טעגליכע נייעס+

150 יעריגער בױ פראיעקט, די בּאַסיליקע דע לאַ סאגראַדהאַ פֿאמיליאַ אין בארצעלאָנאַ, דעזײנד בײ גאוּדי, דערגרײכט מײלסטאון, װערענדיג די העכסטע טשױרטש אין די װעלט, איבערנעמענדיג די אָוּלם מינסטער קירכע אין דײטשלאנד.

די 24 טאָן װעגנדע שטיקל װאס איז יעצט צוגעלײגט געװארן װעט דינען אלס די באזע פאר די קרײץ װאס װעט ארױף געלײגט װערן אױף די שפיץ פון די 'טורעם פון דזשיזעס קרײסט' (אונטן לינקס).
1764861954274.webp
 
אײרלאנד, שפאניע, האָלאַנד און סלאָװיניע האבן אױסגערופן אז זײ װעלן בױקאָטְן די יערליכע אינטערנאציאנאלע יוּראָװיזשען קאמפעטישְן, פון 2026 װאס װעט פארקומען אין װיען עסטרײך, װײל ארץ ישראל איז געגיבן געװארן די גרינע ליכט, בּײ די יוּרעפּיען בּראָדקאַסטינג יוּניאָן, צו שיקן א רעפרעזענטאטקע און זינגערין צו די קאָנטעסט. זײ זאגן זײ טוען דאס צוליב די גרױסע פארלוסט פון לעבנס אין עזה, צוליב אינטערפירענץ אין די װאָטינג סיסטעם אין ארץ ישראל און צוליב װײעלײשאָנס פון פרידאם אָף די פרעסע.

בעלגיע, פֿינלאַנד, שװעדן און אײסלאנד האבן געזאגט אז זײ זענען דערװײל אומבאשלאסן.

פאַריאָר איז ארץ ישראל געצװינגען געװארן צו טױשן די ליריקס פון 'אקטובר רעגן' צוליב די רעפרענצעס צו די חאמאס אטאקעס.

ארץ ישראל'ס פּערפֿאָרמער דעם קומענדיגן יאר װעט זײן יוּבַל ראַפֿאַעל (אױבן רעכטס). פאראיאר'ס געזאַנדעטער איז געװען עֶדֶן גוֹלַן (אונטן).

1764926382868.webp



1764926516328.webp

יוּבַל ראַפֿאַעל
 
13 פֿעשאָן הײזער אינקלודינג 'איװ סאַן לאָראָן', פּראַדאַ טאָד'ס, און גוּטשי אימפליקײטעד אין טשײניז-אָנגעפירטע סװעטשאָפס, און ארבעטער עקספלױטײשאָן, נאך אבלאװע פון פאליצײ אין געגנט נעבן פֿלאָרענץ, איטאליע. עטליכע פון זײ זענען געלײגט געװארן אונטער צײטװײליגע דזשודישעל אדמיניסטרײשאָן.

ארבעטער זענען געפונען געװארן ארבעטן אין אָנסײף אומשטענדן, דארפענדיג ארבעטן אזױפיהל װי 90 שעה א װאך פאר אזױ װײניג פון 3.5 יוראָ א שעה. ארבעטער זענען געצװינגען געװארן צו שלאפן דארטן װוּ זײ ארבעטן און האבן געארבעט מיט סײפֿטי מעכאניזמס אראפגענומען פון זײערע ארבעטס מאשינען.

די בײטלען פראדוצירט אין די פארבריקן פאר די קאָסט פון א קנאפע €50 װערט דערנאך פארקױפט פאר €1,000 א שטיקל. די סװעטשאפס דינען די ציהל כדי קענען לײגן אױף די בגדים לײבְּלס "מײד אין איטאליע".

די סװעטשאפס אין פּראַטאָ, אין און ארום די אומגעגנט פון פלארענץ, האבן אפטמאל לינקס מיט טשײניזע מאפיא גרופעס װאס טראָקן ארום די בגדים צו פארקױפן ארום אײראפע.

1764940753610.webp
 
פרענק געהרי, מלפנים גאלדבערג, װעלט בארימטער ארכיטעקט, א איד, שטארבט זײענדיג 96 יאר אלט פון א קורצע רעספירעטאָרי קראנקהײט.

ער האט אמאל געזאגט "עס זענען דא מענטשן װאס דעזײנען בילדינגס װאס זענען נישט גוט נישט טעכניש און נישט פינאנציעליש און נאכדעם זענען דא די מענטשן װאס זײערע דיזײנס זענען יא גוט. צװײ קאטעגאריעס, סימפל!".

1765059477272.webp


אט זענען עטליכע פון זײנע בנײנים און דיזײַנס:

Walt_Disney_Concert_Hall,_LA,_CA,_jjron_22.03.2012.webp

װאָלט דיזני קאָנצערט האָל - לאס אנדזשעלעס

Fondation Louis Vuitton (Paris, France).webp

פאָנדײשאָן לוּאי װיטאָן - פאריז

Dancing House (Prague, Czech Republic).webp

2Dancing House (Prague, Czech Republic).webp

דאַנסינג האוּז -פראג

8 Spruce Street _ Ar.webp

New York_ F.webp

8 ספּוּרס סטריט - ניו יארק
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 8-spruce-street-ripple-building-manhattan-nyc.webp
    8-spruce-street-ripple-building-manhattan-nyc.webp
    72.2 KB · געזען: 5
װעסט מידלענדס פאליצײ בעהט איבער נאכ'ן האבן פאלש אנגעגעבן װי כאילו די אידישע קהילה מיטגלידער אין װעסט מידלענדס, בירמינגעהם האבן מסכים געװען אז מען זאל פארבּאָטן מכבי פֿענס פון צו אנטײלנעמען אין די יוּראָפע ליגע פוטבאל מעטש צװישן מכבי תל-אביב און אַסטאָן װילאַ, צװישן אנדערע פאלשקײטן. די אידישע קהילה אין בירמינגהעם האט געזאגט אז די פאליצײאישע באַראָטונגען מיט זײ איז געװען מינימאל און שױן נאך די החלטה.

