טראמפ און זיינע צאללאזע ליגנטס

פארדעם זאג איך דיר אז ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן געוואוט פאר טראמפ, אפילו זיי האלטן נישט אז ס'איז געווען פראוד, און זיי האלטן נישט אז ער איז א ראול מאדעל וויאזוי א מענטש פירט זיך אויף אין זיין פערזענליכע לעבן.

והא ראיה אז איבער האלב אמעריקא האט געוואוט פאר אים שוין ביי זיין דריטע געלויף, און מ'קען נישט זאגן אז מ'ווייסט נישט זיינע חסרונות, און מ'האט אים בטעות אריינגעוועלט, נאר וואס דען, ס'איז דא גאר אסאך שטארקע זאכן וואס ער ברענגט צום טיש, וואס אנדערע קענען נישט דעליווערן, און גאר אסאך מענטשן גייען פאר אים, ווייל ער איז גוט אויף די זאכן וואס ס'פעלט זיך אויס פארן לאנד.

אבער די גרינגסטע וועג ארויס איז צו זאגן אז אלע זיינע שטיצערס זענען משוגעים וואס גלייבן יעדע משוגעת וואס ער זאגט, און וואס סטיוו בענאן וחביריו זאגן, אזוי קען מען אראפמאלן יעדן פאר משוגעים און פערטיג, מ'דארף נישט מאכן קיין חשבון הנפש ווי מ'איז געגאנגען ראונג ביז אהער אז ס'זאל נאכאלס זיין ארום 75 מיליאן מענטשן וואס וואוטן פאר טראמפ, נאר יעדער איז משוגע און פערטיג.
 
והא ראיה אז איבער האלב אמעריקא האט געוואוט פאר אים שוין ביי זיין דריטע געלויף, און מ'קען נישט זאגן אז מ'ווייסט נישט זיינע חסרונות, און מ'האט אים בטעות אריינגעוועלט, נאר וואס דען, ס'איז דא גאר אסאך שטארקע זאכן וואס ער ברענגט צום טיש, וואס אנדערע קענען נישט דעליווערן, און גאר אסאך מענטשן גייען פאר אים, ווייל ער איז גוט אויף די זאכן וואס ס'פעלט זיך אויס פארן לאנד.
די פעשיסט פארטיי אין איטאליע האבן אויך באקומען איבער האלב און ערוועלט מוסוליני גייסטו downplay'n ווי נישט דיקטאטור ער איז אפילו ער זאגט אזוי אויף זיך אליינס? דאס איז נישט רעלעוואנט. טריי ניטאמאל...
נאר די פוינט איז: סתם שפעקיולירן למעשה וואוט די לאנד פארדעם מיינט נאכנישט אז די לאנד ווייסט אייביג פארוואס זי שטימט פאר, ווענדט זיך וואס מ'זאגט און וויאזוי מ'זאגט.

ווען מ'ווייסט אז אמעריקע האט א לאנגע היסטאריע פון שטימען קעגן אירע אינטערעסן בוש, בוש, ניקסאן גנב, רעיגען, הורבעט הווער ועוד, היטלער האט אויף דעם קאפיטאליזירט ווען דייטשלאנד איז געפאלן און ער האט פארקויפט די ברוקלין און די גאלדען געיט בריק... מ'קען פונקט אזוי מאכן די קעיס אז אמעריקע סעלפ סאבאטאדזישירט זיך מיטן תמימות'דיג אפקויפן די טראמפ חלומות פון פיקסן די לאנד אפילו ער ווייסט אליינס ער קען נישט... וואס גייט ער טוהן, די אלע געפאנגענע אין קארעא גייען אוודאי אויפהערן מאכן מיסיילס ווייל טראמפ גייט טרו'טן? יו כ'דארף טאקע א דיקאטאטור אויב אזוי, מ'דארפ א ערדואען זאל נאר האלטן דעם יאנג אן אין טשעק, כאטש ביז טראמפ שטארבט, אפילו ער איז שוין נישט פרעזידענט אין גאווערמענט זאל ער נאך מעגן זיין, ער איז דאך די מענטש פון וואס מ'ציטערט אוועק...

כ'פרעג דיר א סימפל שאלה האלסט נישט אז ווען מ'דערשרעקט א לאנד אז די קארטעל שטייען הארט ביי דיין טיר און די עצה איז פשוט אזא רוק אראפ די ראול אפ געיט אויפן בארדער, און די אנדערע זייט זאגט אלעס איז גוט און אלעס איז פיין...און ער שרייט חי וקים אז זי האט "ארויסגעלאזט" שאן טילמען ווי קענסטו וואוטן פאר אזא פרא קריים שלעכטע פירער? ווילסט דאך נישט זיין די מענטש ביים דינער טעיבל אמת?
אוודאי וואוט מען פאר דער וואס זאגט ס'איז נישט גוט און די וועלט גייט אונטערגיין... ס'איז דאך בעסיק נעיגיטיוויטי בייעס אז דער וואס רעדט פון גיטס הערט מען נישט אויס ווי דער וואס ברענגט שלעכטע בשורות פון קעץ און הינט. דאס זאג איך נאר פאר דיר ווייל איינמאל האסטו מיר אראפגעריסן אז איך בין בייעסד, ס'וועט דיר גארנישט העלפן כ'וועל דעס נישט אזוי שנעל פארגעסן...

וועסטו צוריקזאגן ביידן קען אויך נישט אופפס. ביז דא.
טשיפ'ס עקט
פארשטארקערט אונזער פריינטשאפט מיט טייוואן און פארזיכערט מיט דעם א פיוטשער פאר יארן צו קומען פאר ביידע לענדער קעגן טשיינע, ארויסגעקומען שארף קעגן טיק טאק/בייט דענס, וואס ביידע זייטן האבן היבשע עגרימענטס
טשיילד טעקס קרעדיט
א מעכטיגע אינפראסטראקטור ביל, ס'האט אזוי געבוסט א רייע פון אינדוסטרי'ס
זיך אנגענומען פאר יוניענס וואס האבן געוויסט אז ס'צייט צו סטרייקן אונטער אים, און האבן גוט געוויסט אז ווען ער איז אין פאוער וועט ער האבן זייער בעק... וכך הווה, ביידן האט פערזענליך אויסגערימט שאען פעין און איז א שטארקע שטיצער פון די אגענדע, סטרייקס האבן אויסגעבראכן אין א טוץ פון אינדוסטריס פון אויטא ביז האליוואד, און ניו יארק, און זענען ארויף אין זיינע צייטן צו פרישע היי'ס וואס מ'האט שוין נישט געזען יארן זינט די פארשאלטענער רעיגען זאל צוביסן ווערן אין קבר האט עס אונטערדריקט און מ'האט פשוט געציטערט פון זאגן א ווארט קעגן א שטרענגע בעלבאס, צוליב זיינע שטרענגע פאליסיס וואס האט נאך היינט אן אפעקט. א גאר א גוטע געווינס פאר די ווארקינג קלעס אונטער ביידן. וואס האט ער געטוהן? געמאכט טעריפ'ס און אוועקגענומען די ביסל וואס אונז האבן געהאט איבער טשיינע האמיר אויך נישט. די גרעסטע בושה פאר אזא ביליאנער ווי אים צו טוהן אזא זאך.
ווייטער
נאכעגעגאנגען ביג ביזנעס זאלן אויפהערן מיט דזשאנק פיעס
און ס'איז געווען עטליכע גרויסע class action suits וועגן דעם,
אינסולין פרייזן זענען געפאלן
קאנסיסטענט מיט ניגאוישיעטן די פרייזן פון ביג פארמע א וויכטיגע אישאו וואס אפעקטירט אונז אלע וואס כ'זעה נישט אויב זי געווינט אז דאס וואלט זיך אפגעשטילט
און נאך א גרויסע אויפטוה וואס ווערט נישט גערעדט כמעט ווייל מענטשן פילן עס נישט אבער מאכט אסאך אויס ביהיינד די סינס אויפגענומען לינע קאאהן פאר די FTC Chair וואס איז געווען זייער שטרענג אויף מאנאפאלי געזעצן און געבלאקט אסאך גרויסע מערדזשערס פון דורכגיין אלס חשש מארקסיסם וואס די שלעכטע קאמאלא וויל דאך טוהן... אז איין ביזנעס זאל ווערן אזוי גרויס ווי צען-צוואנציג קלענער וואס יארן זענען די טראמפ און אבאמא פיקס נישט געווען אזוי שטרענג, וואס ס'איז זייער דזשאב נאכצוגיין, אויך האט זי געוואלט בענ'ען נאן קאמפיט קלואזעס וואס זי איז א גרויסע קריטיק פון, און זי האלט שטערט פאר wages און דזשאב אפורטוניטיס און מאכן גרינגער פאר נייע ביזנעסער זיך צו עפענען און אנטוויקלען.

אלעס מיט די חשבון פון אינקריסן קאמפיטישן וואס העלפט די פריי מארקעט ספעציפיש אין די טעק אינדוסטרי ווי מ'זוכט אסאך פרישע טאלאנט און איז ווייטער זייער קאנסיסטענט מיט workers rights

און אויב האט דאס טאקע גענומען אפעקט קען דאס אסאך ערקלערן פארוואס טראץ ביידן'ס עקלדיגע עקאנאמי און נידריגע אפראוול רעיטינגס האט ער געהאט גאלדענע דזשאב ריפארט'ס... כ'וועל גלייבן ריפארטס איבער פאולס... אויף דעם עגרי מיר אונז זיכער נאך היי יאר

עניוועי

איך גיי מיך היבש בענקען צו איר, זי איז געווען זייער א גוטע מענטש אויפן דזשאב לויט מיין אינפארמאציע.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב שוין לאנג באמערקט אז דו טראסט נישט די דעמאקראטישע סיסטעם...

