טעגליכע נייעס+

די זינגערין בּיאָנסע האט, לױט פֿאָרבּס, אפיציעל זיך אנגעשלאָסן אין א קלײנע גרופע פון מוזיקאנטן װאס זענען װערט מער פון $1 ביליאן.

א קאמבינאציע פון א רעקארד ברעכנדע 2025 קאנצערט טוּר, א הײ-פראופֿײל נעטפליקס נעשאנעל פֿוּטבאָל ליג האַלף טײם שאוֹ, װיכטיגע קאמערציעלע דיעלס און שטארקע קאַטאַלאָג אײנקנופטן ד.ה. פון איר עקזעסטירענדע יצירות און ארבעט, װי צבש פון סטרימינג, רױעלטיס און ראַדיאו פלײ און נאך, האבן איר אריבערגעשטופט דעם ביליאן דאלער טרעשהאָלד.

איר 2024 אלבום 'קאַוּּבּױ קאַרטער' האט איר געװינען איר ערשטע 'אלבום פון די יאר גראַמי' פון איר קאריערע. די מיטבאגלײטענדע 32 טעג טור האט דזשענערײטעד מער פון $400 מיליאן אין טיקעט סײלס און $50 מיליאן אין מערטשענדײס, און געצױגן ארום 1.6 מיליאן אנטײלנעמער.

איר 2023 אלבום 'רענײסאָנס' האט געגראָסד $600 מיליאן און אין 2025 אלײנס האט ביאנסע פארדינט $148 מיליאן בעפאר טעקסעס, מאכענדיג איר פאר די דריט-העכסטע באצאלטע מוזיקאנט.

זי איז ממשיך צו פירן איר אײגענע קאמפאני, פּארקװֿאָד ענטערטײנמענט, און זי און איר מאן דזשײ-זי, װעמענ'ס נעט װערט איז געשאצט צוזײן $2.5 ביליאן, קױפן אצינד א 58 אײקער שטח אין די קאָטסװֿאָלדס אין ענגלאנד פאר א נײע הײם.

1767173182438.webp
 
לעצט רעדאגירט:
די יוקײ רעקארדירטע מיוזיק מארקעט האט דערגרײט זײן 11טער יאר אין א ציה פון װוּקס, געטריבן בעיקר דורך א אױפשטײג פון סוקסעספולע יונגע בריטישע פרױען ארטיסטס.

לױט די בריטיש פֿאָנאגראַפֿיק אינדוסטריע האבן סײלס און סטרימינג זיך געהױבן מיט 4.9% אין 2025, דערגרײכענדיג א רעקארד פון אַן עקיװילענט 210.3 מיליאן אלבום יוניטס. ד.ה. נאכ'ן זיך מיט די מאדערנע מעטאדן פון קאָנסיומען מיוזיק װי סטרימינג און דאַונלאודס איז עס װי כאילו אזױפיהל גאנצע אלבוםס װאלטן פארקױפט געװארן אין די אמאליגע מארקעט.

בּרײקאַוּט שטערנס, ד.ה. אזעלכע װעלכע זענען פלוצים פאפולאר געװארן, זענען אזעלכע װי לאָלאַ יאָנג און אליװיע דיען װעלכע פירן די טשאַרדזש. יאָנג האט געהאט די צװײט-מערסטע סטריעמד ניגון פון די יאר און א נומער 1 היט מיט די ניגון 'מעסי'.

אנדערע שטײגענדע שטערנס, פרױען, זענען סקײ ניוּמען, קריסטאל, און סיענע ספּיראָ װעלכע זענען אױכעט ארײן אין די 'יוקײ העכסטע 10' דאס ערשטע מאל.

פרױען זינגערינס האבן אַקאַוּנטעד פאר 44% פון אלע טאָפּ 10 טרעקס פון יאר 2025, רעפֿלעקטירענדיג א װיכטיגע שׁיפֿט אין די אינדוסטריע.

