טעגליכע נייעס+

די זינגערין בּיאָנסע האט, לױט פֿאָרבּס, אפיציעל זיך אנגעשלאָסן אין א קלײנע גרופע פון מוזיקאנטן װאס זענען װערט מער פון $1 ביליאן.

א קאמבינאציע פון א רעקארד ברעכנדע 2025 קאנצערט טוּר, א הײ-פראופֿײל נעטפליקס נעשאנעל פֿוּטבאָל ליג האַלף טײם שאוֹ, װיכטיגע קאמערציעלע דיעלס און שטארקע קאַטאַלאָג אײנקנופטן ד.ה. פון איר עקזעסטירענדע יצירות און ארבעט, װי צבש פון סטרימינג, רױעלטיס און ראַדיאו פלײ און נאך, האבן איר אריבערגעשטופט דעם ביליאן דאלער טרעשהאָלד.

איר 2024 אלבום 'קאַוּּבּױ קאַרטער' האט איר געװינען איר ערשטע 'אלבום פון די יאר גראַמי' פון איר קאריערע. די מיטבאגלײטענדע 32 טעג טור האט דזשענערײטעד מער פון $400 מיליאן אין טיקעט סײלס און $50 מיליאן אין מערטשענדײס, און געצױגן ארום 1.6 מיליאן אנטײלנעמער.

איר 2023 אלבום 'רענײסאָנס' האט געגראָסד $600 מיליאן און אין 2025 אלײנס האט ביאנסע פארדינט $148 מיליאן בעפאר טעקסעס, מאכענדיג איר פאר די דריט-העכסטע באצאלטע מוזיקאנט.

זי איז ממשיך צו פירן איר אײגענע קאמפאני, פּארקװֿאָד ענטערטײנמענט, און זי און איר מאן דזשײ-זי, װעמענ'ס נעט װערט איז געשאצט צוזײן $2.5 ביליאן, קױפן אצינד א 58 אײקער שטח אין די קאָטסװֿאָלדס אין ענגלאנד פאר א נײע הײם.

1767173182438.webp
 
לעצט רעדאגירט:
די יוקײ רעקארדירטע מיוזיק מארקעט האט דערגרײט זײן 11טער יאר אין א ציה פון װוּקס, געטריבן בעיקר דורך א אױפשטײג פון סוקסעספולע יונגע בריטישע פרױען ארטיסטס.

לױט די בריטיש פֿאָנאגראַפֿיק אינדוסטריע האבן סײלס און סטרימינג זיך געהױבן מיט 4.9% אין 2025, דערגרײכענדיג א רעקארד פון אַן עקיװילענט 210.3 מיליאן אלבום יוניטס. ד.ה. נאכ'ן זיך מיט די מאדערנע מעטאדן פון קאָנסיומען מיוזיק װי סטרימינג און דאַונלאודס איז עס װי כאילו אזױפיהל גאנצע אלבוםס װאלטן פארקױפט געװארן אין די אמאליגע מארקעט.

בּרײקאַוּט שטערנס, ד.ה. אזעלכע װעלכע זענען פלוצים פאפולאר געװארן, זענען אזעלכע װי לאָלאַ יאָנג און אליװיע דיען װעלכע פירן די טשאַרדזש. יאָנג האט געהאט די צװײט-מערסטע סטריעמד ניגון פון די יאר און א נומער 1 היט מיט די ניגון 'מעסי'.

אנדערע שטײגענדע שטערנס, פרױען, זענען סקײ ניוּמען, קריסטאל, און סיענע ספּיראָ װעלכע זענען אױכעט ארײן אין די 'יוקײ העכסטע 10' דאס ערשטע מאל.

פרױען זינגערינס האבן אַקאַוּנטעד פאר 44% פון אלע טאָפּ 10 טרעקס פון יאר 2025, רעפֿלעקטירענדיג א װיכטיגע שׁיפֿט אין די אינדוסטריע.

אָדיאָו סטריעמינג בכלל איז געװאָקסן מיט 5.5% מיט סטריעמינג רעפרעזענטירענדיג אצינד 89.3% פון אלע יוקײ מיוזיק קאָנסאָמפּשען.

דאך קױפן מענטשן נאכאלס װײַנעל רעקארדס, מיט דער מארקעט װאקסענדיג צום 14צנסטן קאנסעקטיוּטיװ יאר, און מיט טײלאר סװיפט'ס 'די לײף פון די שאוגערל' ניגון פארקױפענדיג זיך אין 147,000 װײנעל קאפיס.

1767174611144.webp
 
דזשאָרדזש און זײן װײב אַמַאל קלוּני זענען געװארן פראנצױזישע בירגער הגם ער האט מודה געװען אז ער פלאגט זיך אביסל מיט די שפראך.