די פאלק וואוט אריין יעדע פאר יאר א רעפובליקאנע פרעזידענט און סאום האו זענען זיי יעדע מאל דורכגעפאלן... און זיי לערנען זיך נישט אויס...

בוש, בוש, רעיגען, ניקסאן גנב, און פארשטייט זיך טראמפ, טראמפ, טראמפ, ממש א צעדרייטע פאלק...

דאס אז טראמפ האט יעדע מאל פון זיינע קאמפיינען באקומען מער שטימען ווי די לעצטע מאל, דאס איז גארנישט ביי דיר, ווייל ווער האט זיי בכלל געפרעגט, די אמעריקאנע פאלק ווייסט דען וואס זיי ווילן? זיי וואוטן פאר די פאשיסטן פון די רעפובליקאנע פארטיי... זיי כאפן נישט אז ס'איז דא גוטע זשאבס רעפארטס...

דו ברענגסט א ראיה פון היטלער און אנדערע שקצים וואס מ'האט אריינגעוועלט, מיין קשיא איז, צו וואלט היטלער געווארן אריינגעוואוט דריי מאל? איין מאל פארשטיי איך אז מ'קען זיך אריינזעהן און יעדן פארדרייען א קאפ, מ'קען עס טון עטליכע מאל?

כאילו טראמפ איז געווען דער וואס האט געריטן אויף די פחד פון די פאלק ווייל ער האט גערעדט פון קעץ, בו בזמן וואס די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי צוזאמען מיט זייערע פאנדלעך אין די מידיא איז געווען זינגען טראמפ פאשיסט טראמפ היטלער, פארוואס נאר? אה, ווייל ער האט געמאכט א ראלי און א זאל וואס האט נאך א צימער וואס די נאציס האבן אמאל גענוצט פאר א ראלי... זיי האבן פארגעסן אז קלינטאן און קענעדי האבן אויך שוין גענוצט יענע זאל, אבער ווינדערלעך עטליכע טעג נאכדעם האט ביידען שיין אויפגענומען היטלער, און די חברה פון עם עס ענ בי סי זענען זיך געגאנגען טרעפן מיט היטלער פאר א שמועס, א אינטערסאנטע פאני לאנד...

און זאג מיר נישט אז די פאלק האט נישט געוויסט וואס טראמפ שטייט פאר, און וואס טראמפ פלאנט צו טון, ווייל די קאמפיינען פון ביידע זייטן דורכאויס די לעצטערע קאדענציעס האבן געספענדט ביליאנען דאלערס צו ארויסברענגען זייערע שיטות פאלעסיס און מיינונגען, די מידיא האמערט שוין פאר 9 יאר די שעדליכקייט פון טראמפ, און סאומהאו האט די פאלק דורכגעזעהן די בלאף.

זשאבס רעפארט... פונקט די לעצטע זשאב רעפארט פאר די עלעקשאנס איז צוגעקומען א מאגערע 12 טויזנט זשאבס, און דאס איז שוין נאך עטליכע גראבע קארעקשאנס אויף די פאר זשאבס רעפארט פון בעפאר.

און יא איך צו נישט צוריק מיין קלעים אז דו ביסט בייעסד, מ'זעט עס קלאר אין דיין פאריגע תגובה, ווען דו קענסט נישט פארשטיין וויאזוי מ'קען וואוטן פאר קיין איין רעפובליקאנע פרעזידענט, און דאן קענסטו נישט פארשטיין אז מ'וואוט פאר טראמפ, נאר ווייל ער דערשרעקט וועגן קעץ, בוש, ניקסאן און רעיגן פארשטייסטו אויך נישט, סאו פארוואס זאל איך טראכטן אז פונקט העריס האסטו בעסער ליב ווייל זי איז פשוט בעסער אויפן זשאב...?
 
ווייל ווער האט זיי בכלל געפרעגט, די אמעריקאנע פאלק ווייסט דען וואס זיי ווילן?
דיין זיידע זאגט אז עס איז דא א זיי מושג....

עי' ס' מקור חיים..

1732025669438.png


1732025752303.png
 
דיין זיידע זאגט אז עס איז דא א זיי מושג....

עי' ס' מקור חיים..

יא יא, אינדערהיים איז דעמאקראטיע געווען א אפגעפרעגטע זאך, אסאך צדיקים האבן דאך נישט געהאלטן פון נאפאליען וועגן די סיבה, ענדערש זיין אונטער די צאר ניקאליי אן קיין רעכטן און פערטיג.

איך גלייב דיר שוין נישט אז דו ביסט OTD... דברי חיים קענסטו נאך אויסענווייניג...
 
יא יא, אינדערהיים איז דעמאקראטיע געווען א אפגעפרעגטע זאך, אסאך צדיקים האבן דאך נישט געהאלטן פון נאפאליען וועגן די סיבה, ענדערש זיין אונטער די צאר ניקאליי אן קיין רעכטן און פערטיג.

איך גלייב דיר שוין נישט אז דו ביסט OTD... דברי חיים קענסטו נאך אויסענווייניג...
איך פארשטיי נישט זיין א otd איז א סתירה מיט זיין א ת"ח?
איך enjoy צו לערנען תורה און בפרט די חסידישע ספרים וואס מיינע זיידעס האבן געשריבן.....
עס איז ביי מיר קיין סתירה נישט פון זיצען לערנען א שטיקל ד"ח אדער אמרי נועם שבת נאכן טשולנט ווען אין די אויערן איז איינגעשטעקט earphones און עס שפילט א געשמאקע ראשפיצע תנועה / צו א צובראכנע צאנזע ניגונדל / צו א שטיקל חזנות פון יוסל'י צו א געשמאקע ניגון פון טיילור סוויפט אא"ו
נאך מער איך האב אמאל געזאגט מיין טאטען אז דו וויסט באמת א עונג שבת, צונד אן ביים סעודה א מייק זאל שפילן שבת'דיגע ניגון, עס האט אינגאנצן א אנדערע טעם אזא סעודה עס איז נישט מעין עולם הבא עס איז עולם הבא אליינס ממש א נעקסט לעוועל

און אגב ליידער קען איך נישט גאנץ דברי חיים הלוואי איך וואלט געקענט
 
נאך מער איך האב אמאל געזאגט מיין טאטען אז דו וויסט באמת א עונג שבת, צונד אן ביים סעודה א מייק זאל שפילן שבת'דיגע ניגון, עס האט אינגאנצן א אנדערע טעם אזא סעודה עס איז נישט מעין עולם הבא עס איז עולם הבא אליינס ממש א נעקסט לעוועל
נו און וואס האט דיין טאטע דיך געענטפערט?
 
איך האב שוין לאנג באמערקט אז דו טראסט נישט די דעמאקראטישע סיסטעם...
I don't follow ביטע זיי מסביר ווייל כ'בין נישט זיכער ווי דאס קומט אריין
די פאלק וואוט אריין יעדע פאר יאר א רעפובליקאנע פרעזידענט און סאום האו זענען זיי יעדע מאל דורכגעפאלן... און זיי לערנען זיך נישט אויס...

בוש, בוש, רעיגען, ניקסאן גנב, און פארשטייט זיך טראמפ, טראמפ, טראמפ, ממש א צעדרייטע פאלק..
קענסט לאכן אבער פאר אויפגעקלערטע מענטשן איז עס בכלל נישט קיין חידוש.
איך ווייס נישט אויב דו האסט אמאל געהערט פון סיוויקס איך געדענק רעדן דערפון אויף ק.ש. אז דאס מאכט אויס פאר א מענטשן'ס בילדונג שפעטער וויאזוי מ'שטימט.

דאס אז טראמפ האט יעדע מאל פון זיינע קאמפיינען באקומען מער שטימען ווי די לעצטע מאל, דאס איז גארנישט ביי דיר, ווייל ווער האט זיי בכלל געפרעגט, די אמעריקאנע פאלק ווייסט דען וואס זיי ווילן? זיי וואוטן פאר די פאשיסטן פון די רעפובליקאנע פארטיי... זיי כאפן נישט אז ס'איז דא גוטע זשאבס רעפארטס...

דו ברענגסט א ראיה פון היטלער און אנדערע שקצים וואס מ'האט אריינגעוועלט, מיין קשיא איז, צו וואלט היטלער געווארן אריינגעוואוט דריי מאל? איין מאל פארשטיי איך אז מ'קען זיך אריינזעהן און יעדן פארדרייען א קאפ, מ'קען עס טון עטליכע מאל?