אָדיאָו סטריעמינג בכלל איז געװאָקסן מיט 5.5% מיט סטריעמינג רעפרעזענטירענדיג אצינד 89.3% פון אלע יוקײ מיוזיק קאָנסאָמפּשען.

דאך קױפן מענטשן נאכאלס װײַנעל רעקארדס, מיט דער מארקעט װאקסענדיג צום 14צנסטן קאנסעקטיוּטיװ יאר, און מיט טײלאר סװיפט'ס 'די לײף פון די שאוגערל' ניגון פארקױפענדיג זיך אין 147,000 װײנעל קאפיס.

1767174611144.webp
 
דזשאָרדזש און זײן װײב אַמַאל קלוּני זענען געװארן פראנצױזישע בירגער הגם ער האט מודה געװען אז ער מיטשעט זיך אביסל מיט די שפראך.

דער אמעריקאנער עקטער און די בריטיש-לעבּאַניזער היומען רײטס לױער, װעלכע רעדט א פליסיגע פראנצױזיש, װעלן דזשױנען זײער אכט יאריג צװילינג אלעקסאנדער און עֶלאַ אין באקומען פראנצױזישע סיטיזיענשיפּ.

דאס מערסטע איז דער עקטער צופרידן פון די שטרענגע פראנצױזישע פּריװעסי געזעצן װאס באגרעניצן װאס די פּאַפּעראַצי מעגן טוהן ארום עקטארס און סעלעבריטיס.

דזשארדזש האט געזאגט צו די RTL ראדיאו אין ענגליש: "אײ לאװ די פרענטש קולטור, ענקער שפראך, כאטש איך בין נאכאלס שלעכט אינדעם אפילו נאך 400 טעג פון קאָרסעס. דא נעמען זײ [די פאפעראצי] נישט קײן בילדער פון קינדער. עס געפינען זיך נישט קײן פאפעראצי זיך באהאלטן בײ די סקול גײטס. דאס איז נומער אײנס פאר אונז."

די קלוניס האבן אפגעקױפט א געװעזענע װײן עסטײט מיט'ן נאמען דאָמען דוּ קאַנדאַל נעבן די װילעדזש פון בּריניגאָלע אין דרום פראנקרײך. די 18טע יארהונדערט עסטײט פארמאגט 425 אײקערס פון לאנד, א 25 אײקער װײנגארטן, א 75 פיס סװימינג פּוּל, אַן אָליװ גראָװ, א לײק און טעניס קאורטס. עס איז א קורצע דרײװ פון ברעד פּיט און אַנדזשעלינע דזשאָלי'ס װײנערי, שאַטאו מיראַװאַל, װעלכער איז אצינד דער סאבדזשעקט פון א קאורט דיספּיוט נאכװאס דזשאלי האט געפֿײלט פאר דיװאָרס אין 2016.

דזשארדזש קלוני האט געװינען צװײ אָסקערס פאר "בעסט אונטערשטיצנדע עקטאר" אין סיריאַנאַ און אלס פראדוצירער פון אַרגאָ.

1767178763608.webp
 
לעצט רעדאגירט:
מענטשן װאטשן א מענטש שפרונגען פון א דײװינג בּאורד בײ א סװימינג פּול בײם סי פּױנט פּאַװילאָן, קײפּ טאַוּן סאוּט אפריקע.

1767179976581.webp
 
קהאַלעדאַ זיאַ (1945-2025), די ערשטע פרױ צוװערן פרײם מיניסטער אין בענגלאַדעש איז געשטארבן אין עלטער פון 80 יאר.

זי האט זיך אנגעשלאסן אין פאליטיקס נאכװאס איר מאן זיאור ראַהמאַן - װעלכער האט צוערשט בראודקאַסטעד בענגלאדעש'ס אינדעפענדענץ פון װעסט פאקיסטאַני רוּל אין 1971 - איז אסעסינײטעד געװארן און אירע מקורבים האבן איר משכנע געװען צו פירן די BNP, די בענגלאַדעש נעשאָנעליסט פארטײ.

