- זיך איינגעשריבן
- יולי 31, 2025
- מעסעדזשעס
- 75
- רעאקציע ראטע
- 173
- פונקטן
- 28
עס קאכט זיך א קאשע אין דעם ווייטן מזרח, ווען כינע האט אנגעהויבן די ריזיגע "דזשאסטיס מישן 2025" מיליטערישע איבונגען ארום טייוואן, אלס א קלארע סטראשע נאכדעם וואס טראמפ האט באשטעטיגט א פרישע ריזיגע וואפן-דיעל פאר די אינזל אין די ווערט פון 11 ביליאן דאלאר. די כינעזער רעזשים, וואס איז ארויס פון די גלייכגעוויכט, האט שוין ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף צענדליגער אמעריקאנער פארטיידיגונג פירמעס און שיקט איצט מיסילס און קריגס-שיפן צו פראקטיצירן א פולשטענדיגע בלאקאדע אויף די טייוואנע פארטן, מיט'ן ציל צו ווייזן פאר וואשינגטאן אז זיי זענען גרייט צו גיין ביז'ן סוף. פון די אנדערע זייט האלט טראמפ זיין ליניע און מאכט זיך נישט וויסנדיג, זאגנדיג ביי זיין לעצטע פרעסע קאנפערענץ אין מאר-א-לאגא אז ער האט א "גוטע רילעישאנשיפ" מיט שי דזשינפינג און ער גלויבט נישט אז ער וועט טאקע אינוואדירן. דערווייל האלט זיך די וועלט געשפאנט צו זען צי דאס איז בלויז נאך א רונדע פון שרייען און סטראשען אדער אויב די רעטאריק גייט זיך פארוואנדלען אין אן אמת'ע קאמף וואס קען אריינשלעפן אמעריקע אריין אין א דירעקטע קאנפראנטאציע.