טערעפיסט געזוכט צו טוישן די ווייב צו א מאדערנע פרוי

איך פיל זייער פאר דיר און דיין ווייב, און עס איז זיכער אז גיין פאר הלעפ איז דער ריכטיגער זאך. אבער עס קוקט אויס אז דער מטרה דיינס איז צו מאכן איר אן אנדרערע מענטש ווי איידער זיך צו טרעפן. דיין פאוקעס דארף זיין אז זי זאל זיך טרעפן, און דאס קען זיין אז זי וועט יא אדער נישט טוישן די חיצוניות.
דאס איז די קלארסטע און איז ערשט פאר אלעס!
 
ביידעוועי, אסאך פון די אוטידי קאמיוניטי זוכן צי גיין צי היימישע טעראפיסטן ענדערש ווי גויישע ווייל זיי פילן ווי זיי קאנעקטן בעסער מיט היימישע.
קען זיין פאר איינער וואס איז אינגאנצן OTD (געהעריג עסט יום כיפור און אפגעהאקט מיט די פעמעלי) איז עס א מהלך.

אבער פאר א עוורעדזש אינגערמאן וואס דרייט זיך מיט ספיקות אין קאפ, לעבט א דאפלט לעבן, נישט אויף איין בלאט מיט די ווייב, איז יא בעסער אז יענער גייט צו א גויאישע טערעפיסט.

אדער דארף ער גוט גוט זוכן א היימישער וואס האט נישט קיין שום אגענדעס, און איז אינגאנצן טשעקט אוט פון די סיסטעם.

איך האב א חבר וואס זיין היימישע טערעפיסט איז טאקע געווען זייער עקסעפטינג, אבער די טערעפסיט האט פון צייט צו צייט געזאגט שטיקלעך מאור עיניים, ס'איז זייער א שיין ספר גראדע, אבער מיין חבר איז דזשאסט נישט געווען אין די גוסטע דערצי.
 
די טערעפסיט האט פון צייט צו צייט געזאגט שטיקלעך מאור עיניים, ס'איז זייער א שיין ספר גראדע, אבער מיין חבר איז דזשאסט נישט געווען אין די גוסטע דערצי.
חכמה ביהודים תאמין...
 
קען זיין פאר איינער וואס איז אינגאנצן OTD (געהעריג עסט יום כיפור און אפגעהאקט מיט די פעמעלי) איז עס א מהלך.

אבער פאר א עוורעדזש אינגערמאן וואס דרייט זיך מיט ספיקות אין קאפ, לעבט א דאפלט לעבן, נישט אויף איין בלאט מיט די ווייב, איז יא בעסער אז יענער גייט צו א גויאישע טערעפיסט.

אדער דארף ער גוט גוט זוכן א היימישער וואס האט נישט קיין שום אגענדעס, און איז אינגאנצן טשעקט אוט פון די סיסטעם.

איך האב א חבר וואס זיין היימישע טערעפיסט איז טאקע געווען זייער עקסעפטינג, אבער די טערעפסיט האט פון צייט צו צייט געזאגט שטיקלעך מאור עיניים, ס'איז זייער א שיין ספר גראדע, אבער מיין חבר איז דזשאסט נישט געווען אין די גוסטע דערצי.
אבער מ'קען גיין צו יידישע טעראפיסטן וואס זענען אינדערויסן פון די סיסטעם וואס פארשטייען גוט די סיסטעם און האבן עקפעריענס דערין.
למשל איך האב א טעראפיסט וואס איז יידיש נישט ארטאדאקסיש אבער האט אסאך געהאנדלט מיט חברה ווי אונז.

אויך א קאפלס טאראפיסט וואס איז מאדערן ארטאדאקס, זי האט מיך געזאגט ביי מיין קאמיוניטי וואלסטו נישט געהאט קיין שום פראבלעם. זי איז אינגאנצן אביעקטיוו, און איך פיל אזוי פארשטענדיגט (Understood).
 
קארעקט, איך האב טאקע צוגעלייגט אז איינער וואס איז אינדרויסן פון די סיסטעם איז אויך גוט, אבער מ'דארף טאקע טרעפן איינער וואס איז אינדרויסן, מ'קען נישט אננעמען אז דזשאסט ווייל ער איז א טערעפיסט מיינט אז ער איז אינדרויסן.
 