זי האט געשפיהלט א װיכטיגע ראלע אין דאס איבערװארפונג פון גענעראל ערשאַד'ס דיקטײטערשיפ אין 1990 און אין 1991 האט זי געװינען א לענדמארק עלעקשאן װערענדיג ארײנגעװעלט אלס פרײממיניסטער פון בענגלאדעש.

איר ערשטע טערמין האט געזעהן שטארקע עקענאמישע װוּקס, װיכטיגע אינװעסטמענט אין פארמינערן ארימקײט, אינטערעסנפאַרטרעטונג פאר פרױען רעכטן אין א שטארק קאנסערװאטיװער געזעלשאפט, און פרײע, אבליגאטאָרישע פּרײמערי עדיוקײשאָן.

אירע שפעטערע יארן האבן געזען א רײע פאליטישע מלחמות מיט איר הױפט רײװעל, אױך א פרױ, שײך האַסינאַ, און טאכטער פון בענגלאדעש'עס גרינדענדע לידער מוּדזשיבּוּר ראהמאן. די מלחמות זענען געװען פערסאנעל, אידעאלאגיש און דינאַסטיש, װערענדיג באקאנט מיט'ן צונאמען - "די שלאַכטן פון די בּעגוּמס", בעגום זײענדיג אַן האָנאָריפיק טײטל פאר א מוסלעמענישע פרױ, גענוצט אין דרום אזיע.

זײערע אָלטערנײטינג גאװערנמענטס זענען געפלאגט געװען בײ געגנזײטיגע חשד, גאסן-געװאלדטאטן, באשולדיגונגען פון קארופציע און אױטאריטעריעניזם.

1767185559251.webp
 
די קעניגן קאַמילע האט פובליקלי גערעדט צום ערשטן מאל װעגן די סעקשועל איבערפאל װאס זי האט עקספיריענסד אױף א טרײן זײענדיג א טינאײדזשער.

װען זי איז אראפ פון די טרײן האט איר מאמע איר געפרעגט, פארװאס זענען דײנע האר אױפגעשטעלט און פארװאס פעלט דיר א קנעפל פון דײן מאנטל? קאמילע האט געזאגט אז זי געדענקט שפירן גאר אױפגערעגט!

פריערדיגע באריכטן האבן אנגעגעבן אז זי האט אױפגעהױבן דעם אלארם אין פּאַדינגטאָן סטײשְן און דער מאן איז ארעסטירט געװארן.

קעניגן קאמילע האט מיטגעטײלט איר געשיכטע בשעת'ן רעקראדירן א בּי בּי סי רעדיאו 4 פראגראם מיט דזשאן האָנט (בילד - אױבן צענטער), די BBC רײסינג קאמענטירער װעמענ'ס פרױ און צװײ טעכטער (אונטן צענטער) זענען ערמארדעט געװארן אין 2024 דורך קײַל קליפֿאָרד װעלכער איז שפעטער פאראורטײלט געװארן צו לעבנסלענגליכע טורמע מיט קײן מעגליכקײט באפרײט צוװערן. די קעניגן האט אױסגעלױבט זײער שטארקײט און געזאגט אז זײערע פארלױרענע משפחה מיטגלידער װאלטן געװען שטאלץ מיט זײ.


1767262273228.webp

1767264402718.webp
 
לעצט רעדאגירט:
פײערװאָרקס דיספלײ אין בענגקאָק, טײַלאַנד לכבוד די נײע יאר

1767263666335.webp
 
עד האָדסאָן, פארלאזירט אײדזש 23 נאך א קאר קרעש דרײװענדיג א ביציקל, איז מצליח צו װאָקְן 'דאַוּן די אײַל' בײ זײן חתונה מיט די הילף פון א עקסאָסקעלעטאָן, א מאשין װעלכע קען אפערירט װערן דורך א פֿיזיאוטעראפיסט (אונטן לינקס) װאָקענדיג אונטער אים.

