טעגליכע נייעס+

150 יעריגער בױ פראיעקט, די בּאַסיליקע דע לאַ סאגראַדהאַ פֿאמיליאַ אין בארצעלאָנאַ, דעזײנד בײ גאוּדי, דערגרײכט מײלסטאון, װערענדיג די העכסטע טשױרטש אין די װעלט, איבערנעמענדיג די אָוּלם מינסטער קירכע אין דײטשלאנד.

די 24 טאָן װעגנדע שטיקל װאס איז יעצט צוגעלײגט געװארן װעט דינען אלס די באזע פאר די קרײץ װאס װעט ארױף געלײגט װערן אױף די שפיץ פון די 'טורעם פון דזשיזעס קרײסט' (אונטן לינקס).
1764861954274.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אײרלאנד, שפאניע, האָלאַנד און סלאָװיניע האבן אױסגערופן אז זײ װעלן בױקאָטְן די יערליכע אינטערנאציאנאלע יוּראָװיזשען קאמפעטישְן, פון 2026 װאס װעט פארקומען אין װיען עסטרײך, װײל ארץ ישראל איז געגיבן געװארן די גרינע ליכט, בּײ די יוּרעפּיען בּראָדקאַסטינג יוּניאָן, צו שיקן א רעפרעזענטאטקע און זינגערין צו די קאָנטעסט. זײ זאגן זײ טוען דאס צוליב די גרױסע פארלוסט פון לעבנס אין עזה, צוליב אינטערפירענץ אין די װאָטינג סיסטעם אין ארץ ישראל און צוליב װײעלײשאָנס פון פרידאם אָף די פרעסע.

בעלגיע, פֿינלאַנד, שװעדן און אײסלאנד האבן געזאגט אז זײ זענען דערװײל אומבאשלאסן.

פאַריאָר איז ארץ ישראל געצװינגען געװארן צו טױשן די ליריקס פון 'אקטובר רעגן' צוליב די רעפרענצעס צו די חאמאס אטאקעס.

ארץ ישראל'ס פּערפֿאָרמער דעם קומענדיגן יאר װעט זײן יוּבַל ראַפֿאַעל (אױבן רעכטס). פאראיאר'ס געזאַנדעטער איז געװען עֶדֶן גוֹלַן (אונטן).

1764926382868.webp



1764926516328.webp

יוּבַל ראַפֿאַעל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
13 פֿעשאָן הײזער אינקלודינג 'איװ סאַן לאָראָן', פּראַדאַ טאָד'ס, און גוּטשי אימפליקײטעד אין טשײניז-אָנגעפירטע סװעטשאָפס, און ארבעטער עקספלױטײשאָן, נאך אבלאװע פון פאליצײ אין געגנט נעבן פֿלאָרענץ, איטאליע. עטליכע פון זײ זענען געלײגט געװארן אונטער צײטװײליגע דזשודישעל אדמיניסטרײשאָן.

ארבעטער זענען געפונען געװארן ארבעטן אין אָנסײף אומשטענדן, דארפענדיג ארבעטן אזױפיהל װי 90 שעה א װאך פאר אזױ װײניג פון 3.5 יוראָ א שעה. ארבעטער זענען געצװינגען געװארן צו שלאפן דארטן װוּ זײ ארבעטן און האבן געארבעט מיט סײפֿטי מעכאניזמס אראפגענומען פון זײערע ארבעטס מאשינען.

די בײטלען פראדוצירט אין די פארבריקן פאר די קאָסט פון א קנאפע €50 װערט דערנאך פארקױפט פאר €1,000 א שטיקל. די סװעטשאפס דינען די ציהל כדי קענען לײגן אױף די בגדים לײבְּלס "מײד אין איטאליע".

די סװעטשאפס אין פּראַטאָ, אין און ארום די אומגעגנט פון פלארענץ, האבן אפטמאל לינקס מיט טשײניזע מאפיא גרופעס װאס טראָקן ארום די בגדים צו פארקױפן ארום אײראפע.

1764940753610.webp
 
פרענק געהרי, מלפנים גאלדבערג, װעלט בארימטער ארכיטעקט, א איד, שטארבט זײענדיג 96 יאר אלט פון א קורצע רעספירעטאָרי קראנקהײט.

ער האט אמאל געזאגט "עס זענען דא מענטשן װאס דעזײנען בילדינגס װאס זענען נישט גוט נישט טעכניש און נישט פינאנציעליש און נאכדעם זענען דא די מענטשן װאס זײערע דיזײנס זענען יא גוט. צװײ קאטעגאריעס, סימפל!".

