א טשאַריטי װאס פירט אדורך אבּאָרשענס פאר די נעשאָנעל העלטה סערװיס אין די יוקײ קלײמט אז עס איז נישט אומלעגאל צו אַבּאָרטְן א בײבי װײל עס איז א מײדל.
נומערן װײזן אז פרױען פון אינדיען בעקגראונד האבן אינצװישן 2017 און 2021 אבּאָרטעד אזױפיהל װי 400 מײדל בײביס.
קאמפײנערס פאר די רעכטן פון פרױען פון אינדיען אָרידזשען װעלכע קעמפן קעגן געצװינגענע מערידזשעס און אביוז אין די אינדישע קאמיוניטיס, אוּרדזשְן העלטה פראפעשאנעלס אז זײ זאלן אױפהערן אױסדרײען א בלינדע אױג צו די סארט זאכן אױס מורא פון בארירן "קולטלערע סענסיװיטעטן" אדער פון װערן באשולדיגט אין ראסיזם.
די דעפארטמענט פאר העלטה און סאושעל קער'ס לעצטע פיגורן װײזן אז פרױען פון אינדיאנע בעקגראונד האבן א סעקס רײשיאו פאר די ערשטע צװײ געבורטן, ענליך צו די איבעריגע אין לאנד - די נעשאָנעל עװערעדזש - 105 אינגלעך כנגד 100 מײדלעך, אבער בײ די דריטע קינד װערט די רײשיאו אנדערש מיט 113 אינגלעך כנגד 100 מײדלעך.
דײם דזשאַזװינדער סאַנגהעראַ, אײנע פון די אױבן דערמאנטע קאמפײנערס האט געזאגט אז די נומערן פון סעקס-סעלעקטירטע אבארשענס צװישן פרױען פון אינדיאנע אפשטאם הײבן זיך פאר זיכער, צולײגענדיג אז די פּראַקטיס פון א נדוניה מײנט אז מײדל בײביס װערן תיכף א פינאנציעלע עול...
די דעפארטמענט פאר העלטה האט געזאגט אין א סטײטמענט אױסדריקלעך אז ס'איז אומלעגאל צו אבּאָרטְן א קינד נאר צוליב דעם קינד'ס דזשענדער און אזױ איז אױכעט געשריבן אין איר גײדענס צו דאקטױרים אין 2014.
פיגורס װײזן אז די טשאריטי, מיט די נאמען "די בריטיש פּרעגנענסי אַדװײזערי סערװיס" פירט אדורך ארום האלב פון די יוקײ'ס אבארשענס. די טשאריטי האט אין די פינאנציעלע יאר פון 2024-25 באריכטעט אַן אינקאָם פון 64 מיליאן, 63 פון װעלכע איז געקומען בלױז פון איר ארבעט מיט די NHS (יוקײ נעשאנעל העלטה סערװיס). אין די זעלבע פעריאד האט די טשאריטי דעליװערט ארום 65,000 טאבלעטן און דורכגעפירט ארום 110,000 אבארשענס. די בפא"ס טשעריטי פארמאגט 52 קליניקס ארום די יוקײ און 99.4% פון די טריטמענט װאס זי שטעלט צו איז פאָנדעד בײ די נה"ס.