כאילו טראמפ איז געווען דער וואס האט געריטן אויף די פחד פון די פאלק ווייל ער האט גערעדט פון קעץ, בו בזמן וואס די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי צוזאמען מיט זייערע פאנדלעך אין די מידיא איז געווען זינגען טראמפ פאשיסט טראמפ היטלער, פארוואס נאר? אה, ווייל ער האט געמאכט א ראלי און א זאל וואס האט נאך א צימער וואס די נאציס האבן אמאל גענוצט פאר א ראלי...
דאס איז געווען די סיבה? נישט אז ער האט אויפגערייצט א צוהיצטע מאב ווייל ער האט געהאלטן אז די קאורט סיסטעם איז קעגן אים טראץ א גרויס חלק פון די ריכטער האט ער אריינגעשטעלט?
אין די צייט וואס די ריפובליקאנער לייקענען שטיין און ביין דברים ידיעים וואס יעדער מיט אביסל נייגער און אביעקטיוויטעיט קען טרעפן ווידיאו'ס פון מענטש מיט מעסערס, גאז, רייפלס, גלאקס, בער ספרעי, אייזענע שטאנגען פון קאנפעדערעט פענער, און אנדערע עקספלאסיוו'ס,

ער האט אליינס געזאגט און געוויזן אז ער איז א דיקטאטור
ער האט קלאר שטודירט דיקטאטורן און געפארשט וויאזוי זיי קאנטראלירן מענטשן. מ'זעט עס בחוש. אטאקירן און delegitimizing די פרעסע פאר די מענטשן און דאס האבן פערזענליכע vendettas מיט די יעניגע וואס זאגן זאכן קעגן זיין נאראטיוו יא אמת נישט אמת, למחצה לשליש, קען זיין דו קענסט נישט די היסטאריע אבער פאר דער וואס קען אביסל פארשטייט עס.

אונז לעבן היינט אין א גאר אפענע וועלט זיי מוחל גיי ליין אדער קוק נאך ווער דאראטי טאמפסאן איז געווען...

מ'זאגט נישט ער איז היטלער און ער האט פלענער צו בויען קאנצענטארציע קעמפ'ס און קרימעטאריעמ'ס ווער נישט סטאק, אבער א דיקטאטור און א קאנטראל פריעק איז ער, אזוי ווי העלבראנץ איז.

ווער ער איז ווען א קלאון פון שטאט וואלט נישט געווען אזא פראבלעם אז ער איז א נארסיסיסט, און א מאניפולירער, דאס איז די זעלבע ווי היטלער ער האט געזאגט זאכן אריינצוכאפן מענטשן למעשה האט זיך שנעל אויסגעשטעלט אז ער איז געווען א קענסער.

אלע פרוף האב איך אין די 2 שעה וואס ער איז געזיצן אין די white house דיינינג רום און קוקן טיווי בעת וואס די לאנד פארט אויף רעדער נאר אדאנק אים, און קיין סטעיטמענט עס צו פארדאמען האט מען נאך ביזן היינטיגן טאג נישט געהערט. און נישט נאר דאס, ער האט נישט געקענט זיך ברענגען צו זאגן וואס מ'האט אים פארגעשריבן עס צו פארדאמען, די ליגנט איז = ער איז דאך גערעכט. די אמת = איך בין א דיקטאטור און ווען ס'גייט נישט מיין וועג וויל איך כאטש ענדזשויען מיין נצחון.

לאמיר שוין זאגן ער הייליג גערעכט, אבער דא שטייען וואס זענען אן קיין שום שאלה אין די וועלט בחזקת סכנה פאר ארומיגע, און האבן געוואלט מייק פענס'ס קאפ.

און ער זיצט און עסט מיטאג און שווייגט. טוה עפעס! שרייב, זאג, שיק שליחים. גארנישט! זאלן פאליציי דערשטיקט ווערן צום טויט. יעדער זאל ליידן, איך איך איך און נאכאמאל איך.

און זאגט נאך איך האב ענק ליב, און עטס זענטס פרידליכע פאטריאטן פאר דעם מיין פריינט איז ער א דיקטאטור!

ס'איז אים ענדערש צו קאקן אויף נאטא ווייל ער האט דיך צוגעזאגט אז פוטין האט מורא פון אים...
יא יא אזוי ווי שי וואס האט אים אויסגעלאכט אין מאר-א-לאגא מיט זיין ווייב אינאיינעם, נישט קיין חילוק ווי שיין איוואנקא טראמפ'ס מעיקאפ איז געווען און ווי גוט זי האט אויסגעלערנט איר טאכטער צו רעדן כיניעזיש... ס'איז גארנישט מיט נישט געווען.
ס'האט נישט קיין איין גוטע זאך געברענגט פאר אמעריקע! נאר צרות. וואס מ'האט געהאט גענוג פאר דעם.

און דו וועסט פאדרייען די שמועס כדרכך, אבער קיין לאגישע rebuttals מיר אפצופרעגן ערווארט איך נישט.

Gaslighting הייסט נישט געטענה'ט, אונז זעמער אלעַ passionate אין אונזערע שיטות אבער ס'איז דא א וועג וויאזוי מ'רעדט און וויאזוי מ'דעבאטירט.

און זאג מיר נישט אז די פאלק האט נישט געוויסט וואס טראמפ שטייט פאר, און וואס טראמפ פלאנט צו טון, ווייל די קאמפיינען פון ביידע זייטן דורכאויס די לעצטערע קאדענציעס האבן געספענדט ביליאנען דאלערס צו ארויסברענגען זייערע שיטות פאלעסיס און מיינונגען, די מידיא האמערט שוין פאר 9 יאר די שעדליכקייט פון טראמפ, און סאומהאו האט די פאלק דורכגעזעהן די בלאף.
מיינסט צו זאגן האלב פון די פאלק. ס'איז נישט שווארץ און ווייס. אבוויעס צו מיר אז אין די האלב פון די פאלק פאלט א גרויס טייל פאר א פאנטאזיע, און א סווינג עולם וואס איז נישט צופרידן פון איר, לאו דוקא חסידים פון אים, די זעלבע איז פארקערט אויך. אדער וויל נישט א פרוי זאל האבן מער פאוער ווי א מאן. וכו' נישט קיין חילוק וואס זי וואלט געזאגט. גוט מארגן אמעריקע.

פאר דעם איז די היילונג טאקע ווי דו האסט געזעהן אויף טעלעגרעם, זאל מען גיין נאך לינקער נישט פארקערט, נישט זיין אזוי דערשראקן פון זיין באמת אפן מיט שיטות. ווייל ווען יענער שיסט מיט וואפן קען מען נישט שיסן מיט פייל און בויגן.

אבער אויך איז ווי כ'האב דיר שוין אפאר מאל מסביר געווען די דעמקראטן זענען מער קאנסיסטענט (און בערני איז בארינג, אפילו אויב ער שרייט שוין יארן די רייכע האבן צופיל געלט און ביג פארמע איז אונזער ווארקינג קלעס שונא)
זשאבס רעפארט... פונקט די לעצטע זשאב רעפארט פאר די עלעקשאנס איז צוגעקומען א מאגערע 12 טויזנט זשאבס, און דאס איז שוין נאך עטליכע גראבע קארעקשאנס אויף די פאר זשאבס רעפארט פון בעפאר.
דא האב איך געלייגט א טשארט מיט א פונקטליכע side by side comparison פון אלע נומערן איינמאל פאר אלעמאל איך זאל זעהן די מעכטיגע עקאנאמי וואס רעכטע קענען אהערשטעלן. זייער אן אינטערסאנטע זאך.

איך בין נאכגעגאנגען כראנאלאגיע'ס פון די trade war אגענדע, מיט דעיטס ווען איז דעס געשעהן ווען איז יענס געשעהן (נעם נישט מיין ווארט ווייל איך בין זייער בייעסד און אויסער פיינט האבן טראמפ ווערט מען נישט קיין סך קלוגער)
פונקט אין די חדשים אזוי smack אינמיטן ווען ער האט זיך גענומען צו טערריפ'ן מיט א פעסקייט, מ'רעדט טיף אריין אויפן גרעסטן פארנעם און טשיינע האט שוין "פיין" באקומען די מעסעדזש און ער האט נאכמער געטערריפט פון 10% צו נאך העכער 25% און פון 200 צו 300 ביליאן ווערט פון סחורה האבן די דזשאב'ס רעפארט זיך גענומען אזוי מין טראסקענען אויף חרפות'דיגע נומערן! דאס האט דאך געדארפט צוברענגען אזויפיל שפע רב צו אונזער לאנד, מה הפשט? ער האט דאך געהאט א גאלדענע איידיע דא אונז רייך צו מאכן
 
לעצט רעדאגירט:
די מאגאיסטן שרייען אז "קיינער איז נישט געווען באוואפנט" ניין זאג איך דיר
ווייטער די מאגאיסטן שרייען "קיינער איז נישט געשטארבן" ניין זאג איך דיר

דזשאן בעניועלאוס מ'זעהט אים דא מיט די רויטע דשעקעטל אין דעם קליפ שיסן צוויי מאל
קריסטאפער עלבערטס
דזשערעד טאמעס
גיי רעפעט


זענען נאר א טייל פון די נעמען וואס זענען קאנוויקטעד פעלענס פארן אריינברענגען ביקסן אין די קעפיטעל בילדונג אדער זיך דרייען מיט געווער, (ס'איז געווען סך מע, נישט יעדער האט מען געטשארדשט)
פארגעס פון אלע בעפארברייטונגען צום מעמד,
טראמפ אליינס איז געווארן געבריפט יענעם צופרי ביי ארנאטא אז ס'איז דא געווער ארום די קעפיטאל...