1765059477272.webp


אט זענען עטליכע פון זײנע בנײנים און דיזײַנס:

Walt_Disney_Concert_Hall,_LA,_CA,_jjron_22.03.2012.webp

װאָלט דיזני קאָנצערט האָל - לאס אנדזשעלעס

Fondation Louis Vuitton (Paris, France).webp

פאָנדײשאָן לוּאי װיטאָן - פאריז

Dancing House (Prague, Czech Republic).webp

2Dancing House (Prague, Czech Republic).webp

דאַנסינג האוּז -פראג

8 Spruce Street _ Ar.webp

New York_ F.webp

8 ספּוּרס סטריט - ניו יארק
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 8-spruce-street-ripple-building-manhattan-nyc.webp
    8-spruce-street-ripple-building-manhattan-nyc.webp
    72.2 KB · געזען: 8
װעסט מידלענדס פאליצײ בעהט איבער נאכ'ן האבן פאלש אנגעגעבן װי כאילו די אידישע קהילה מיטגלידער אין װעסט מידלענדס, בירמינגעהם האבן מסכים געװען אז מען זאל פארבּאָטן מכבי פֿענס פון צו אנטײלנעמען אין די יוּראָפע ליגע פוטבאל מעטש צװישן מכבי תל-אביב און אַסטאָן װילאַ, צװישן אנדערע פאלשקײטן. די אידישע קהילה אין בירמינגהעם האט געזאגט אז די פאליצײאישע באַראָטונגען מיט זײ איז געװען מינימאל און שױן נאך די החלטה.

אנדערע פאלשקײטן אינקלודְן פאלשע "אינטעלידזשענס" באריכטן װעגן די דיטעילס איבער די מכבי פענס אומרועהן אין האלאנד בײ די מכבי-עידזשאַקס גײמס (דאָטש פאליצײ רעפיוּטְן די גענױע גירסה פון די װעסט מידלענדס פאליצײ). אױך האבן די װעסט מידלענדס פאליצײ דערמאנט א פוטבול מעטש צװישן װעסט-העֶם און מכבי, װי כאילו דארטן זאלן אױך האבן פארגעקומען מהומות אבער דערװײל איז אזא גײם קײנמאל נישט פארגעקומען.

1765126604815.webp

1765126690679.webp
 
לעצט רעדאגירט:
250 העֶד טיטשערס און טראסטס' טשיף עקזעקיוּטיװס פארלאנגען פון די יוּקײ גאװערנמענט מען זאל אינגאנצן פארבאטן פאר קינדער צוהאבן סמארטפאונס אין סקולס.

די גאװערנמענטְל, נישט-אבליגירנדע אנװײזונגען דערװײל לאזן סקולס אױסקלײבן אײנס פון פיר צוגענג: 1. גענצליך אסר'ן פון די פּרעמיסעס, 2. איבערגעבן פאר די מחנכים בײם אנקומען אין סקול, 3. פאר די סטודענטן צו אװעקלײגן און סטאָרן די סמארטפאונס סעקיוּרלי (געװענטליך אין א באקס מיט א שלאס) און 4. "מען נוצט עס נישט, מען זעהט עס נישט, מען הערט עס נישט", אַן אַפראוטש װאס די אױבנדערמאנטע טענה'ן איז אוממעגליך צו מאניטערְן.

1765138408106.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אָקרעס אדער קילער װֿײהלס װי זײ װערן אױך אנגערופן האבן אַן אינטרעסאנטע אופן װי אזױ זײ האָנטן יונגע װײסע שאַרקס. זײ דרײען איבער די שארקס מיט א פלינקע מענוּװער אױף זײערע רוקנס, אזאך װאס אינדוּסט נאטורליכע פּאַראַלאַזירונג פאר די שארק, און רײסן תיכף ארײן מיט זײערע שארפע צײן אין די שארק'ס פעלװיס, ארױספליקענדיג זײערע לעבער װאס איז די מערסט-קאַלעריס רײכע אבר אין די שאַרקס קערפער.