עד איז הײנט א פערסאנעל אינדזשוּרי לױער און לעבט מיט זײן פרױ איזי און טאכטער טאַבּיטהאַ.

1767263766006.webp
 
די טײמס האט דורכגעפירט א שפיל עקספערימענט פארגלײכענדיג דרײ מײדזשאָר AI פלאטפארמעס, טשעט דזשיפיטי, גוגל'ס דזשעמינײ און מאָסק'ס גראָק, מיט שאלות װעגן פאליטיקס, פיליזאפיע, ספארטס און קאָנסומער דיװײסעס.

פאר װער ס'איז די בעסטע אײאײַ טוּל האט דזשעמינײ אױסגעװעהלט טשעט דזשיפיטי.

פאר װעלכע פאליטישע פארטײ זײ װאלטן געװאוט האט דזשעמינײ זיך אנטזאגט צו ענטפערן אפי' אױב ערטה עקספלאדירט און אפי' אױב 9 ביליאן לעבנס זענען אױפ'ן װאגשאהל.

װער ס'איז זײער פײװאָריט פיליזאָף האט גראָק געװעלט ניטשע צוליב זײן קריטיקיו װעגן "סטאדע מאָראַליטי".

װעלכע פוטבאָל טיעם זײ זענען געטרײ צו האט גראָק געװעלט מאנטשעסטער יוּנײטעד װײל מאָסק האט זײ ליב געהאט אלס קינד.

װעלכע צײטונג ס'איז מער געטרױבּאַר, דער טעלעגראף אדער די טײמס (יוקײ) האבן אלע געזאגט די טײמס.

1767265654419.webp
 
אַנדי הילל, קאָ-דירעקטאר פון װױסבאקס סי אײַ סי ארבעט צוזאמען מיט סקולס אהערצושטעלן װאָרקשאָפּס פאר תלמידים און תלמידות צו פארשטײן מאַסקוּלינעטי, צו טשאַלענדזשען שעדליכע סטעריאוטײפס און צו װידערשטײן אָנלײן מיסאָדזשעניסטישע אינפלוענסעס און אינפלוענסער װי אַנדרוּ טײט אדער בּאָני בּלוּ.

עס קומט אינמיטן פונװאס מיניסטארן און פאליצײ שעפס אין די יוקײ רופן אָן א נאציאנאלע עמערדזשענסי אין די לעװל פון געװאלדטאטן אנטקעגן פרױען און מײדלעך. דאטא װײזט אז

  • 31% פון קינדער אין רילײשאָנשפיס האבן בײגעװױט פיזישע אדער סעקשועלע װײַעלענץ.
  • 33% פון טינײדזשערס האבן געזען אָנלײן אינהאלט װעלכע ערמוטיגט אזעלכע װײעלענץ.
  • און 3.2 מיליאן ערװאקסענע פרױען האבן עקספיריענסד דאָמעסטיק (אינדערהײם) אביוז אדער סעקשועל װײעלענץ לעצטע יאר.

די גאװערנעמענט האט געלאונטשט א נײע סטראטעגיע, אינקלודינג:

  • 20 מיליאן£ צו טרײנען טיטשערס צו טאַקלען מיסאָדזשעני
  • אנטי-מיסאדזשעני קורסעס פאר הױכע-ריזיקע תלמידים אזױ יונג װי 11 יאר
  • א ספעציאליזירטע טים צו ציהלן דידזשיטאַלע עברײנים.
1767266653704.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
58 קראָס-פארטײ, פרױען מעמבערס פון די יאפאנעזע דײעטאָ (פארליאמענט), אינקלודינג די פרײם מיניסטער סאַנאַע טאַקאַאִיטשי, די ערשטע פרױ צוהאלטן הײ-אפיס, האבן אונטערגעשריבן א פעטיציע צו פארלאנגען מער טױלעטס אין די פארליאמענט בילדינג, ספעסיפיקלי נעבן די מײן פלענאַרי טשײמבער אװוּ עס איז כעת דא נאר אײן פרױען רעסטרוּם מיט צװײ קיוּבּיקעלס דערין. זײ באקלאגן זיך אז דאס דארפן שטײן אין די לײן אזױפיהל טוט ליטעראַלי פארשטאטערן פארליאמענט ארבעט.