א טערעפיסט וועט געווענליך נישט טרייען צו קאנווינצן, צו בלייבן אדער ארויסגיין פון די סיסטעם,
איינער פון די סיסטעם אדער וואס איז אמאל געווען וועט ענדערש קענען פארשטיין די טשעלענדזשעס פון ארויסגיין פון די סיסטעם
 
די ערשטער וואס קען העלפן די ווייב איז די מאן, אסאך אסאך טיפע קאמפלעמענטס, ארויסגיין פון די וועג צי ווייזן ליבשאפט, אסאך אויסהערן, ציביסלעך ציביסלעך מיט קליינע סטעפס קען מען אנקומען גאר ווייט, אבער ס'איז נישט קיין סתירה אז טערעפי קען אויך אויספעלן,
 
וודאי דארפען זאכען קומען פון צוזאמען זיך פארשטיין און
האבען דיסקוסיעס כדי צוקומען צו א מסקנא , און לפי דעתי איז א טעראפיסט נישט געוואונטשען פאר טשענזש
ווייל זיי האבען אייגענע מהלכים, און עס איז שכיח אז נאך א פאהר סעשענס וועט ער דעסיידען אז די פארפאלק זענען מיט צופיעל מיינונגס דיפערענץ, און זיי זאלען זיך שיידען ,מען דארף זיך היטען פון טעראפיסטען ווען עס איז נוגע שלום בית.
 
וואס איז גרינגער צו טוישן צו מער א מאדערנע פרוי,
אדער פארקערט,?
געוויסע ווילן טוישן צו מער א פרומע ערליכע פרוי
 
צו טוישען צו פרומער איז לכאורה גרינגער, זי דארף פשוט לייענען מער צאינה וראינה. צו מאדערניזירן דארף מען א טערעפיסט. ניין?
 
א פרוי וואס אינטערעסירט נישט פרומקייט, גייט נישט ליינען צאינה וראינה, זי לעבט איר וועלטל, נישט אנדערש ווי די שוואכע בחור אין ישיבה איז שווער זאל ווערן א מציון, אין פארקער זעהט מען מער ווי גיטע בחורים, ווערן שנעל פארדארבן
 
שווער צו פארגלייכן בחורים צו ערוואקסענע. א שוואכע בחור האט צומאל א קארטאפל קאפ, יתכן מ'פארלאנגט נישט מער פון אים. משא"כ א שוואכע פרוי איז געפאלען און מ'קען אפשר ארבעטען אויף עס. און די פאקט פון גיטע בחורים וואס ווערן פארדארבן איז פשוט ווייל ס'איז אנטוויקלונג עידזש, געוויסע עפענען זייער אויגן און באשליסן אנדערש ווי זייער עלטערן. ס'איז נישט ווייל ס'איז גרינגער ווי זיך אויפבויען, ווייל א שוואכע בחור וואס האט א גיטע קאפ נאר האלט נישט ביים לערנען, מאכט זיך אמאל אז זיי טוישן זיך אין ישיבה גדולה, וכדומה, און זיי נעמען זיך לערנען. ימי הבחרות איז מער א ראלער קאוסטער ווי נאכען חתונה פראצענטועל. אזוי זע איך עס.

איך בין נישט געווען אזוי ערענסט מיטן צאינה וראינה תגובה ווי מ'האט עס דא גענומען (ס'געווען רויע הומאר). איך קען אבער זאגען א סברה פארוואס ס'איז גרינגער צו מאכען פרומער די ווייב ווי פארקערט. ווען מ'רעדט פון מאכען פרום איז געווענליך די מאן באמת פרום, ער דינט ווי א ראָול מאַדעל אין שטוב, די תורה איז אלעס ביי אים, ער פארפאסט נישט תורה ותפילה אפילו אויף א שניי טאג וואס געפאלט אסרו חג, ער איז מדקדק בקלות כבחמורות, וכו' וכו', אפילו אן סעקירן די ווייב אויף זיינע פרומקייטן און אפילו אויב זי איז באמת א קאלטער, זיינע מעשים האבן אן השפעה, ער דינט די אייבישטער מיט שמחה און געשמאק מיטען גאנצן ערנסטקייט, מיט א מענטשליכע מאס אן איבערגעטריבענע אָו-סי-די חומרות, דאס אלעס שלאגט ווארצלען און איז בכח צו טוישען א פרוי מיט צייט. נישט מיט כח נאר מיט מח, די צייט טוט שוין וואס ס'דארף.