אפפערענטלי, ארבעט די טאקטיק נאר פאר דזשוּװענײל (יונגע) װײסע שארקס װײל די עלטערע זעהען אױס אױפצוכאפן אז ס'הערשט אױף זײ א סכנה מצד די ארומריגלענדע גרופע, אדער פּאָד, פון אקרעס, און נאך אײדער די אקרעס האבן צײט זײ צו אטאקירן שװימען גיך אװעק דורכ'ן קודם אראפגײן גאר טיף, אזאך װאס די אקרעס װעלכע זענען לופט אטעמענדע פיש קענען נישט באװײזן אהן איבערהאקן כדי ארױפצושװימען כאפן א אטעם. די עדאָלט װײַהט שארקס, װי נאר זײ דערשפירן אקרעס אין דער געגנט, אנטלױפן זײ אזױ פון זײער סיזענעל צוזאמענקום ראיאן אפטמאל זיך נישט צוריקקערענדיג פאר מאנאטן.

1765140086333.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נאך 20 יאר ארבעט האפן סײענטיסטן אז מענטשן מיט הארץ פראבלעמען װעלן קענען צוריקװאקסן צוריסענע מוסקלען און טישו אין זײער הארץ דורכ'ן צוריק אױפװעקן די דאָרמענט CCNA2 דזשין װאס לעשט זיך אױס נאכ'ן געבורט.

האבענדיג עס קודם אױספרובירט אױף חזירים, װאס האבן א ענליכע הארץ צו מענטשן, און שפעטער אױך אױף מענטשליכע הערצער אין די לאבארטאריע, איז געװען מעגליך פאר זײ, דורכ'ן אינדזשעקטְן אַן אקטיװע CCNA2 דזשין אין די טישו פון די הארץ, צו גורם זײן אז די צעלן אין די הערצער זאל צוריק אנהײבן זיך צעטײלן און טאפלען.

זײ װארטן יעצט צו באקומען אַפּראָװעל פון די אמעריקאנע פֿוּד און דראָג אדמיניסטראציע עס אױסצופרובירן אױף מענטשן מיט הארץ קראנקהײטן.
1765140716004.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אכצן שטאָלענע קאָנטײנערס פון באנאנעס, פּלאַנטײן און אַװאָקאַדאס טאמבּלען אראפ פון פראכט שיף, אין שטורעם, נעבן די 'אײסל אָף װֿײט' אינזל - דרום-מזרח פון ענגלאנד - זײענדיג גורם אז טױזנטע באנאנעס זאלן אפגעװאשן װערן אױפ'ן ברעג פון װעסט-סאָסעקס.

די אראפגעפאלענע קאנטײנערס האבן אױך בלאקירט שיף ראַוּטס, פארשפעטענדיג די סקעדזשולס פון אנדערע שיפן אינקלודינג קרוזעס צו שפאניע, פארטוגאל און די קאַנאַרי אינזלען.

1765197884366.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
טשײנע אין א קולטור קריג מיט יאפאן דורכ'ן צושטערן, קענסלן, און פארבאטן יאפאנעזע ארטיסטס' פארשטעלונגען אין טשײנע, אין ריטאַליִײשאָן צו יאפאן'ס דעקלערײשאָן אז זי װעט העלפן פארטײדיגן טײװאַן אין פאל טײװאן װערט אטאקירט:

1765200031233.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
הריגות און נקמה אקטן מצד די סוּני קאָמיוניטיס אױף די שיע און אַלאַװײט קאמיוּניטיס קומען פאר אין גרױסע נומערן, ספעציעל אין האָמס װוּ עס געפינען זיך גרױסע אַלאַװײט קהילות. די פאריגע פרײם מיניסטער פון סיריע, באשאר אַל-אַסאַד איז געװען פון די אלאװײט עדה, ספעסיפיקלי פון האמס, און אזױ אױכעט רוב פון באשאר'ס רעגירוג זענען אלאװײטס געװען. אצינד נעמען דיע װאס האבן געליטן די מערסטע פון זײ, די סוניס, נקמה. די יעצטיגע רעגירונג פארמאגט דערװײל נאר 2 אלאװײטס רעפרעזענטאטן אדער פארליאמענט מיטגלידער.

די אלאװײטס זאגן אז זינט די נײע האַיאַט טאַהריר אַל שאַם רעגירונג איז ארײן אין פאוּער זענען ארום 25,000 צו 30,000 געװעזענע אלאװײט אפיצירן, סאלדאטן און גאװערנמענט אפישעלס וכדומה ארעסטירט געװארן.

עס װערט געגלױבט אז ארום 300,000 ציװילע סיטיזענס זענען ארעסטירט, געהארגעט און פארשװינדן געװארן דורך אסאד'ס רעגירונג, 100,000 פון יאר 2011 אלײנס, פיהלע פון זײ באגראבן אין מאסן קברים װעלכע װערן יעצט צוריק אױפגעגראבן כדי צו אידענטיפיצירן די טױטע.

