פּאראמאַוּנט סקײדאַנס, געפירט דורך דײװיד עליסאָן, זוהן פון ארעקאָל קא-פאַוּנדער לערי עליסאָן, האט געלאוֹנטשט א האָסטײל בּיד פון 108.4 ביליאן$, אלל קעש, פאר װאָרנער בּראס דיסקאװערי, אױסקרױזענטיג װארנער בראָס' באורד און װענדענדיג זיך דירעקט צו װארנער'ס שערהאָלדערס. די ביד אפפערט 30 דאלער פער שער.
פאראמאונט שערס זענען געשטיגן 9%, װארנער'ס 4.4%, און נעטפליקס' זענען געפאלן 3.4%.
פאראמאונט איז בּעקד בײ
אַפֿינעטי פארטנערס (דזשעראַד קוּשנער'ס, טראמפ'ס אײדעם'ס, פירמע),
רעדבירד קעפיטעל און סאָװערײן פאָנדס פון סאָדיע ארעביע, קאַטאַר און אַבּוּ דאַבּי. הגם די לעצטע האבן מסכים געװען מוחל צוזײן אױף גאָװערנענס רעכטן ד.ה. זײ װעלן נישט האבן בּאורד זיצן.
נעטפליקס' ביד איז געװען פאר 27.75 פער שער, קעש + סטאָק, שאצענדיג װאָרנער פאר 83 ביליאן. אבער דער ביד האט אױך אינקלודעד א ברײק-אָפּ פיה פון 5.8 ביליאן$. אױב נעטפליקס' ביד גײט אדורך גיבט עס נעטפליקס קאנטראל איבער HBO מעקס מיט אזעלכע היטס װי די װֿײט לאטוּס און יוּפאָריע.
אַססעטס אױפ'ן װאגשאהל אינקלודן װאָרנער'ס טיװי און פילם נכסים, פלוס איר גלאָבעל נעטװארק קײבל ביזנעס װי סי. ען. ען., טי. ען. טי. ספארטס, און דיסקאװערי +.
װארנער'ס פרענטשײזענס אינקלודְן הערי פאטטער, לאָרד אָף די רינגס, קאַזאַבלאנקא, בלײד ראָננער און גוּדפעלאַס.
פאראמאונט'ס אײגענע היטס אינקלודין די טיטאניק, טראַנספאָרמערס און מישען אימפאסיבעל.
יוּעס פרעזידענט טראמפ האט קאמענטירט אױף די דיעל זאגענדיג נעטפליקס' דיעל "קען זײן א פראבלעם" צוליב זארגן איבער מארקעט פּאַוּער, צולײגענדיג אז ער װעט זײן "אינװאלװד" אין סײ װעלכע החלטה.