Oath keepers האבן געהאט הויפנס
אין ווען'ס, אין האטעלן ארום וואשינגטאן די סי
קליוולאנד גראווער מערעדיט איז א טעראריסט וואס האט געסטראשעט צו הארגענען נענסי פעלאוסי, און מ'האט אים געכאפט מיט 2500 ראונדס אפ אימיונישן וואס ער האט געפלאנט צו נוצן, און ער איז ארעסטירט געווארן

איך האב געזען פוטידש ווי א מיטל יעריגער צוהיצטע ווייסער שטייט ארום א גרופע מענטשן צווישן צאמגעפאלענע באריקאדע'ס און אינסייט וויילענס פאר א עולם יעדער זאל גיין אויפבלאזן זייערע אייגענע סיטי'ס און קעפיטל'ס... ס'איז דא ווידיאו'ס ווי איינער שיסט פון א הויעכע סקעיפאלד אין די לופטן, און מ'הערט איינעם שרייען פאר הילף

און נאכאמאל, קיינער זאגט נישט די מענטשן רעפרעזענטירן די געווענליכע טראמפ וואוטער סא דארפסט נישט יעצט פארענטפערן א זאך וואס מ'זאגט נישט. אבער וואס מ'זאגט יא איז אז די גאנצע זאך איז איין מענטש שולדיג א דיקטאטור מיט זיינע 2 שווענסלעך רודי און מעדאוס וואס האבן דאס אויספלאנירט, טראצדעם וואס פעט סיפעלאוני און א שטאב פון לויערס האבן געהאלטן אין איין עדווייזן דערקעגן אז ס'גייט קאסטן טייער און "אסאך מענטשן גייען גיין אין פריזן דערפאר"

איין מענטש וואס איז געווען גרייט ס'זאל זיך גיסן בלוט אין די גאסן און מענטשן זאלן דערווארגן ווערן פאר זיין כבוד און גערעכטיגקייט. אפגעזעהן פון די קאנסוקווענצן און ווער ס'כאפט אלס קלעפ דערפאר, מיט אים אדער
דער קעגן הייסט ביי מיר א דיקטאטור. קיין איין נייעס באריכט האט מיר נישט געזאגט צו טראכטן אזוי, איך זעה די אינפארמעישן און איך פארמיר א קאנקלוזיע. ווילאנג דו האסט נישט קיין בעסערע ריבוטל בלייבט דאס די דיאפאולט פאזיציע.


 
לעצט רעדאגירט:
בוש האב איך געמיינט לשיטתם אז מ'דארף שניידן טעקס און למעשה האט ער געהעכערט.

די באקאנטע read my lips no new taxes

ווייל אזא נישט פארגלייבטע "rino" - ווי די געשאווירענע קאנס האבן אים ליב צו באטיטלען - פארשטייט אויך סוף סוף אז מ'קען נישט שניידן אויפן חשבון אז ס'זאל קאסטן פארן בודזשעט מער, און נאך ווייניגער געלט וועט אריינקומען, און מ'וועט מוזן בארגן נאך טריליאנען וואס מ'האט נישט צו באצאלן... ס'ארבעט נישט אזוי.
 
בוש האב איך געמיינט לשיטתם אז מ'דארף שניידן טעקס און למעשה האט ער געהעכערט.

די באקאנטע read my lips no new taxes

ווייל אזא נישט פארגלייבטע "rino" - ווי די געשאווירענע קאנס האבן אים ליב צו באטיטלען - פארשטייט אויך סוף סוף אז מ'קען נישט שניידן אויפן חשבון אז ס'זאל קאסטן פארן בודזשעט מער, און נאך ווייניגער געלט וועט אריינקומען, און מ'וועט מוזן בארגן נאך טריליאנען וואס מ'האט נישט צו באצאלן... ס'ארבעט נישט אזוי.
מ'זעהט טאקע אז די שטייער געלטער ווערן שפענדירט זייער אחריות'דיג.
 
@אינטעליגענט כדרכך טשעפעסטו... אבער איך כדרכי גיי איך מיך נישט צוקראצן...

און בנוגע די איבריגע גיי איך ענטפערן שפעטער אויב איך גיי האבן געדולד
 
@אינטעליגענט כדרכך טשעפעסטו... אבער איך כדרכי גיי איך מיך נישט צוקראצן...

און בנוגע די איבריגע גיי איך ענטפערן שפעטער אויב איך גיי האבן געדולד
איך טשעפענען א איד?

כ'ווייס איך בין אביסל שארף, ווייז מיר צו ווי ס'איז א פערזענליכע טשעפע דאס אז איך זאג דו ביזט נישט עדזושקעיטעד?

כ'קען דיר נישט העלפן ווען דו רעדסט זאכן וואס שטימט נישט מיין אינפארמעישן. אמאל רעדסטו פשוט גראבע שטותים וואס כ'מוז פארעכטן.
כ'פרוביר נישט צו זיין פערזענליך אבער גראדע היינט בין איך אין א היבש דיפרעסטע גיסטע.
 
איך וויל עפענען א פאליטישע שנירל פון א ליבעראלע בליק, ארום טראמפ'ס פאליסיס, "אלטערנאטיווע פאקטן" און רעטאריק.

און איך וויל שיין בעטן. לאמיר פרובירן צו זיין ציוויל און זיך נישט שטעכן און אטאקירן פערזענליך, איך בין אויך א מענטש און איך קען מיר אויך אויפרעגן, אבער איך האב ליב צו גלייבן אז היינט גיי איך צו צו א דין ודברים/וויכוח מיט ערוואקסנקייט און א ציל צו טרעפן די פאקטן, נישט א ציל פון האבן די לעצטע ווארט. סא איך וויל דיר בעטן אז דו ביזט דא צו האבן די לעצטע ווארט און נישט צו ווערן קלוגער, נאר צו סקאורן א פוינט ווי עפעס א בעל עגלה אפשר ליין נישט דא. דא וויל איך האבן א שמועס מיט ערוואקסענע שרייבערס, לערנערס און ליינערס און טראכטערס, נישט מענטשן וואס זענען געטריבן פון קורצ-קוקנדע sound bites אדער מימ'ס וואס האט נישט קיין פלאץ פאר טיפערע פילזאפיע. א דאנק.

יעצט פאר מ'גייט אריין אין די קעפל דארף מען קלאר מאכן וואס א ליגנט מיינט און וואס די חילוק איז מה כל הרעש ביי דאנאלד טראמפ

lies of commission​

ליגנט נומער איין
פשוט, די באקאנסטע, זאגן א אומאקוראטע סטעיטמענט, פאלש.

lies of exaggeration​

ליגנט נומער צוויי
מאכן א גוזמא, ס'הייסט עפעס ענליך וואס איז אמת אדער האלב אמת אבער איבערטרייבן.

lies of omission​

ליגנט נומער דריי
ליגנט ביי אומישן איז ווען מ'זאגט א ליגנט אויסלאזנ'דיג וויכטיגע אינפארמאציע וואס מאכט די ליגנט אויסקוקן ווי אמת, און דערפאר דיסיווינג דאס גייט אויך אריין אין falsification

the protect feelings lie​

ליגנט נומער פיר
white lie א סארט ליגנט וואס א נארמאלע מענטש וועט זאגן סתם אין די מינוט ווי למשל א פאלשע קאמפלימענט ביזט אזוי קיוט ביזט שיין אנגעטוהן און יענער זעט אויס ווי א גל של עצמות, אויף די רעזומעי איך געב אטענשן צו דיטעיל... יא זיכער, אזא שיינע בר מצוה פסס.. יעדער זאגט עס, מ'ווייסט אז מ'מיינט עס נישט אבער מ'זאגט עס עניוועי. אקעי.

ליגנט נומער פינף
דיסאינפארמעישן. דאס איז ליגנט וואס ווערט פארשפרייט מיט די כוונה צו שעדיגן.

ליגנט נומער זעקס
מיסאינפארמעישן. דאס איז ליגנט וואס ווערט פארשפרייט אבער אן די כוונה צו שעדיגן.

נאכדעם איז דא אן אומאפיציעלע זיבעטע וואס כ'האב אמאל געהערט פון ניעל דיגרעס טייסאן בלשון סגי נהור א "פאליטישע אמת איז א סטעיטמענט וואס מ'זאגט אזויפיל מאל איבער ביז ס'ווערט אמת."

אקעי...! קום שוין צו די פוינט דו האסט פיינט טראמפ ביי... נאכנישט פארטיג דא דארף מען נוצן אסאך קאפ, מיר אינטעליגענטע ליבעראלן גייען דוקא גאר טיף ווי מ'קען נישט מיט א טרוט סאושל איביעה פארשטיין אלעס...

נאכדעם איז דא סארטן ליגענערס אויך, ס'איז דא habitual liars און ס'איז דא pathological liar

Pathological Liar​

Lie for more conscious reasons, such as to get their way, uphold an image, or manipulate others. They may be goal-oriented, and have little regard for others' feelings. Pathological lying may be linked to personality disorders like narcissism or antisocial behavior.

דאס איז אנדערש ווי זאגן ליגנט צוליב למשל ענקזייעטי פאניק א פחד פון "אריינ'פיטן" דאס איז ליגט געווענליך פאר די אייגענע געין, אימפרעשן, אדער עגא, די סארט ליגענער איז געטריבן פון סעלפיש ביעהוויער די שקרים מאכן דעם שקרן אויסזעהן הערראיש און מעכטיג.

נאכדעם איז דא א זאך ווי א בעל דמיון

Delusional​

Someone who is delusional will hold onto their belief firmly, even when presented with evidence that contradicts it. A delusion is a false belief that is not open to change.