משא"כ אויף פארקערט, די מאן בלייבט מיט זיין אומבארירטע צושטרויבעלטע בארד, לענגערע אויליגע פאות, גרויסע קאפעל, ר"ת גאטקעס, פלאָרשיים שיך, אבער די ווייב וויל ער אז זי זאל אנטון א לענגערע שייטל, שמאלערע בגדים, דינע שווארצע טייטס, באשמירט און באשמעקט מכף הרגל עד הראש, און ער פארשטייט נישט פארוואס זי וויל נישט. ער מיז קומען אויף קרעמל בעטן עצות און ער דארף אויך א טערעפיסט פאר דעם. ער וויל בלייבן די זעלבע ראציגע ארכי-חסידישע אינגערמאן, אבער זיין ווייב זאל זיין א מאדעל וואס זאל פאסטען פאר א מאגאזין קאווער. דאס איז פונקטליך די סיבה פארוואס עס איז שווערער ביי אינז צו מאדערניזירן א ווייב, זיי זעהן עס פון זייער פערספעקטיוו, זיי זעהן "ווער" עס בעט עס פון זיי און עס קומט זיי ממש צו לאכען פון די השגות און פאנטאזיעס צו בעטן אזעלכע זאכען פון זיי.
 
מיינע 2 סענט
בד"כ איז גרינגער צו טוישן צו פרומער, פארשטייט זיך מיט אמת און ליבשאפט, בד"כ איז זי א ירא שמים זי האט נאר אירע פרויערישע צואינגען, און מיט געפיל קען מען טוישן, עפ"י רוב האבן זיי א ווארעמע געפיל צו אידישקייט ווי זאגן תהלים אדער אנדערע זאכן אפילו זי גלייכט זיך אנצוטון פענסי וכדו,
משא"כ קען זיך מאכן א פרוי וואס איז בעצם קאלט,
דארט דארף מען שוין צוקומען צו א טעראפיסט,

אבער צו מאכן א פרוי מער פענסי, דארפסטו שוין פייטן איר יראת שמים, איז עס שווער פאר א מאן אליין איר צו טוישן,
ווען ביי זיין ווייב הערט זי שוין די לעצטע 20 יאר די שרעקעדיגסטע זאכן אויף צניעות
 
שווער צו פארגלייכן בחורים צו ערוואקסענע. א שוואכע בחור האט צומאל א קארטאפל קאפ, יתכן מ'פארלאנגט נישט מער פון אים. משא"כ א שוואכע פרוי איז געפאלען און מ'קען אפשר ארבעטען אויף עס. און די פאקט פון גיטע בחורים וואס ווערן פארדארבן איז פשוט ווייל ס'איז אנטוויקלונג עידזש, געוויסע עפענען זייער אויגן און באשליסן אנדערש ווי זייער עלטערן. ס'איז נישט ווייל ס'איז גרינגער ווי זיך אויפבויען, ווייל א שוואכע בחור וואס האט א גיטע קאפ נאר האלט נישט ביים לערנען, מאכט זיך אמאל אז זיי טוישן זיך אין ישיבה גדולה, וכדומה, און זיי נעמען זיך לערנען. ימי הבחרות איז מער א ראלער קאוסטער ווי נאכען חתונה פראצענטועל. אזוי זע איך עס.

איך בין נישט געווען אזוי ערענסט מיטן צאינה וראינה תגובה ווי מ'האט עס דא גענומען (ס'געווען רויע הומאר).
דאס צאינה וראינה איז געווען הומאר, האבן מיר פארשטאנען,
אבער ווען מען רעדט פון שוואך מיין איך נישט ווי א פאטעטע קאפ בחור, איך מיין ווי די גוטע קאפ וואס איז קיל און האלט ביי גארנישט, ס'איז נישט אזוי גרינג אים פרום מאכן
 
מיינע 2 סענט
בד"כ איז גרינגער צו טוישן צו פרומער, פארשטייט זיך מיט אמת און ליבשאפט, בד"כ איז זי א ירא שמים זי האט נאר אירע פרויערישע צואינגען, און מיט געפיל קען מען טוישן, עפ"י רוב האבן זיי א ווארעמע געפיל צו אידישקייט ווי זאגן תהלים אדער אנדערע זאכן אפילו זי גלייכט זיך אנצוטון פענסי וכדו,
משא"כ קען זיך מאכן א פרוי וואס איז בעצם קאלט,
דארט דארף מען שוין צוקומען צו א טעראפיסט,

אבער צו מאכן א פרוי מער פענסי, דארפסטו שוין פייטן איר יראת שמים, איז עס שווער פאר א מאן אליין איר צו טוישן,
ווען ביי זיין ווייב הערט זי שוין די לעצטע 20 יאר די שרעקעדיגסטע זאכן אויף צניעות
אבער אויב א פרוי איז קאלט אין אידישקייט, ווייס איך נישט אויב סאיז גרינגער
 
Back
Top