דער אױסשטעל רעפלעקטירט א פארליאמענט װעמענ'ס לעצטע דעזײן איז פון יאר 1936 - װען פרױען האבן נאכנישט געמעגט װאוטן.

די לאָוער הױז פארמאגט אצינד א רעקארד הױכע צאל פרױען קאמפּערעטיװלי, גרײכענדיג צו 73. נאכאלס װערט יאפאן פאררעכנט אלס אײנע פון די װעלט'ס מערסטע מענער-דאמינירטע דעמאקראַטיעס. פרױען האלטן נאר 15% זיצן אין די לאוער הױז און 30% אין די אָפּער הױז.

אױך איז יאפאן נומער 118 פון 148 אין די "װעלט עקענאמישע פארום 2025 גלאבּעל דזשענדער געפּ אינדעקס".



1767269177035.webp
 
די יונײטעד סטײטס האט רעקארדירט 2,065 קײסעס פון מיזְלס אין די יאר פון 2025, א 625% העכערונג פון די 285 קײסעס אין 2024, מיט טעקסעס די העכסטע - פון 803 קײסעס.

נאך סטײטס מיט 100+ קײסעס רעכענען ארײן אריזאָנע, סאַוּט קאַראָלײנע, יוּטאַ און ניוּ מעקסיקא.

די אױפשטײג האט זיך אנגעהױבן נאך א ירידה אין קינדער װאקסינײשאָן ראטעס. די MMR װאקסינײשאן ראטע פאר נערסערי אײדזשד קינדער אין 2023-2024 איז געפאלן צו 93% װאס איז אונטער די שװעל פון די געברױכטע 95% צו װירקן מחמת "סטאדע אימיוּניטי".

העלטה סעקרעטערי ראבערט עף קענעדי דזשוּניער איז אױסגעשטאנען קריטיק צוליב זײן קודם אראָפשפילן די מיזלס אױסברוך אלס "נישט אומגעװענטליך" בעפאר'ן שפעטער אקגנאָלידזשן די ערנסטקײט דערפון. ער האט אין די פארגאנגענהײט איבערגעזאגט מיסלידינג קלײמס װעגן דער MMR װאקסין אינקלודינג אז ס'אנטהאלט "שירײם פון אַבּאָרשענס" אדער אינטאַקט פֿיטעל צעלן.



1767272299321.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
40 זענען געהארגעט געװארן און לכה"פ 115 פארװוּנדעטע אין א צעשטערערישע פײער אין א פאפולערע בּאַר מיט'ן נאמען לע קאָנסטעלײשאָן אין די שװײץ סקי-רעזאָרט פון קראַס-מאָנטאַנאַ בשעת די נײע יאר סעלעבּרײשאָנס. די פײער האט אױסגעבראכן 1.30AM און אײנגעהילט די בײסמענט װעניוּ אין סעקונדעס.

די סיבה צו די פײער איז נאך אונטער אינװעסטיגײשאנס. באאמטע האבן אױסגעשלאסן טעראריזם. עדות זאגן אז א ספּארקלער אדער פײערװארקס אראפגעשטעלט אױף א טיש האט מעגליך אונטערגעצינדן דעם דאך.

די מערסט ערנסטע פארװוּנדעטע זענען ערליפֿטעד געװארן מיט א העליקאפטער צו שפיטעלער איבער שװײץ, דײטשלאנד און פראנקרײך. פילע זענען אזױ שטארק געשעדיגט אז ס'װעט געדױערן צײט ביז מען קען זײ אידענטיפיצירן דורך די ען אײ אדער צײן רעקארדס.