איינמאל מ'האט דאס ארויס קען מען פארשטיין קלארער וואס טוט זיך אין טראמפ'ס מוח:

טראמפ אויסער וואס ער איז א שקרן ווי אלע שקרנים (וואס ער האט דאך פארקויפט אז ער איז נישט ווי זיי וואס רעדן און האלטן נישט איין, זאגן וואס מ'וויל הערן אבער ער זאגט וואס ער האלט פאר ווער ס'געדענקט נאך זיינע 2015-2016 דיבורים איז נישט דא וואס צו טענה'ן אז די טראמפ פון היינט איז א ערנסטע דיפארטשור)
ער גארנישט בעסער ווי אלע אנדערע קארופט עליטע וואס רעפרעזענטירן ווייניג. דאס איז חוץ א מעשה.

אבער ווי ער שטייט היבש ארויס איז מיט זיין פעטעלאגישע ליגנט'ס ווי ווייניג פרעזידענטן אין אונזער צייט, זאגסט א זאך וואס דו גלייבסט אין דעם אלס געין פון גארנישט נאר זיך אליין. און עס האלטן אין איין טוהן איבער און איבער.

טראמפ איז אויך צווישן אנדערע, א געזונטער בעל דמיון, א מענטש וואס זעהט די וועלט אנדערש ווי אלגעמיין. ווייטער פאקטן מעטערס, כ'רעד יעצט אפי' נישט אין פאליטישע טערמ'ס מ'הייבט דא אן א שמועס בעיקר איבער וואס מיינט שקר און אמת, פאקט און פיקציע. פארשטייט זיך אליין אז ס'פארט פאליטיש אבער איך ציל דא א זאך וואס איז פיל וויכטיגער ווי נארישע פאליטיק. לית מאן דפליג אז פאליטיקאנטן זענען שקרנים, ס'איז א מציאות וואס מ'ווייסט אז ס'איז בפשטות א חלק פון די דזשאב אזוי ווי א שדכן קען נישט זיין קיין תמים, אזוי איז די סדר, הלוואי ווען וועלט איז וועלט. אבער מ'דארף שלום מאכן מיטן מצב אויף וויפיל מעגליך.

אבער וואס איך וויל ארויסברענגען מה נשתנה ב'דאנעלד טראמפ אז אלע אנדערע זאגן ליגנט א גאנץ יאר איז איז ער דען א יחיד במינו? 2 זאכן: יא ער איז, 1. דער מענטש זאגט שקר קאנסטענטלי! שקר איז זיין מיטעלסטע נאמען, און 2. ער שטופט דעלויזיעס (דמיונות) וואס איז פשוט און גראד נישט געשטויגן וואס קענסט אים נישט אפפרעגן מיט באווייז אזוי האט ער געזאגט! אזוי זאגט מען נאך פון צדיקים און מ'פרעגט נישט אפ א צדיק! ווער פרע... דו האסט געפרעגט? פאטש! אט אזוי! אונז פיר מיר זיך נישט אנדערש! עניוועי.. קאם אן מען.. דאס איז דאך א אומדעהערטקייט וואס דאס גייט אריין סיי אין נארסיסיזם און סיי אין נישט קענען מבחין זיין בין פאקט ובין פענטעסי. און די 2 טרעיטס זענען א שלעכטע קאמבינאציע פאר די פירער פון די שטערקסטע מדינה אין די וועסט און מעגליך אין די וועלט.

און קום נישט מיט די מידיא און מיט דאס יעצט, ווייל איך ארבעט נישט פאר סי ען ען, איך רעד פון מיר צו דיר. קיינער קוקט נישט קיין פאליטישע מידיא אויסער אפאר באבע'ס לאדיך אפ, דו ווייסט אז ס'איז נישט מידיא ס'איז טרוט סאושל דיין אראפרייסן די מידיא קומט פון מענטשן וואס בלעבלען נאך די מידיא די מידיא... אן וויסן וואס פליט.

צוריק צו אונז, למשל ווען דו ווילסט פינפוינטן אז הילערי האט געזאגט ליגנט וועגן אימעילס אזא מין זאך אקעי, מ'קען הערן אדער אבאמא וועגן וויפיל גאן'ס פון מעקסיקא קומט פון אמעריקע, וואס ער האט בשעתו געמאכט א גוזמא, אדער אפשר געזאגט א ליגנט צו מאכן זיין העלטקעיר אויסזעהן אביסל גלאנציגער סטרעטשן די אמת אקעי מעגליך איז עס א זעקס, צו א פינף אפשר טאקע ליגנט! א פאדריסליכן ליגנט! ביל קלינטאן האט קודם געלייקנט וועגן די לעווינסקי סקאנדאל יתכן. ס'טרעפט זיך. ביזט מער אויסגעארבעט ווי דעם? אדער נאר ווען ס'איז א פובליק פיגור גייט דיר עס אין לעבן? שוין, דער מענטש אבער זאגט ליגנט פאר פרישטאג און מיטאג, לעבן אויף די וועלט לייקנט ער וואס טוט זיך, אנלייק אנשטענדיגע מענטשן וואס קענען זיך פארעכטן אויב ס'איז געווען עפעס וואס מ'האט זיי געכאפט ביי מעשה, אנלייק א ליגנט וואס איז שוין פעסטגעשטעלט און די פובליק ווייסט אז ס'איז שוין אלטע נייעס ניין ער פארט ווייטער דערמיט. אפילו ס'איז שוין לאנג דיבאנקד. דאס איז די חילוק!
ווען ס'קומט אים אויס גוט וועט ער עס זאגן וויפיל ס'לאזט זיך.

עד כדי כך אז די וואשינגטאן פאוסט האט אנגעהויבן א דעטע בעיס אין 2017 וואס האט דערגרייכט אזויפיל ווי 30,573 שקרים! אדער מאל וואס ער האט איבערגעזאגט א שקר אין איין מאורע. אפילו דו זאלסט ציילן דו וועסט נישט טרעפן קיין פאליטיקאנט אין א לאנגע צייט וואס איז אנגעקומען צו אזעלכע נומבערס וואס האט אזויפיל צאמגערעדט שטותים. אפשר קען על ראן הובערד די גרינדער פון סייענטאלידזשי אים ביעטן, ער האט די ווארלד רעקארד פון די מערסטע ביכער עווער געשריבן געווארן און ס'איז געווארן א גאנצע קולט באזירט אויף זיין סיי-פיי קרעפ.

לאמיר דורכלויפן עטליכע גאר אין קורצן און מ'קען ליינען מער אין די דעטע בעיס

1. מיר האבן געבויט א גוטע עקאנמיע... מיט אונזערע פאליסיס האבן אונז געבויט די בעסטע עקאנאמיע אין די היסטאריע פון די וועלט
פאקט: לינדן דזשאנסאן האט געהאט העכערע דזשידיפי וואוקס, אבאמא האט געהאט מער דזשאבס ביל קלינטאן נאך מער. אנעמפלוימענט איז געווען נידריג און ער פארדינט קרעדיט דערפאר אבער ס'איז נישט געווען קיין שום היסטארישע רעקארד פיקציע: טראמפ האט געבויט די בעסטע עקאנאמיע אין די היסטאריע פון די וועלט

2.
אינפלעישן איז זייער הויעך האט ער געזאגט ביי די RNC ס'איז 3, ס'איז געווען 14 ווען זיין רעיגען איז געווארן פרעזידענט. פאקט: 14 איז הויעך פיקציע: 3 איז הויעך. לערן די חילוק פון נידריג און הויעך ס'איז וויכטיג צו וויסן. לאמיר שוין נישט רעדן פון די דיפלעישן אין 1929 אין די הערבערט הווער ערע...

אויך, טראמפ האט אפוינטעד דזשעראום פאועל, אויב גייט ער נעמען קרעדיט פאר זיין פעד פאליסי אויב מאכט ער עס, דארף ער יעצט נעמען אקאונטיביליטי פאר זיין פאק אפ, אבער דו האסט אים אמאל געזעהן מאכן א מיסטעיק אין זיין לעבן?

3. אימיגראנטן האבן גע'הרג'עט טויזנטער אמעריקאנער.

4. די עלעקשן איז געווארן געגנב'ט, מ'האט געפעלשט בעלאט'ס מ'האט געציילט צוויי מאל, מאשינען
פאקט מ'האט געהאט 60 קלאגעס אין קאורט און אלע סטעיטס וואס טראמפ האט פארפירט מער מענטשן האבן געוואוט ווי איינוואוינער, און זיי זענען געווארן דיסמיסד איינס ביי איינס.
פיקציע: די עלעקשן איז געווארן געגנב'ט, מ'האט געפעלשט בעלאט'ס
5. Ruby Freeman Shay Moss האבן געשווערצט יו עס בי'ס און קאנספייערד צו פעלשן די 2020 עלעקשנס
פאקט: זיי האבן געטוהן זייער ארבעט בנאמנות ווי מ'זעט אויף די פוטעדזש ווי זיי פאקן אוועק אלע קעסטלעך און פרימען האט דערלאנגט פאר איר טאכטער א ginger mint
פיקציע: Moss & Freeman האבן געשווערצט יו עס בי'ס און קאנספייערד צו פעלשן די 2020 עלעקשנס

6. האט געזאגט פאר די ערשטע עלעקשן אז ער וועט "סופארטן" די געווינער אויב ס'איז נישט אים און שפעטער געפליפט פלאפט ביי די לעצטע דיבעיט. גראדע האט ער טאקע געווינען אבער ווייטער געדאבלד דאון איבער זיינע אומבאגרינדענטע מיסאינפארמאציע איבער פראוד, די גאנצע קריס קאוועק קאמיטע זי"ע... קלאגנ'דיג אז די פאפולער וואוט איז פראוד, נאכן פארלירן מיט כמעט 3 מיליאן קיין עווידענס האט די קאמיטע קיינמאל נישט געטראפן, וואס האט זיך איבערגעשפילט ווייטער אין 2020 נישט געווען גארנישט, רודי דזשוליאני האט אפילו געזאגט פאר איינעם אין א מיטונג אז ער האט נישט גארנישט צו ווייזן... וואס אויב קאנעקסטו דאט'ס טאר אזא מענטש נישט לויפן נישט דאן און נישט יעצט, פשוט נישט פאליטיקל! אפילו אויב זאל ער געווינען מיט א לענדסלייט ער קאנסידט נישט עלעקשנס, ער עגריט נישט צו די רולס פון די געט-גאו. און קען זיין מארגן גייט אים זיין נאז בלוט'ן וועט ער נישט ארויסקומען פון דערהיים, מ'קען דאך נישט וויסן מיט אים וואס אים באדערט היינט עט דיס פוינט.

