לאמיר דא שרייבן מיינע צוויי צענט, מיטגעהאלטן פון א נאנטע מקור.
סארי צו באסטן דעם באבל פון די אהרונים, מהר"א האט נישט געהאט "קיין שום" חלק אין די גט. לויט די נאנטע עסקנים האט ער נאר אפגע'הרג'עט און די עכטע עסקנים האבן געברויזט אויף זיין דרשה און אויף ר' שמעון זאב.
איך פערזענליך האב גארנישט אקעגן מהר"א, אבער איך האלט אז ביי די פרשה האט ער געטון א נארישע טעות און גערעדט ווי א טיפש, א זאך וואס פילע פארברענטע אהרונים האבן מיר מודה געווען שטילערהייט.
עס איז דא עפעס אין דעם מארקאוויטש וואס אויב דער עולם וועט דאס וויסן וועט מען בעסער פארשטיין זיין מהלך.
דער מארקאוויטש איז געבוירן מיט א אייגנארטיגע, זעלטענע דעזיז, אז ער שפירט נישט קיין פרעשור. ער איז ארומגענומען מיט א שטאלענעם ברייטן עמאציאנאלע פאנצער, און ווען פרעשור קומט אן אין זיינע ד' אמות דרייעט זיך עס אוועק פון זיך אליינס... עס איז נישט משיג צו זיין וואס דער יונגערמאן איז אדורך די לעצטע 10 יאר, קיין איין נארמאלער מענטש וואלט נישט געבליבן ביים זינען, כמעט יעדער וואלט שוין אפילו אויפגעגעבן די קינדער אבי זאלסט מיר לאזן לעבן. אבער דער יונגערמאן איז אנגעגאנגען כאילו לא היה! ער איז אדורך שבעה מדורי גיהנם אבער האט נישט פארלוירן אפילו קיין איין נאכט שלאף... ער איז אנגעגאנגען מיט א מין רואיגקייט כאילו ער האט די גרעסטע הרחבת הדעת אין שטאט און אלעס אין לעבן פארט אים על מי מנוחות...
איינמאל איר ווייסט דאס, וועט איר פארשטיין פארוואס די גאנצע פרעשור פון מהר"א האט נישט געהאט אויף אים די מינדעסטע אפעקט. ער האט זיך אויסגעלאכט דערפון פונקט ווי פון אלע אנדערע דרוק וואס ער האט געהאט, ווי משפחת ר' אברהם כ"ץ, פלעטבוש גירל, קולות אויף זיין צווייטע ווייב, אא"וו.
פרעגט דא דער עולם, וואס האט אים אראפגעברענגט פון בוים אז ער האט למעשה יא געגעבן א גט?
איז דער אמת איז, אז די קשיא איז קיין קשיא נישט. די קשיא איז ענדערש וואס האט אראפגעברענגט ראבינאוויטש פון בוים? מארקאוויטש האט שוין גע'חתמ'עט 2 וואכן צוריק אויף די אגרימענט. נישט ער איז געווען דער יעניגער וואס האט געוואלט טוישן פרטים!! אויב יא, איז עס נאר געווען פרטים צו באפעסטיגן די אגרימענט, ווי צב"ש אריינברענגען ר' ישראל דוד שלעזינגער, אבער נישט זאכן וואס ראבינאוויטש דארף טוישן. די אגרימענט איז בעיקר געווען געבויעט אויף די 3 פארלאנגען וואס מ'האט שוין געשריבן אויבן, האבן וויזיטעישאנס, באצאלן פאר די הוצאות במשך די יארן, און ארויסנעמען די קלאגעס פון קאורט.
ראבינאוויטש איז געווען דער וואס האט נישט געהאלטן ביים חתמ'נען. ער איז געווען דער וואס האט כסדר געטוישט און געדרייט א קאפ. געוואלט יוצא זיין מיט ליידיגע הבטחות און נישט מסכים געווען צו קיין שום סעיף וואס בינדט אים צו מקיים צו זיין די הבטחות.
איך ווייס נישט צי די מחאות אקעגן אים, אדער די מעשה פון מהרז"ל אין אנטווערפן, אדער עפעס אנדערש, האט אראפגעברענגט ראבינאוויטש צו די קניען. אבער אזויפיל ווייסט יעדער אז עס איז די ערשטע מאל וואס ער האט ענדליך גע'חתמ'עט (כאטש איך בין זיכער אז ביידע האבן מסכים געווען צו געוויסע פשרות), ממילא האט די גט פאסירט! מארקאוויטש איז נישט אראפגעקומען פון קיין שום בוים....