עדות האבן געשילדערט די פאניק אין די בײסמענט בשעת פלאמען האבן זיך בליץ שנעל פארשפרײט. מענטשן האבן זיך ארױף געיאגט א גאר שמאלע סטערקײס (טרעפן) צו די אײנצלנע עקזיט און אנדערע האבן צעשמעטערט פענצטער כדי ארױסצולױפן. די באר האט נישט פארמאגט אַן עמערדזשענסי עקזיט און די בײסמענט, באנוצט אלס א נײטקלאָבּ, איז אפיציעל קלאסיפיצירט געװען אלס א 'לאָונדזש', עפעס װאס האט עס געמאכט פײסען װײניגער-שטרענגע פײער פארזיכערונגס געזעצן.

די באר איז געאונד געװען בײ א קאָפּל פון קאָרסיקאַ; אײנער פון זײ, דזשעסיקאַ מאָרעטי איז געװארן געשעדיגט פון די פײער.


1767345241342.webp
 
לעצט רעדאגירט:
א נײע משוגעת מיט'ן נאמען קרײַאוטעראפי איז עפעס װאס דזשענערײשאָן Z (דיע געבױרן צװישן די 1997 און 2012) קלױבן אױס צו טוהן אױף די װיקענד װי אײדער גײן אין פאָבּ אדער אין קלאָב טרונקען און דערנאך האבן א הענגאָװער.

קרײאוטעראפי איז דאס זיך ארײנשטעלן כמעט נאקעט אין א פארמאכטן טשײמבער אין װעלכע די טעמפעראַטור איז 110- סעלציוס פאר דרײ מינוט.

מענטשן שװערן זיך אז ס'העלפט זײ פיהלן ענערדזשעטיק און געזונט. געװיסע אינפלוענסערס, פערפֿאָרמערס און סעלעבריטיס, װי מעדאָנע, 50 סענט און לוּאיס קאַפּאַלדי און נאך, עקאָען אױכעט דער אַפּיעל.

די שטודיעס דערױף זענען געמישט אבער די סײענס אָװעראָל איז נישט דעפיניטיװ.

געװיסע שטודיעס דײטן אָן בענעפיטס פאר קאָנדישענס װי מאָלטיפּעל סקאָלעראָסיס, אָסטיאואַטרײטעס, כּראָניק רוקן װײטאג און פֿײבּראומײַאלגיע. ספארטס ריסערטש װײזן איז ס'קען פארװינציגן אינפלאַמײשאָן און אױסגעריבנקײט נִגרם דורך'ן עקסערסײזְן צופיהל.

קרײאוטעראפי טריגערד װאַסקאָוקאָנסטריקשען (דאס פארשמעלערונג פון די בלוט אדערן) נאכגעפאלגט פון װאַסאָדײַלײשאָן (די פארברײטערונג פון די אדערן), עֶז די קערפער װארימט זיך צוריק אָן - א פראצעס װאס געװיסע גלױבן העלפט ערהױלונג און בּוסט ענערגיע.





1767347950299.webp
 
לעצט רעדאגירט:
סיליאַ פֿלאָרעז, ניקאָלאַס מאַדוּראָ'ס װײב, איז אױפגעװאקסן אין א בלאטעדיגן כאטקע, אין עקסטרים ארימקײט, צוװערן אײנע פון די מערסט פאוערפוּל פיגורן אין װענעזוּעלאַ.

זי איז געשטיגן אין ראנק און געװארן אײנע פון יוּגאָ שאװעז'ס אינער סערקְל נאכװאס זי, אַן אמביציעזע לױער, האט אים געאָפפערט צו פארטײדיגן װען ער איז געזעצן אין תפיסה נאך זײן דורכגעפאלענע פוטש אין 1992. דאס האט איר נאנט געברענגט מיט מאדורא װאס האט אױך געהערט צו צו שאװעז'ס סערקל.