7. געזאגט ליגנט איבער די השתלשלות פון זיין סטראשענען מייק פענס צו סערטיפייען די רעזולטאטן מכתחילה, אבער ווי באוויסט אים גענוצט אלס א שעיר לעזעאל אין די ביטערע טאג פון די ראיאטן אים באשולדיגט אויף אלעס. קיין איין מאל נישט גערעדט פון זיך און די ביטערע מציאות, אז ער האט נעעעבעך איינגענומען אן אבידה גדולה. קלעסיקל מעשה נארסיסיסם. אייביג א וועג ארויס, אייביג דו, קיינמאל איך.

8. האלט אין איין זאגן ער קען צאמברענגען די לאנד, including ביי די RNC אז ער גייט זיין א פרעזידענט פאר גאנץ אמעריקע ווען יעדער ווייסט ס'איז א אומבאשרייבליכע בעלויני די מציאות איז לויט מערערע שטודיע'ס און אנקעטעס איז ער די מערסט צוטיילנדע פרעזידענט אין היסטאריע, העכער ווי עיברהעם לינקאלן, אדורכפירנד'יג ראדיקאלע אקטן ווי די טראוול בען, און ווי באוויסט אין זיין אייגענע אומבאלומפערטע אדמיניסטראציע פון רייענס פריבוס ביז סטיוו בענאן און פלין, און אנטאני סקאראמוטשי פאר בלויז 10 טאג... אז ער האט נישט געקענט פאראייניגן זיין אייגן קאבינעט, פארשעלי ווייל ער קען נישט הערן א צווייטע מיינונג פון איינעם וואס איז מער קוואליפיצירט פארן דזשאב, אבער די פרידן און פובליק אפיניען פון די לאנד קען ער אוודאי יא צאמהאלטן... ניין דאמעס"ס, פאוליריזאציע איז עט אלל טיים היי'ס! גארנישט קיין אחדות'דיגע קאנדידאט, נאר צושפליטערט די לאנד און די פארטיי נאכמער ווי ס'איז געווען. זיך אנגעריקט קיין דעטרויט צו קאמפיינען ווען יעדער ווייסט ווי טיף אין טוכעס ער האט די יוניענס און ביידן איז די עכטע מידל קלעס וואס האט טאקע געלייגט זיין געלט ביי זיין פיסק און זיי געשטיצט! ווייל דער האט א פעטיש פאר כאאס! נישט צאמברענגען, די מינוט עפעס גייט נישט זיין וועג האט ער א meltdown און פארלירט יעדע אונץ פון שכל, ווארפט אפילו עסן פאר כעס און בלעימט דיך דערפאר. וואס טוט מען אויב דאס פאסירט מיט די נוקלעארע קאוד'ס? גארנישט פאליטיק, די מענטש. די מידות. די טראסט.

9. פאשפראכן אז ער וועט "פראטעקטן סאושל סעקיוריטי" האט ער אבער אין 2020 געקאט פעראל טעקס, א וויכטיגע פריימערי קאנטריבוטער צו סאושל סעקיוריטי פאנדס. ווער גייט באצאלן פאר די אלע ריטייעריס וואס ווערן אפעקטירט פון דעם? נישט דעמאלטס, שפעטער ווען די פראבלעם גייט קומען אין אפאר יאר ארום און מ'וועט שוין לאנג האבן פארגעסן פון טראמפ אויב ער וועט נאך לעבן, אבער זיינע מעשים וועלן זיך פילן, אויב וועט עס קומען נאנט צו דיפלישן און די פרעזידענט פון דעמאלטס וועט ליידן די באשולד.

יעצט וואס וויל איך דא פונקטליך? דא גייט דאך זיין עלעקשנס אין 2 מאנאטן ארום, איך קען דיר נישט זאגן פאר וועם צו שטימען, און אז דו שטימסט פאר אים, האסט א רעכט אויסצודריקן דיין מיינונג, אבער תכלית פרעג דיר אליין וואס שטימסטו פאר? פאר וועם? דו שטימסט פאר זיין קאבינעט? איך האף אז נישט ווייל ער וועט זיי דיפייען ווי היסטאריע האט געוויזן. אז דו האסט אים ליב? דאס איז א סיבה צו שטימען פאר א מענטש נא נא, איך גיי דיר נישט מאכן אים פיינט האבן. האסט ליב זיין סטענס אויף ארץ ישראל? אויך נישט קיין פראבלעם מיט מיר. אבער... אויב שטימסטו פאר אים ווייל דו רעדסט דיך פאר איין מינוט איין אז זיין אגענדע איז "בעסער" מאגא איז די זאך וואס די לאנד דארף יעצט, אדער דו ביזט א וואן אישאו וואוטער מיט א פארשטאפטע נאז (ליין מוח) און אזעלכע סארט טאלקינג פוינט ווייס אז דו ביזט איינגערעדט און באגייסט א גרויסן טעות וואס דו גייסט מעגליך באוויינען, דו שטימסט פאר א מענטש און א פארטיי וואס איז קלערלי נישט דא צו העלפן און ער פאר וואן גייט נאר ערגער מאכן, מ'האט שוין געזעהן אלעס וואס ער איז אבאוט און ער דארף נישט נאך א טשאנס ווייל ער איז בכלל נישט קיין מענטש וואס דערלערנט זיך פון פארגאנגענע גרייזן והשנית ס'איז נישט דא קיין אינדיקעישן אז ער פלאנט צו טוהן סיי וואס אנדערש ווי די ערשטע מאל.

ער איז נישט קיין הערא, ער איז א לוזער. במלוא מובן המילא. און די ערגסטע איז נאך ער וואלט געקענט גיין מיט פאראדע און לאזן עטוואס א לעגעסי אנשטאט גייט ער געדענקט ווערן אלס די ערשטע פרעזידענט צו ווערן אינדייטעד פאר עכטע קרימינאלן, וואס ער איז באגאנגען, פון נישט אננעמען ריעליטי און נאך געהעצט די לאנד צענדליגע מאל אלעס אויף א אלטע שקר, אפילו ס'האט געמיינט לייגן דעמאקריסי אן די ליין. פארן צוטיילן די לאנד מער, פאר טוויטן פון די אוועל אפיס און דערביי אראפברענגען די גאנצע מהוס פון א וועלט פירער אין דעם זינען. פאר געבן די רייכע זיינס גלייכן א ברעיק און טעקסעס אויפן חשבון און אומגעהויערע לאסט פון די מידל קלעס.
פארן צולייגן איבער זיבן טריליאן דאלער צו די נאציאנאלע חוב - דירעקט אקעגן וואס ער האט פארשפראכן צוריצוצאלן די חוב אין אכט יאר. (ביידן האט נאך א פאנדעמיע נאר צוגעלייגט 3 טריליאן.)

