א פרוי וואס אינטערעסירט נישט פרומקייט, גייט נישט ליינען צאינה וראינה, זי לעבט איר וועלטל, נישט אנדערש ווי די שוואכע בחור אין ישיבה איז שווער זאל ווערן א מציון, אין פארקער זעהט מען מער ווי גיטע בחורים, ווערן שנעל פארדארבן
שווער צו פארגלייכן בחורים צו ערוואקסענע. א שוואכע בחור האט צומאל א קארטאפל קאפ, יתכן מ'פארלאנגט נישט מער פון אים. משא"כ א שוואכע פרוי איז געפאלען און מ'קען אפשר ארבעטען אויף עס. און די פאקט פון גיטע בחורים וואס ווערן פארדארבן איז פשוט ווייל ס'איז אנטוויקלונג עידזש, געוויסע עפענען זייער אויגן און באשליסן אנדערש ווי זייער עלטערן. ס'איז נישט ווייל ס'איז גרינגער ווי זיך אויפבויען, ווייל א שוואכע בחור וואס האט א גיטע קאפ נאר האלט נישט ביים לערנען, מאכט זיך אמאל אז זיי טוישן זיך אין ישיבה גדולה, וכדומה, און זיי נעמען זיך לערנען. ימי הבחרות איז מער א ראלער קאוסטער ווי נאכען חתונה פראצענטועל. אזוי זע איך עס.
איך בין נישט געווען אזוי ערענסט מיטן צאינה וראינה תגובה ווי מ'האט עס דא גענומען (ס'געווען רויע הומאר). איך קען אבער זאגען א סברה פארוואס ס'איז גרינגער צו מאכען פרומער די ווייב ווי פארקערט. ווען מ'רעדט פון מאכען פרום איז געווענליך די מאן באמת פרום, ער דינט ווי א ראָול מאַדעל אין שטוב, די תורה איז אלעס ביי אים, ער פארפאסט נישט תורה ותפילה אפילו אויף א שניי טאג וואס געפאלט אסרו חג, ער איז מדקדק בקלות כבחמורות, וכו' וכו', אפילו אן סעקירן די ווייב אויף זיינע פרומקייטן און אפילו אויב זי איז באמת א קאלטער, זיינע מעשים האבן אן השפעה, ער דינט די אייבישטער מיט שמחה און געשמאק מיטען גאנצן ערנסטקייט, מיט א מענטשליכע מאס אן איבערגעטריבענע אָו-סי-די חומרות, דאס אלעס שלאגט ווארצלען און איז בכח צו טוישען א פרוי מיט צייט. נישט מיט כח נאר מיט מח, די צייט טוט שוין וואס ס'דארף.
משא"כ אויף פארקערט, די מאן בלייבט מיט זיין אומבארירטע צושטרויבעלטע בארד, לענגערע אויליגע פאות, גרויסע קאפעל, ר"ת גאטקעס, פלאָרשיים שיך, אבער די ווייב וויל ער אז זי זאל אנטון א לענגערע שייטל, שמאלערע בגדים, דינע שווארצע טייטס, באשמירט און באשמעקט מכף הרגל עד הראש, און ער פארשטייט נישט פארוואס זי וויל נישט. ער מיז קומען אויף קרעמל בעטן עצות און ער דארף אויך א טערעפיסט פאר דעם. ער וויל בלייבן די זעלבע ראציגע ארכי-חסידישע אינגערמאן, אבער זיין ווייב זאל זיין א מאדעל וואס זאל פאסטען פאר א מאגאזין קאווער. דאס איז פונקטליך די סיבה פארוואס עס איז שווערער ביי אינז צו מאדערניזירן א ווייב, זיי זעהן עס פון זייער פערספעקטיוו, זיי זעהן "ווער" עס בעט עס פון זיי און עס קומט זיי ממש צו לאכען פון די השגות און פאנטאזיעס צו בעטן אזעלכע זאכען פון זיי.