טעראר אין וויליאמסבורג

א בייק לעין?
די זעלבע סיבה פארוואס מען האט עס געמאכט. ווייל עס מאכט די ראוד שמאולער
טראכט מיט אן אפענע קאפ, נישט מיט ווילדע פארנאטישע אינפארמאציע וואס דער איד און דער בלאט פיטערן דיר.

בייקס זענען א פאקט פונעם לעבן אינעם היינטיגן ניו יארק. די בייקס דארפן א פארזיכערטער פלאץ ווי צו פארן. אז נישט איז עס א סכנה פאר זיי און די דרייווערס.

וועסטו זאגן אז וויליאמסבורג דרייווט מען נישט קיין בייקס, אבער די פארער זענען דאך דא אין דו ווילסט אז די אלע פארער זאלן ניצן בייקס און נישט קיין קארס, דו ווילסט דאך נישט אז די פארקער זאל ווערן נאך ערגער.

וועסטו זאגן אז די בייק לעין איז א סכנה. עסט זיך צוגעוואוינען. אזוי ווי אונז זענען צוגעוואוינט צו א ראוד. געב עס צייט.

די גאנצע מערכה אנגעקגן די בייק לעין איז פארנאטיש, אלד קלעס, און נאריש.
 
ס'דא א בייק לעין אויף גאנץ בעדפארד עוועניו, פארוואס ביי מירטל דארף זיך עס סטאפן, ווייל שפרינצא האט נישט געוואלט נעמען בירט קאנטראל, אירע צען קינדער דרייען זיך אויפן גאס אהן קיין אויפזיכט און קענען אריינלויפן אין די בייק לעין ?

אפשר זאל מען אפשפארן גאנץ בעדפארד אז די אמגעווינטשענע עלעמענטן זאל נישט קענען אדורך פארן, און נאך דעים די סיידוואלק פאר פיס גייער, נאר אריין לאזן א מאנס פערזאן מיט א היט און רעקל, אדער א פרוי מיט א סקירט און שייטל
אזוי אפשטעלן אלע אמגעווינטשענע עלעמענטן
 
ס'דא א בייק לעין אויף גאנץ בעדפארד עוועניו, פארוואס ביי מירטל דארף זיך עס סטאפן, ווייל שפרינצא האט נישט געוואלט נעמען בירט קאנטראל, אירע צען קינדער דרייען זיך אויפן גאס אהן קיין אויפזיכט און קענען אריינלויפן אין די בייק לעין ?
איי עם שמעקעדיג ענד איי דיסעפראוו דיס מעסידזש. עקלדיג.
 
די פראבלעם איז נישט די בייקלעין, גאנץ וויליאמסבורג איז פול מיט בייקלעינס. די פראבלעם איז וואו זיי האבן עס געלייגט.

דאס אז די בייק לעין איז נאך די געפארקטע קארס איז א סכנה, ווייל ס'פארשטעלט די וועג צו זען פון קינדער וואס קראסן אדער קומען אראפ פון באס און די בייקער קען אויך נישט זען אויב איינער וויל קראסן
 
איעדער האקט, אבער קיינער איז נישט מסביר "פארוואס" האט מען עס געלייגט נאך די פארקט קארס??

סהאט עפעס ציטון מיט דאס, אז קיינער האט נישט רעספעקטירט די לעין פאר אפאר יאר, און אלע סיענעס זענען געפארען אויף די לעין??
 
מער סעיף פאר די בייקערס, אויף אסאך גאסן איז עס אזוי, למשל 4טע עוועניו
 
די פראבלעם איז נישט די בייקלעין, גאנץ וויליאמסבורג איז פול מיט בייקלעינס. די פראבלעם איז וואו זיי האבן עס געלייגט.

דאס אז די בייק לעין איז נאך די געפארקטע קארס איז א סכנה, ווייל ס'פארשטעלט די וועג צו זען פון קינדער וואס קראסן אדער קומען אראפ פון באס און די בייקער קען אויך נישט זען אויב איינער וויל קראסן
ס'איז נישט לעגאל צו קראסן אינמיטן א גאס, דאס אז די בייקס שטעלן זיך נישט אפ פאר קיין באסעס איז אַלטע פראבלעם, דעיס קען מען שנעל מסדר זיין
 
עס נישט מער ווי יושר אמאל ליידן אונז און אמאל זיי. ביי יעדע נארישע רבישע חתונה אדער הכנסת ספר תורה בלאקט מען אפ בעדפארד עווניו, די עולם כאפט נישט וועלכע חורבנות עס מאכט פאר די טרעפיק, מען דארף זיך אויסלערנען אז מען לעבט מיט שכינים און מען דארף זיך אויסקומען מיט זיי און נישט אלעס קען מען האבן.
 
טראכט מיט אן אפענע קאפ, נישט מיט ווילדע פארנאטישע אינפארמאציע וואס דער איד און דער בלאט פיטערן דיר.
מיין אינפארמאציע קומט פון די PR וואס די city האט געמאכט פאר מען האט איבערגעמאכט די בייק לעין.

בייקס זענען א פאקט פונעם לעבן אינעם היינטיגן ניו יארק. די בייקס דארפן א פארזיכערטער פלאץ ווי צו פארן. אז נישט איז עס א סכנה פאר זיי און די דרייווערס.
⬇️⬆️
וועסטו זאגן אז וויליאמסבורג דרייווט מען נאך נישט קיין בייקס,

אבער די פארער זענען דאך דא אין דו ווילסט אז די אלע פארער זאלן ניצן בייקס און נישט קיין קארס, דו ווילסט דאך נישט אז די פארקער זאל ווערן נאך ערגער.
איינע פון די סיבות פארוואס מען האט געמאכט די בייק לעין איז אז קארס זאלן מוזן פארן שטייטער.

וועסטו זאגן אז די בייק לעין איז א סכנה. עסט זיך צוגעוואוינען.
❓🧐🤔🫥
אזוי ווי אונז זענען צוגעוואוינט צו א ראוד. געב עס צייט.

די גאנצע מערכה אנגעקגן די בייק לעין איז פאנאטיש, אלד קלעס, און נאריש.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top