אנדערע פאלשקײטן אינקלודְן פאלשע "אינטעלידזשענס" באריכטן װעגן די דיטעילס איבער די מכבי פענס אומרועהן אין האלאנד בײ די מכבי-עידזשאַקס גײמס (דאָטש פאליצײ רעפיוּטְן די גענױע גירסה פון די װעסט מידלענדס פאליצײ). אױך האבן די װעסט מידלענדס פאליצײ דערמאנט א פוטבול מעטש צװישן װעסט-העֶם און מכבי, װי כאילו דארטן זאלן אױך האבן פארגעקומען מהומות אבער דערװײל איז אזא גײם קײנמאל נישט פארגעקומען.

1765126604815.webp

1765126690679.webp
 
לעצט רעדאגירט:
250 העֶד טיטשערס און טראסטס' טשיף עקזעקיוּטיװס פארלאנגען פון די יוּקײ גאװערנמענט מען זאל אינגאנצן פארבאטן פאר קינדער צוהאבן סמארטפאונס אין סקולס.

די גאװערנמענטְל, נישט-אבליגירנדע אנװײזונגען דערװײל לאזן סקולס אױסקלײבן אײנס פון פיר צוגענג: 1. גענצליך אסר'ן פון די פּרעמיסעס, 2. איבערגעבן פאר די מחנכים בײם אנקומען אין סקול, 3. פאר די סטודענטן צו אװעקלײגן און סטאָרן די סמארטפאונס סעקיוּרלי (געװענטליך אין א באקס מיט א שלאס) און 4. "מען נוצט עס נישט, מען זעהט עס נישט, מען הערט עס נישט", אַן אַפראוטש װאס די אױבנדערמאנטע טענה'ן איז אוממעגליך צו מאניטערְן.

1765138408106.webp
 
אָקרעס אדער קילער װֿײהלס װי זײ װערן אױך אנגערופן האבן אַן אינטרעסאנטע אופן װי אזױ זײ האָנטן יונגע װײסע שאַרקס. זײ דרײען איבער די שארקס מיט א פלינקע מענוּװער אױף זײערע רוקנס, אזאך װאס אינדוּסט נאטורליכע פּאַראַלאַזירונג פאר די שארק, און רײסן תיכף ארײן מיט זײערע שארפע צײן אין די שארק'ס פעלװיס, ארױספליקענדיג זײערע לעבער װאס איז די מערסט-קאַלעריס רײכע אבר אין די שאַרקס קערפער.

אפפערענטלי, ארבעט די טאקטיק נאר פאר דזשוּװענײל (יונגע) װײסע שארקס װײל די עלטערע זעהען אױס אױפצוכאפן אז ס'הערשט אױף זײ א סכנה מצד די ארומריגלענדע גרופע, אדער פּאָד, פון אקרעס, און נאך אײדער די אקרעס האבן צײט זײ צו אטאקירן שװימען גיך אװעק דורכ'ן קודם אראפגײן גאר טיף, אזאך װאס די אקרעס װעלכע זענען לופט אטעמענדע פיש קענען נישט באװײזן אהן איבערהאקן כדי ארױפצושװימען כאפן א אטעם. די עדאָלט װײַהט שארקס, װי נאר זײ דערשפירן אקרעס אין דער געגנט, אנטלױפן זײ אזױ פון זײער סיזענעל צוזאמענקום ראיאן אפטמאל זיך נישט צוריקקערענדיג פאר מאנאטן.

1765140086333.webp
 
נאך 20 יאר ארבעט האפן סײענטיסטן אז מענטשן מיט הארץ פראבלעמען װעלן קענען צוריקװאקסן צוריסענע מוסקלען און טישו אין זײער הארץ דורכ'ן צוריק אױפװעקן די דאָרמענט CCNA2 דזשין װאס לעשט זיך אױס נאכ'ן געבורט.

האבענדיג עס קודם אױספרובירט אױף חזירים, װאס האבן א ענליכע הארץ צו מענטשן, און שפעטער אױך אױף מענטשליכע הערצער אין די לאבארטאריע, איז געװען מעגליך פאר זײ, דורכ'ן אינדזשעקטְן אַן אקטיװע CCNA2 דזשין אין די טישו פון די הארץ, צו גורם זײן אז די צעלן אין די הערצער זאל צוריק אנהײבן זיך צעטײלן און טאפלען.

זײ װארטן יעצט צו באקומען אַפּראָװעל פון די אמעריקאנע פֿוּד און דראָג אדמיניסטראציע עס אױסצופרובירן אױף מענטשן מיט הארץ קראנקהײטן.
1765140716004.webp
 
אכצן שטאָלענע קאָנטײנערס פון באנאנעס, פּלאַנטײן און אַװאָקאַדאס טאמבּלען אראפ פון פראכט שיף, אין שטורעם, נעבן די 'אײסל אָף װֿײט' אינזל - דרום-מזרח פון ענגלאנד - זײענדיג גורם אז טױזנטע באנאנעס זאלן אפגעװאשן װערן אױפ'ן ברעג פון װעסט-סאָסעקס.

די אראפגעפאלענע קאנטײנערס האבן אױך בלאקירט שיף ראַוּטס, פארשפעטענדיג די סקעדזשולס פון אנדערע שיפן אינקלודינג קרוזעס צו שפאניע, פארטוגאל און די קאַנאַרי אינזלען.

1765197884366.webp
 
Back
Top