1765201446631.webp
 
פרענק געהרי, מלפנים גאלדבערג, װעלט בארימטער ארכיטעקט, א איד, שטארבט זײענדיג 96 יאר אלט פון א קורצע רעספירעטאָרי קראנקהײט.

ער האט אמאל געזאגט "עס זענען דא מענטשן װאס דעזײנען בילדינגס װאס זענען נישט גוט נישט טעכניש און נישט פינאנציעליש און נאכדעם זענען דא די מענטשן װאס זײערע דיזײנס זענען יא גוט. צװײ קאטעגאריעס, סימפל!".

View attachment 10874

אט זענען עטליכע פון זײנע בנײנים און דיזײַנס:

View attachment 10875
װאָלט דיזני קאָנצערט האָל - לאס אנדזשעלעס

View attachment 10876
פאָנדײשאָן לוּאי װיטאָן - פאריז

View attachment 10877
View attachment 10879
דאַנסינג האוּז -פראג

View attachment 10881
View attachment 10882
8 ספּוּרס סטריט - ניו יארק
נאך װעגן אים:

1765208339210.webp
 
א שמועס מיט קיִליִן גאלעגהער, פון דאָהטי סטריט טשײמבערס, די באריסטער פאר דער האָנג קאָנג דזשורנאליסט דזשימי לײַ (צענטער) װאס איז ארעסטירט געװארן בײ די האָנג קאָנג אומרועהן, דורך בּײדזשינג אױטאריטעטן, און דער צײטונג צו װאס ער האט מײסד געװען, מיט'ן נאמען דײלי עפּל, פארשלאסן.

זי פארצײלט װי זי איז די ציהל פון סײַבער אטאקעס, סױרװײלענס און טױט סטראשונקעס, אפטמאל דורך סטײט ספאנסערד אגענטן װי די טשײניזע, רוסישע און איראנע װעלכע רודפ'ן איר צוליב איר ארבעט אין ארױסהעלפן דזשורנאליסטן איבער די װעלט.

א תחום אין װעלכע קילין ספעציאליזירט זיך איז אױספארשן און פארטרעטן די מארד אדער פארשװינדן װערן פון דזשורנאליסטן אין דיקטאטורישע אדער קאנפליקט געשלאגענע ערטער און לענדער.

1765210017219.webp
 
סײענטיסט אידענטיפיצירט 'שטערן העכער בית לחם' - געזעהן בײ די קלוגע אסטראלאגן אדער כוהנים, דערמאנט אין די ברית החדשה ארום די צײט פון די געבורט פון דזשיזעס אין די ברית החדשה - מיט א קאָמעט רעקארדירט בײ טשײניזע אסטראנאמערס, אין יאר 5BC, װאס שטימט מיט ישו'ס געבורט, װעלכע איז לױט דער קאמעט'ס מעגליכע ארבּיט געקומען אזױ נאנט װי 240,000 מײל פון ערטה.
1765295412689.webp

1765299045287.webp
 
לעצט רעדאגירט:
יוּראָפ איז נאענט צו ריליסְן 100 ביליאן£ אין פארפרױרענע רוסישע אָרליגאַך געלטער, צו גיבן פאר אוקרײנא זי זאל קענען קױפן װאפן און זיך איבערבױען נאכ'ן קריג, אזאך װאס גיבט אײראפע לעװערידזש אין די יוּעס בּראוקערד שלום געשפרעכן אבער עטליכע שטרױכלונגען שטײען נאך אין װעג אינקלודינג טראמפ'ס אינסיסטענץ אז זעלענסקי ברױך אױפגעבן דער דאָנבּאַס ראיאן און אױכעט די פאקט אז רוב פון די געלטער ליגן אין בעלגישע אקאונטס און בעלגיע פארכט זיך נאך ארױסצולאזן די פאָנדס אױס מורא פאר לעגאלע לײעבּילעטי איקװאַל צו א דריטל פון איר GDP.

1765297028983.webp

1765297069895.webp
 
מידיא פֿיוּרי אין פראנקרײך נאכװאס פערסט לײדי ברידזשיט מאקראָן, פרױ פון עמאַנוּעל מאַקראָן פראנקרײך'ס פרעזידענט, איז געװארן פילמירט רופענדיג פרױען פראטעסטירער און קאמפײנערס, "סטוּפּיד בּיטשעס".