דער אמעריקאנער עקטער און די בריטיש-לעבּאַניזער היומען רײטס לױער, װעלכע רעדט א פליסיגע פראנצױזיש, װעלן דזשױנען זײער אכט יאריג צװילינג אלעקסאנדער און עֶלאַ אין באקומען פראנצױזישע סיטיזיענשיפּ.

דאס מערסטע איז דער עקטער צופרידן פון די שטרענגע פראנצױזישע פּריװעסי געזעצן װאס באגרעניצן װאס די פּאַפּעראַצי מעגן טוהן ארום עקטארס און סעלעבריטיס.

דזשארדזש האט געזאגט צו די RTL ראדיאו אין ענגליש: "אײ לאװ די פרענטש קולטור, ענקער שפראך, כאטש איך בין נאכאלס שלעכט אינדעם אפילו נאך 400 טעג פון קאָרסעס. דא נעמען זײ [די פאפעראצי] נישט קײן בילדער פון קינדער. עס געפינען זיך נישט קײן פאפעראצי זיך באהאלטן בײ די סקול גײטס. דאס איז נומער אײנס פאר אונז."

די קלוניס האבן אפגעקױפט א געװעזענע װײן עסטײט מיט'ן נאמען דאָמען דוּ קאַנדאַל נעבן די װילעדזש פון בּריניגאָלע אין דרום פראנקרײך. די 18טע יארהונדערט עסטײט פארמאגט 425 אײקערס פון לאנד, א 25 אײקער װײנגארטן, א 75 פיס סװימינג פּוּל, אַן אָליװ גראָװ, א לײק און טעניס קאורטס. עס איז א קורצע דרײװ פון ברעד פּיט און אַנדזשעלינע דזשאָלי'ס װײנערי, שאַטאו מיראַװאַל, װעלכער איז אצינד דער סאבדזשעקט פון א קאורט דיספּיוט נאכװאס דזשאלי האט געפֿײלט פאר דיװאָרס אין 2016.

דזשארדזש קלוני האט געװינען צװײ אָסקערס פאר "בעסט אונטערשטיצנדע עקטאר" אין סיריאַנאַ און אלס פראדוצירער פון אַרגאָ.

1767178763608.webp
 
לעצט רעדאגירט:
מענטשן װאטשן א מענטש שפרונגען פון א דײװינג בּאורד בײ א סװימינג פּול בײם סי פּױנט פּאַװילאָן, קײפּ טאַוּן סאוּט אפריקע.

1767179976581.webp
 
קהאַלעדאַ זיאַ (1945-2025), די ערשטע פרױ צוװערן פרײם מיניסטער אין בענגלאַדעש איז געשטארבן אין עלטער פון 80 יאר.

זי האט זיך אנגעשלאסן אין פאליטיקס נאכװאס איר מאן זיאור ראַהמאַן - װעלכער האט צוערשט בראודקאַסטעד בענגלאדעש'ס אינדעפענדענץ פון װעסט פאקיסטאַני רוּל אין 1971 - איז אסעסינײטעד געװארן און אירע מקורבים האבן איר משכנע געװען צו פירן די BNP, די בענגלאַדעש נעשאָנעליסט פארטײ.

זי האט געשפיהלט א װיכטיגע ראלע אין דאס איבערװארפונג פון גענעראל ערשאַד'ס דיקטײטערשיפ אין 1990 און אין 1991 האט זי געװינען א לענדמארק עלעקשאן װערענדיג ארײנגעװעלט אלס פרײממיניסטער פון בענגלאדעש.

איר ערשטע טערמין האט געזעהן שטארקע עקענאמישע װוּקס, װיכטיגע אינװעסטמענט אין פארמינערן ארימקײט, אינטערעסנפאַרטרעטונג פאר פרױען רעכטן אין א שטארק קאנסערװאטיװער געזעלשאפט, און פרײע, אבליגאטאָרישע פּרײמערי עדיוקײשאָן.

אירע שפעטערע יארן האבן געזען א רײע פאליטישע מלחמות מיט איר הױפט רײװעל, אױך א פרױ, שײך האַסינאַ, און טאכטער פון בענגלאדעש'עס גרינדענדע לידער מוּדזשיבּוּר ראהמאן. די מלחמות זענען געװען פערסאנעל, אידעאלאגיש און דינאַסטיש, װערענדיג באקאנט מיט'ן צונאמען - "די שלאַכטן פון די בּעגוּמס", בעגום זײענדיג אַן האָנאָריפיק טײטל פאר א מוסלעמענישע פרױ, גענוצט אין דרום אזיע.

זײערע אָלטערנײטינג גאװערנמענטס זענען געפלאגט געװען בײ געגנזײטיגע חשד, גאסן-געװאלדטאטן, באשולדיגונגען פון קארופציע און אױטאריטעריעניזם.

1767185559251.webp
 
Back
Top