זי איז באקאנט געװען פאר איר פראקטאצירונג פון נעפּאָטיזְם װען זי האט פלאצירט 40 פון אירע קרובים אױף גאװערנמענט שטעלעס און פאר די עקסטראַװעגאַנט לײפֿסטײל פון צװײ פון אירע נעפיוס גערופן מיט'ן צונאמען די "נאַרקאָ-נעפיוס" - װעם זי האט אױפגעהאָדעװעט - נאכװאס זײ זענען ארעסטירט געװארן אין האיטי אין 2015 פאר'ן פרובירן צו שמוגלען 800 קילאגראם פון קאָקײן ארײן צו די יוּעס מיט א פריװאטע פליגער.

אירע נעפיוס זענען געװען נאָטאָריעס פאר'ן ספידן זײערע פֿאַראַריס איבער די גאסן פון קאַראַקאַס און האבן אפטמאל גענוצט די שטאט'ס מיליטערישע לופטפעלד פאר א רײסטרעק.

אין 2018, װען װענעזועלא האט געליטן פון די שװערסטע עקענאמישע רעסעסיע און צװײ דריטל פון די פאפולאציע האבן רעקארדירט צוהאבן פארלױרן װאג צוליב הונגער, איז זי מיט איר מאן מאדורא פילמירט געװארן עסן אין א טײערע רעסטאראנט אין איסטאנבול מיט'ן נאמען נוסרעט גאָקי, אונטער די אױפזיכט פון דער בארימטער סעלעבריטי קעכער 'סאָלט בּי', אװוּ א סטײק דארטן קאסט £850.

ליקװידירטע נכסים פון מאדורא אינקלודן צװײ מולטי מיליאן דאלארדיגע דזשעטס, א פאלאץ אין די דאמיניקען רעפובליק, עטליכע מולטי מיליאן דאלארדיגע הײזער אין פלארידע, א פערד פארם, קארס - 9 װיעקְלס - מיליאנען דאלארס אין דזשולערי און קעש. דאס איז חוץ פון זײנע מיליאנען אױב נישט ביליאנען אין באנק אקאונטס אין שװײץ װאס די שװײצע האבן אצינד פארפרױרן אין די איװענט א קומענדיגע גאװערנמענט אין װענעזועלע װעט קומען גובה זײן די געלט.


1767778794076.webp
 
בּעלאַ װאלערשטײנער, א פובליק אַפֿפֿערס עקזעקיוּטיװ און אײניקל פון שואה איבערלעבער רופט פאר רוּבּאָסט סײפֿגאַרדס ארום דער באנוץ פון אילאָן מאָסק'ס גראָק אײאײַ טוּל צו ארומשפילן מיט בילדער, נאכװאס אָנלײן טראָללס האבן גענוצט גראָק איר אױסצוטון נאקעט און איר איבערלאזן נאר מיט א בּיקיני, שטעלענדיג איר אין פארנט פון אױשװיץ.

בעלא, װעלכע לױפט אױף א 100 קילאמעטער געלױף כדי צו ברענגען אױפמערקזאמקײט צו א 'געליטענע פון סעקשועל אביוז טשאַריטי' האט געזאגט אז די עקספריענס האט איר איבערגעלאזט אנבלױזט, מאכטלאז און אומ-סײף.

אנאנדערע פרױ, דזשעסאַלײן קײן, האט באריכטעט אז גראק האט איר סעקשוּלײַזד און אראפגענומען די קלײדער פון בילדער פון איר פון אײדזש 17, 14 און אפילו 3, אָן קײן שום װידערשטאנד פון דער סיסטעם. זי האט געפֿײסט הערעסמענט נאכװאס זי האט געװארנט פובליקלי װעגן די סכנה צו קינדער און אינגע פרױען בײ אזױנע פיטשערס װי גראָק'ס.