טראמפ'ס מאג"א לעגעסי
פאר אפוינטן שטארקע קאנסערוואטיווע ריכטער וואס האבן אין א ריעגרעסיווע צוריקדריי פונעם זייגער איבערגעדרייט ראו ווערסוס וועיד קעגן די ווילן פון די לאנד! און א טייל האבן אפן געשטיצט די הווה אמינא איבערצודרייען בירט קאנטראל רעכטן און געי מערידזש אין די לענדמארק קעיסעס פון in Griswold v. Connecticut, & Obergefell v. Hodges, אונטערן מאנטל פון אויסלאזן די לייצעס און עס פשוט "צוריקגעבן צו די סטעיטס" וואס וואלט געמיינט אוטטער כאאס
פארן געבן עקסטרעמע קאנספיראציע גרופע'ס ווי פראוד בויז און קיונאן א פלאטפארמע מיטן זיין די צונג פון קאנספיראציע און דעלוזיע וואס ער שטיצט
פארן זאגן אלעקס דזשאונס וואספארא "גוטע דזשאב" ער האט געטוהן...
פארן נישט געבן די אמעריקען פיפל פרייע העלטקעיר און נישט באוויזן צו ריפלעיסן אבאמאקעיר און אונז געלאזט אויפן וואסער דערווייל וואס שווערע מיליאנען דאלער אין חובות אין מעדיקל בענקראפסיס זאמלט זיך אן א דאנק די אינעקשן
און רעדנדיג פון דעם, נישט געקענט צאמברענגען הויז פאר א אינפרוסטרוקטור ביל צוליב גרידלאק וואס קאנגרעס איז געווען צו פארנומען מיט וויכטיגערס א שטייגער צו ריפילן אבאמאקעיר, און ריפלעיסט מיט? גארנישט... קודם אונטערברענגען די אנדערע... ביידן האט עס יא באוויזן, אזוי קען מען רעדן א גאנצע נאכט...
טראמפ 6 ביליאן פאר וואסער אינפרוסטרוקטור (joke) ווס. ביידן 55 ביליאן א פראבלעם לאנג אווערדו צוליב וואס אונזער וואסער סיסטעם דארף ערנסטע רענאוועישס פון שווערע הונדערטע ביליאנען, די טראמפ אדמיניסטראציע האט געטוהן א טובה און צוגעווארפן א ביינדל וועגן די דעמאלטס'דיגע פלינט מישיגן פרשה, סתם ווייל מ'האט געמוזט...
נישט מוחל זיין סטודענט חובות וואס פלאגט די נעקסטע דור פון ארבעטער ביזנעסלייט און ענטרעפענוער
נישט געטוהן גארנישט פאר יוניענס
נישט געהאלפן פרויען רעכטן
נישט געשטיצט פעיד מעטערניטי/פעטערנטי ליוו און פארלענגערן וואקאציע סטענדערדס אזוי ווי אין די גאנצע פארגעשריטענע וועלט ווי מ'ארבעט ווייניגער און מ'קומט אן די זעלבע אויב נישט מער.
נישט געטוהן גארנישט פאר לדזשביטי+ רעכטן
נישט געהאלפן אנדערע מינאריטעיטן און זיי נאך אוועקגעמאכט מאל נאך מאל.
נישט געטוהן גארנישט פאר קלימאטן טויש און נאך צוריקגעשלעפט די זייגער צוריקצוברענגען קוילן דזשאבס אין וועסט ווירדזשיניע
פאר אפאר וואוטס אנשטאט'ס מאכן א נייע אויפהייטערנדע פלאן פאר זיי צו מארשירן צו די צוקונפט.
נישט געטוהן גארנישט איבער די פארשאלטענע פריזן אינדוסטריעל קאמפלעקס וואס פראפיט פון קריים און האלטן מענטשן פארשקלאפט פאר יארן לאנג געטריבן פון פריוואטע ביזנעס אויך קאפיטאליזם אינטערעסן, און נאכדעם קומט ער מיר גאר לעקטושרן איבער קריים, אבער pushback קעגן אינקארסערעיטן הונדערטע טויזנטער פאר נאנוויילענט אפענסעס וואס דרייען זיך דורך אריין און ארויס דאס גייט אים גאנץ ווייניג אן.
צוריקגעראולט רעגולאציעס ווי די Osha reporting rule פון ווארקער סעיפטי אונטערן מאנטל פון "רעדוצירן" אבער ס'איז אין ריאליטעיט געווען א פארזוך צו דירעגוליעטן פיריעד. אין א פארזוך צו מאכן קארפערעישנס די גאווערמענט פאוער. also known as: unchecked capitalism
צוריקגעראולט די the Dodd Frank Act וואס זיין פארגייער האט געמאכט אין ליכט פון 2008 מיטן ציל צו פארזיכערן די קאנסומער פון
shady business practices און ווי שטרענג מ'רעגולירט בענק מיט ספעציעלע סטרעס טעסטינג, געדענקסט אפאר בענק זענען צאמגעפאלן לעצטנס? ס'איז דא אן ערנסטע דעבאטע צו האבן צו טראמפ איז נישט דירעקטלי ריספאנסיבל מיטן רילעקסן די רעגולעישן'ס. אבער געדענק גוט ער מיינט דיך דא! נאר דיר!
נישט פארזיכערט נעשנל סעקיוריטי מיט זיינע שארפע אנטי גלאבעליסט אגענדע קעגן כינע
א מענטש וואס האט געטשידט אויף אלע 3 פון זיינע ווייבער אבער סטארמי דעיניעלס? איז א וויטשהאנט פון די דעמעקראטן דוקא פאר די עלעקשן
איי ער איז אויף טעיפ ווי ער זאגט אז ער טוט עס אפט "Grab her by the P"
געפעצטלט מיט דזשיען אי קעראל אין א דיפארטמענט סטאר און באצאלט 5 מיליאן דאלער פאר punitive damages און defamation

זעהסט, איך ווייס נישט קיין סך וועגן דיר, אבער אזעלכע און זאכן קען איך נישט שטיצן איך זעה נישט וויאזוי איך וועל דאס אמאל קענען פארענטפערן פאר מיינע קינדער אדער פאר סיי וועם אין מיינע עלטערע יארן אזוי ווי מ'פרעגט איינעם היינט וואס האט געשטימט פאר דער קרוק ניקסאן וויאזוי איך האב געקענט אמאל שטיצן אזא מענטש, איך ווייס שוין נישט וואס די מארגן קען נאך ברענגען מיט אים, אפילו אויב איז ער א אידן פריינט! איך קען נישט גיין קעגן מיינע ווירדן פון סאציאלע יוסטיץ, איקוואליטי און דעמאקראטיע, פון זיך אננעמען פאר די קליינע מענטש אין די מידל קלאס איבער וואל סטריט פראפיטס און זיך שלאגן קעגן קאפרעט פאליטישנס וואס טוען אינסיידר טרעדינג אויף ביזנעסער וואס זיי רעגולירן, וואס זענען אין טאש פון די ען אר עי און pharmaceutical pacs און אלע שווארצע יארן זאלן זיי אויסגיין וואס פליסן געלטער אין די וואשינגטאן מאשין זייער אפט קעגן מיינע אינטערעסן.
און וויאזוי ער האט געהאנדלט די יאנואר 6 איז געווען ריין דיקטאטוריש וואס מ'האט געזעהן מיט אלע קאלירן, געשטופט נאכאנאנדע שקרים אויף טוויטער, אינסייטעד וויילענס, נישט פארדאמט און גאר אויסגערימט די מאב, נישט גערופן די נעשינאל סעקיורטי Capitol Police Chief Steven Sund און די די.סי. מעיאר מוריעל באוסער האבן, נאך עטליכע עטעמפט'ס ווען זיי זענען שוין ענדליך געווען אויפן וועג האט טראמפ אפאר שעה שפעטער וויע קעלי מעקענעיני גענומען קרעדיט דערפאר, לא דובים... דארפסט אבער קענען די גאנצע טיימליין וואס איך האב געליינט צו וויסן וואס איז געשעהן ווען. ער איז געזיצן אין די ווייסע הויז דיינונג רום און געקוקט טיווי לויט עדות איגנארירט זיינע אייגענע קינדער'ס פארלאנגען עס צו פארדאמען. ניין, לאז מיך האבן מיין נצחון! נאכדעם וועל איך וויינען פארן פאלק ווי אומשולדיג איך בין, און זיי וועלן מיר נאך גלייבן.
איך קען נישט שטיצן א זייט וואס איז טאש פון באואינג וואס האט געהארגעט 346 מענטשן און געשטעלט אין געפאר הונדערטע אנדערע מיטן טוהן שעדי קאמוניסט-לייק פרעקטיסעס, ווייט פון סיי וועלכע מושג פון סעיפטי - אין זייער ביזנעס מיטן נישט פארציילן זייערע אייגענע פילאטן איבער סיסטעם'ס וואס זיי האבן געבויט אלעס פאר אפאר דאלער וואס איז זיי געווען וויכטיגער ווי מענטשן און נאך מיר איינרעדן אז דאס הייסט גאר "קאפיטאליזם".
איך קען נישט שטיצן א מענטש וואס אויב געווינט ער, ער וויל נעבעך נישט אבער מ'וועט אים צווינגען צו ווערן אן אטאקראט און קאנטראלירן די גאווערמענט מיט א קריסטליכע נאציאנליסטישע אגענדע וואס איז נישט געהערט געווארן וואס איך ווייס נישט וואס איך גיי ענטפערן פאר היסטאריע וועם איך האב געשטיצט אין דעם, נעם איך די זיכערע זייט און איך זאג איך האב געשטיצט די וויזיע וואס "איך" האב געוואלט זעהן אין אמעריקע, וואס איך האב געטראכט איז "דזשאסט" וואס וואלט "מיר" געהאלפן.
וואס וואלט מיר געהאלפן מיטן נישט טרעטן אויף קיינעם אנדערש!

מיט דעם קען איך שלאפן רוהיג. איך בעט דיך פון הארץ מיין פריינט, דעם נאוועמבער מאך דיין שטימע א שטימע מיט שכל און מיט דורכגעטראכקייט, און וואס וועט ארבעטן פאר די לאנג טערם, לאנג נאך וואס די סייקל איז דערנאך אבער די פאליסיס וועלן זיך זיס אדער ביטערליך שפירן און דערקענען, נישט וואס זעט אויס די שטיק אין די מאמענט. וואס איז נישט געבויט אויף רשעות און נארסיסיסם, וואס העלפט יעדעם! נישט נאר די מענטש אין 1% נישט א טעקס ברעיק פון נארישע 1000 דאלער נאר וואס וועט רייך מאכן די ארימעלייט און צוריקלייגן טויזנטע און הונדערטע טויזנטערס אין יארן... טראכט פון עכטע אישאו'ס עכטע פרינציפן! קום צו די בעסיקס, נישט די נאנסענס וואס מ'קייט אין שוהל, עדזשוקעישן, צוריק איבערפילן סאושל סעקיוריטי צו לעבן אין ריטייערמענט, רעכטן צו שטימען, אנטיסעמיטיזם, אוועקרייסן APR ביי לאון'ס JUNK FEES זאכן וואס מאכן א עכטע דיפרענס נישט די quick fix

מ'קען נאך אזויפיל רעדן אבער איך האב פשוט געפילט פאר וויכטיג איינמאל פאר אלעמאל אביסל מלקט צו זיין די אלע שקרים און אזויגערופענע "עטשיוומענטס" אויף איין טאץ און ווען מ'טענה'ט זיך די נעקסטע מאל קענען האבן א גרייטע אינדעקס פון אלעם מיט סאורסעס.

