ'ס דזשאבּ פערפאָרמענס אראפ פון 40 לעצטע װאך און אראפ פון 47 אין די ערשטע טעג נאכ'ן איבערנעמען די פרעזידענסי. די שעֶר פון רעפובליקענס װעלכע דיס-אַפּראָװן זײן האנדלונג פון די קאָסט פון לעבן קריזיס איז ארױף פון 27 צו 34 פראצענט.
איראן האט אפגעװארפן טראמפ'ס שטילשטאנד פארשלאגן װעלכע האבן אנטהאלטן שטרענגע לימיטײשאָנס צו טעהראַן'ס נוקלעארע פראגרעם.
די פענטעגאן איז געװען ערװארטעט צו שיקן טױזנטע עליטע טרופן, פון די 82נד פאראטרופערס דעװיזיע, צו די מיטל-מזרח, מעגליך צו אינװאדירן איראן'ס אױל האָבּ אױף חאַרג אײלענד.
די אױל קאמפאני שעל'ס באס װארנט אז אײראפע ריזיקירט א פּעטראָל מאנגל אזױ פריה װי נעקסטע חודש.
איראן קלײמד צוהאבן צוריק געעפנט די סטרײט אף הארמוז צו אלע "נאָן האָסטײל" שיפן נאך װאס זײ האבן עפעקטיװלי געהאט פארקלאפט דעם װאסער װעג.