1767783668594.webp
 
לעצט רעדאגירט:
א קערער פון 67 יאר אלט, פון נאָריטש, װאס האט געצװינגען א פרױ צוהאבן סעקס מיט אזױפיהל װי 1000 מענער איז געדזשײלד געװארן פאר לכה"פ 16 יאר.
1768145988165.webp
 
א סיניער דזשאָדזש האט געפסקנט אז א טרענסדזשענדער מאן מעג נישט רעגעסטרירט װערן אלס טאטע פאר דאס קינד געבױרן צו זײן פֿימײל פארטנער װײל ער איז אי נישט דער דזשאַסטײשאָנעל, אי נישט דער ביאלאגישער פאטער.
1768146193558.webp
 
בּעלאַ װאלערשטײנער, א פובליק אַפֿפֿערס עקזעקיוּטיװ און אײניקל פון שואה איבערלעבער רופט פאר רוּבּאָסט סײפֿגאַרדס ארום דער באנוץ פון אילאָן מאָסק'ס גראָק אײאײַ טוּל צו ארומשפילן מיט בילדער, נאכװאס אָנלײן טראָללס האבן גענוצט גראָק איר אױסצוטון נאקעט און איר איבערלאזן נאר מיט א בּיקיני, שטעלענדיג איר אין פארנט פון אױשװיץ.

בעלא, װעלכע לױפט אױף א 100 קילאמעטער געלױף כדי צו ברענגען אױפמערקזאמקײט צו א 'געליטענע פון סעקשועל אביוז טשאַריטי' האט געזאגט אז די עקספריענס האט איר איבערגעלאזט אנבלױזט, מאכטלאז און אומ-סײף.

אנאנדערע פרױ, דזשעסאַלײן קײן, האט באריכטעט אז גראק האט איר סעקשוּלײַזד און אראפגענומען די קלײדער פון בילדער פון איר פון אײדזש 17, 14 און אפילו 3, אָן קײן שום װידערשטאנד פון דער סיסטעם. זי האט געפֿײסט הערעסמענט נאכװאס זי האט געװארנט פובליקלי װעגן די סכנה צו קינדער און אינגע פרױען בײ אזױנע פיטשערס װי גראָק'ס.


View attachment 11742
It’s insane how many bikini requests there are on twitter daily for @grok



It makes it feel silly that for every image on twitter someone posts “put her in a bikini”
 
א נעץ פון צװישן 900 און 1,400 טענקערס (לאסט שיפן) דאָבּד די 'שעדאו פלאטע', טוען ארומסערקלען די װעלט, ארומפירענדיג באהאלטענערהײט, דורך כל מיני דרײדעלעך און דעסעפשאָנס, רוסלאנד'ס, איראן'ס און װענעזועלע'ס סענקשאָנד אױל.

די שיפן, אפט אלט, שװאך אינשוּרד און אפערירענדיג אונטער אונדורכזיכטיגע אָונערשיפ סטרוקטורן, זענען סײ א ענװײראמענטאלע געפאר און א פינאנציעלע לײף לײן פאר סאַנקציאנירטע רעזשימען. צװײ אזעלכע שיפן װעלכע האבן זיך איבערגעבראכן און דערטראנקען געװארן לעצטע דעצעמבער אין דער שװארצער ים האבן געשאפן א געשאצטע 14 ביליאן$ אין עקעלאגישע שאדנס. עס זענען געשעהן עטליעסט 9 אױל סליקס אין פארבינדונג צו שעדאו פלאטע װעסעלס (שיפן) זינט 2021.

די לעצטיגע פארכאפונגען פון עטליכע פון די טאנקירער (פינף אין צאל) -- צװישן זײ די מארינערא און די אָלינאַ, אדורכגעפירט דורך די יועס און אין די קײס פון די מארינעראַ, סופארטעד דורך גרױס בריטאניע -- טוט ענדליך לעכערן דעם פירהאנג איבער די לעגאלע אומזיכערקײט װאס האט געהערשט ביז הײנט װי אזױ זיך אומצוגײן מיט זײ, א פאקט װאס האט אפגעהאלטן פילע אײראפעאישע לענדער פון פעסטהאלטן (דיטײנען) אזױנע שיפן קראָסענדיג זײערע װאסערן.

1768149570052.webp
 
Back
Top