We can't go back, #We won't go back#
כ'האב דאס אזוי ליב!

ס'איז געווען אזעלכע אנדערע צייטן

טראמפ האט נאך געענטעפערט ווי א תמימות'דיגע זיידע...

קעלי איז נאך געווען א נארמאלע מענטש אויסצוהערן, יעצט האט זי א בונער א מייל לאנג פאר אלעס וואס די העיליגע טראמפ זאגט

אוי האב איך ליב געהאט די ביעף פון די צוויי

און מארקא רוביא איז יעצט זיין בעסטע פרענד גאר...


דא איז נאך א ליגנט פון די אוצר וואס מ'האט נאך בכלל נישט גערעדט. The fraud of Trump University

אן איבערזיכט פון די דיאלאג:

-האסט געמאכט א ביזנעס טראמפ יוניווערסיטי

-נאר א קליינע ביזנעס

-האסט געגנבט פון מענטשן

-אה נאו, אסאך פון זיי האב איך צוריקגעגעבן זייער געלט און אייננטליך כמעט אלע פון די מענטשן 98% האבן געגעבן רעצענזיע'ס אז ס'איז געווען אויסערגעווענליך

-אין פאקט א דריטל פון פלעינטיפס אין די קעיס זאגן אז זיי האבן געבעטן ריפאנדס דאס מיינט ס'איז נישט די קעיס אז 98% האבן געגליכן דיין קאורס

-וואס הערסטו נישט וואס איך זאג איך האב דאך צוריקגעגעבן כעלט פאר אפאר...

ווייסטו וואס לאמיר זעהן איינמאל ס'איז געסעטלט, איך קען עס סעטלן די מינוט

---------------------------------------------------------------------------------
טאטעניו געטרייער... ווי קומט אריין וועם דו האסט צוריקגעגעבן און וועם נישט? דו שרייסט דאך מיט זיבן מיקראפאונען... די עלעפאנט אין ארון קודש איז אז דו ביזט א פעכי גנב וואס מאכט געלט אויף די בלוט פון תמימות'דיגע ארימע מענטשן וואס גלייבן דיינע מיסלידינג עדס אז דו גייסט זיי מאכן אזוי רייך ווי זיי. אלעס דארפסטו צוריקגעגעבן! און נאכדעם כפל

ווי קומט אריין אז דו גייסט סעטלען, דו קענסט סעטלען, טאקע wow כ'קען גוט ווערן מיט דיר? סעטלען מיינט דו ביזט זכאי? ניין, הרצחת וגם ירשת, נארסט אויס מענטשן און נאכדעם ווייל דו ביזט הויך אין סאסייעטי קענסטו זיך ריינוואשן אונטער די שלייער פון א סעטלמענט וואס דער ארימאן קען נישט... דו רויבער וואס דו ביזט.

סתם געטראפן אין מיין ריסורטש, איך וויל עטס זאלטס פשוט פארשטיין באמת ווער די מענטש אונטער די ליידיגע make America wealthy again איז

א אנזעצער, א שווינדלער וואס קומט אסאך מענטשן וואס האבן אים געבויט זיינע פאלאצן געלט. אים האט עטס ערוועלט ווייל ער פארשטייט צו א דאלאר פארשטייט ער דאך זיכער צו אמעריקע וואס נאר א מאגנאט ווי ער קען עס ארויסהאבן...
 
I don't follow ביטע זיי מסביר ווייל כ'בין נישט זיכער ווי דאס קומט אריין
דו האסט געשריבן די ווערטער "נאר די פוינט איז: סתם שפעקיולירן למעשה וואוט די לאנד פארדעם מיינט נאכנישט אז די לאנד ווייסט אייביג פארוואס זי שטימט פאר, ווענדט זיך וואס מ'זאגט און וויאזוי מ'זאגט."

דו ביסט גאנץ קאנסיסטענט מיט די שיטה, מ'זעהט עס אין גאר אסאך פון דיינע תגובות אז דו האלטס אז דו פארשטייסט בעסער ווי רוב אמעריקא, איך קען הערן אז איינער איז א ליבעראל און ער האלט אנדערש ווי מיר, מ'קען הערן אסאך וויוס וויאזוי מ'קוקט אן זאכן.

אבער דו האלסט אז מענטשן וואוטן אריין א היטלער א פאשיסט א מענטש וואס האט פיינט אמעריקא וכו' וכו' בו בזמן וואס רוב אמעריקא איז ארויסגעקומען וואוטן פאר אים נאכן וויסן די אלע זאכן, ער איז געלאפן אין 2016 ער איז געלאפן אין 2020 און יעצט איז ער געלאפן צום דריטן מאל, און יעדע מאל וואס ער איז געלאפן האט ער צובאקומען וואוטערס, יעצט צום דריטן מאל איז עס שוין געווען נאך זשענעווערי סיקס, ס'איז שוין געווען נאכן זאגן צענדליגע ליגנטס, נאכן גארנישט אויפטון קיין שום גוטע זאך פאר אמעריקא פאר די עקאנאמיע, וכו' וכו' און סאום האו האט ער צובאקומען וואוטערס אין כמעט אלע סטעיטס און פון כמעט אלע דעמאגראפיקס, ווייסע שווארצע מענער פרויען, עלטערע און אינגערע.

אבער דו פארשטייסט אז די אלע מענטשן זענען משוגע און זיי פארשטייען נישט וואס ס'איז גוט פאר זיי, זיי פארשטייען נישט וואס ס'איז גוט פאר אמעריקע, וואוטן זיי פאר די נישט ריכטיגע קאנדידאט.

פארדעם האב איך געזאגט אז דו גלייבסט נישט אין די דעמאקראטישע סיסטעם.

הבנת?
 
דאס איז געווען די סיבה? נישט אז ער האט אויפגערייצט א צוהיצטע מאב ווייל ער האט געהאלטן אז די קאורט סיסטעם איז קעגן אים טראץ א גרויס חלק פון די ריכטער האט ער אריינגעשטעלט?
איך ווייס נישט צו דו האלסט מיט די נייעס, אין די צייט פון די ראלי אין ניו יארק האבן זיך אלע דעמאקראטישע פאנדלעך גענומען זינגען די זעלבע ניגון, היטלער, נאצי, פאשיסט.

איך ווייס נישט וואס דו מישט דא צאם א צוהיצטע מאב מיט זשענעווערי סיקס.

דא האסטו עטליכע לינקס

DNC projects message tying Trump to Hitler on Madison Square Garden during rally

https://www.axios.com/2024/10/28/trumps-msg-rally-1939-msg-nazi-event

Opinion | The spirit of George Wallace was all over Trump’s Madison Square Garden rally

View: https://www.youtube.com/watch?v=NcjBJEm3Vzg


Trump's MSG rally draws comparisons to 1939 pro-Nazi rally

Was Donald Trump's Madison Square Garden rally an evocation of Nazism?

https://thehill.com/homenews/campaign/4956168-walz-trump-madison-square-garden-rally/
 
מ'זאגט נישט ער איז היטלער און ער האט פלענער צו בויען קאנצענטארציע קעמפ'ס און קרימעטאריעמ'ס ווער נישט סטאק
אקעי, אונז האלטן שוין ערגעץ מיט דיר...

און ער זיצט און עסט מיטאג און שווייגט. טוה עפעס! שרייב,
ער האט גראדע יא געשריבן טוויטס אז מ'זאל זיין פיעספול און ארויסגעשיקט א ווידיאו אז מ'זאל אהיימגיין.

און זאגט נאך איך האב ענק ליב, און עטס זענטס פרידליכע פאטריאטן פאר דעם מיין פריינט איז ער א דיקטאטור!
די איינוואוינערס אין רוב לענדער אונטער דיקטאטורן וואלטן געחלישט צו לעבן אונטער אזא דיקטאטור, וואס זיין גאנצע דיקטאטורשאפט באשטייט פון דעם אז ער פארדאמט נישט א ווילדע פראטעסט.

ס'איז אים ענדערש צו קאקן אויף נאטא ווייל ער האט דיך צוגעזאגט אז פוטין האט מורא פון אים...
מ'דארף נישט צוקומען צו דעם אז ער האט געזאגט אז פוטין האט מורא פון אים, קענסט פלעין קוקן אויף די מציאות הדברים, פוטין האט איינגענומען זשארזשיע אונטער בוש'ס זייגער, קריימיע אונטער אבאמאס צייטן, און אוקראינא אונטער ביידענס פרעזידענסי, פונקט אין טראמפ'ס צייטן איז ער איינגעזיצן.
און דו וועסט פאדרייען די שמועס כדרכך, אבער קיין לאגישע rebuttals מיר אפצופרעגן ערווארט איך נישט
.
Gaslighting הייסט נישט געטענה'ט, אונז זעמער אלעַ passionate אין אונזערע שיטות אבער ס'איז דא א וועג וויאזוי מ'רעדט און וויאזוי מ'דעבאטירט..
וואטעווער דאס דארף צו מיינען... מ'וועט עס דורכלאזן דאס מאל...
 
Back
Top