די אינצידענט איז געװען נאכװאס פארמאסקירטע פֿעמיניסטס, קאַמפײנערס אנטעקעגן סעקשועל װײעלענץ אנטקעגן פרױען, האבן איבערגעהאקט א סטענד אָפּ קאמעדי שאו, פּערפֿאָרמד אין די פֿאָלי בּערזשער טעאטער, בּײ דער פרענטש קאמידיען אַרײ אַבּיטטאַן, שרײענדיג "אביטטאַן רײפּיסט!". אביטטאן האט געהאט לעצטנס רײפ טשאַרדזשעס דראָפּד אנטקעגן אים אין די אפיעלס געריכט נאך א דרײ יאריגע אינװעסטיגײשאָן.

מרס מאקראן, אין א װערטער אױסטױש מיט אביטטאן בײ א װידערשפיהל פון דער שאו דעם קומענדיגן טאג, מיטברענגענדיג איר טאכטער טיפֿעני אָזיער פון איר פריערדיגע מערידזש צו די שאוֹ, האט געזאגט צו אביטטאן, "אױב מיר װעלן נאכאמאל האבן דא די סטופיד ביטשעס װעלן מיר זײ ארױסװארפן. מיר קענען נישט האבן אזאנס דא; ספעציעל נישט, פארמאסקירטע באנדיטקעס".

1765301271257.webp
 
לעצט רעדאגירט:
איז דא איינער וואס איז זיך גרייט מנדב צו זיין צו איבערטייטשן @קץ דוחק'ס תגובות אויף אידיש? עס זעהט אויס אינטערעסאנט
 
פּאראמאַוּנט סקײדאַנס, געפירט דורך דײװיד עליסאָן, זוהן פון ארעקאָל קא-פאַוּנדער לערי עליסאָן, האט געלאוֹנטשט א האָסטײל בּיד פון 108.4 ביליאן$, אלל קעש, פאר װאָרנער בּראס דיסקאװערי, אױסקרױזענטיג װארנער בראָס' באורד און װענדענדיג זיך דירעקט צו װארנער'ס שערהאָלדערס. די ביד אפפערט 30 דאלער פער שער.

פאראמאונט שערס זענען געשטיגן 9%, װארנער'ס 4.4%, און נעטפליקס' זענען געפאלן 3.4%.

פאראמאונט איז בּעקד בײ אַפֿינעטי פארטנערס (דזשעראַד קוּשנער'ס, טראמפ'ס אײדעם'ס, פירמע), רעדבירד קעפיטעל און סאָװערײן פאָנדס פון סאָדיע ארעביע, קאַטאַר און אַבּוּ דאַבּי. הגם די לעצטע האבן מסכים געװען מוחל צוזײן אױף גאָװערנענס רעכטן ד.ה. זײ װעלן נישט האבן בּאורד זיצן.

נעטפליקס' ביד איז געװען פאר 27.75 פער שער, קעש + סטאָק, שאצענדיג װאָרנער פאר 83 ביליאן. אבער דער ביד האט אױך אינקלודעד א ברײק-אָפּ פיה פון 5.8 ביליאן$. אױב נעטפליקס' ביד גײט אדורך גיבט עס נעטפליקס קאנטראל איבער HBO מעקס מיט אזעלכע היטס װי די װֿײט לאטוּס און יוּפאָריע.

אַססעטס אױפ'ן װאגשאהל אינקלודן װאָרנער'ס טיװי און פילם נכסים, פלוס איר גלאָבעל נעטװארק קײבל ביזנעס װי סי. ען. ען., טי. ען. טי. ספארטס, און דיסקאװערי +.

װארנער'ס פרענטשײזענס אינקלודְן הערי פאטטער, לאָרד אָף די רינגס, קאַזאַבלאנקא, בלײד ראָננער און גוּדפעלאַס.

פאראמאונט'ס אײגענע היטס אינקלודין די טיטאניק, טראַנספאָרמערס און מישען אימפאסיבעל.

יוּעס פרעזידענט טראמפ האט קאמענטירט אױף די דיעל זאגענדיג נעטפליקס' דיעל "קען זײן א פראבלעם" צוליב זארגן איבער מארקעט פּאַוּער, צולײגענדיג אז ער װעט זײן "אינװאלװד" אין סײ װעלכע החלטה.


1765304436759.webp

1765304476415.webp
 
Back
Top