תכלת בזמן הזה

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
284
רעאקציע ראטע
1,453
היינט אין ביהמ"ד איז געווען אן עדווערטייזמענט פון א ציצית קאמפאני אז פאר דער וואס וויל איז דא צו באקומען תכלת ציצית פאר ביליג..

איך האב קיינמאל נישט אדורכגעטון די נושא פון תכלת אליין, און איך האב נישט קיין אהנונג וואס עס גייט פאר דערמיט און די אלע פאליטיק ארום.

וואס יא, אסאך מענטשן וואס איך קען האבן אנגעהויבן גיין מיט דעם נאכן אדורכטון די סוגיא.

  • מיכאל אברהם נעמט אן מיט א פשטות אז מכח ספיקא דאורייתא דארף מען גיין דערמיט (נישט אפי' זיכער פון וועלכע ער רעדט..) - ער אבער האט דאך נישט קיין מסורה פון וואס ער האלט.
  • ר' אשר ווייס טענה'ט אז מ'דארף נישט.
  • אליעזר קרויס אויף א שמועס אמאל דערמאנט אז ער גייט דערמיט. - מעגליך נאר אלץ אויבער-חכם..
  • א חבר מיינע, א ידען, זאגט מיר לעצטנס ער הייבט אן צו גיין דערמיט נאכן דורכטון די נושא - מער בבחינת צו ווייזן אז די רמב"ם האט נישט געקענט די מציאות..

איך אפיעל דא צו די תלמידי חכמים צו אריינקומען קלארער מיט די פרטים, ואדרבה, אפשר וועט די אויבנדערמאנטע קאמפאני פארדינען א נייע קאסטומער..
 
אסאך גייען עס ווייל עס קומט אזוי אויס פון די ראשון… אדער מען גייט נישט ווייל עס שטימט נישט מיט די ראשון… איינער פון די שטארקע ״ראיות״ קעגן איז די רמב״ם וואס שרייבט כעין שחור. אן אריין גיין אין די תירוצים, די רמב״ם האט נישט געהאט קיין תכלת, אין די רמב״ם האט אריינגעלייגט אפ דעיט דעיט סייענס פון זיין צייט אין הלכה (הלכות דעות) איז היינט ווען אלע ארכעאלאגן און היסטאריקער זאגן פה אחת אז דאס איז די תכלת (קיינער קריגט זיך נישט דערויף אין די אקעדעמישע/סייענטיפישע וועלט לפי ידעתי, חוץ געוויסע פרומע וואס ווילן שטיפן א נערעטיוו) זעה איך נישט קיין שום סיבה עס נישט צו אננעמען.
 
פארהאן א גוט קונטרס'ל פון הרה"ג ר' הערשל שעכטער פון OU וואו ער איז מבאר פינקטלעך אלעס ארום תכלת און ער אליין גייט אויך מיט תכלת כ'געדענק שוין נישט וויאזוי דער קונטרס הייסט. הרב בעלסקי זצ"ל פון OU פלעגט אויך גיין מיט תכלת און ער האט אויך געשריבן איבער דעם. כ'וועל פרובירן נאכזוכן
 
הרב שכטר טענה׳ט מער ווי דעם.
אז עס איז אמת אז התכלת אינו מעכב את הלבן, ממילא אז מען האט נישט תכלת קען מען גיין מיט ציצית. אבער איין מאל עס איז דא תכלת און דו האסט א ארבע כנפות אן תכלת איז עס א ביטול מצוות עשה. ממילא אויב ווילסט עס נישט גיין גיי נישט מיט קיין ארבע כנפות
 
איך גיי טאקע נישט, אבער כ'קען נישט פארשטיין פארוואס מ'גייט נישט, אפילו ס'איז נאר א ספק, איז עס כאטש א ספק, מה שאין כן ווייסע ציצית איז זיכער נישט קיין תכלת, און וואס האט מען צו דערלייגן פון (אפי' פאלשע) תכלת.
 
די ראדזינע תכלת איז געווען וואס האבן נישט געוואלט גיין אלץ חשש קלא אילן.
אבער ביי די מיורקעס איז עס נישט שייך ווייל עס איז 100% מן החי
 
דאכציך אז הרב שפרן האט געזאגט אז ס'איז לכאורה די אמת'ע תכלת נאר מ'קען נישט צווינגן דערויף וויבאלד ס'נישט דא די מסורה חלק.

(אין אנדערע ווערטער, אידישקייט האט מער מיט קולטור ווי תורה)

איך לכשעצמי וואלט געגאנגען מיט א כתונת שכולו תחלת (זכר למה שעשה קרח), נאר מה אעשה אז מיינע קינדער ווילן בלייבן אין די מוסדות ווי זיי זענען יעצט.
 
די פאני טענה מיט מסורה לגבי דעם איז אזויווי דו שרייבסט דא (אידישקייט האט מער מיט קולטור ווי תורה)
לויט די ארכיאלאגישע גראבונגן זענען פעסטגעשטעלט געווארן אז די מיורקעס פון וועלכע מ'מאכט די היינטיגע תכלת און ווי רוב האבן אנגענומען,איז דאס טאקע די עכטע תכלת וועלכע מ'האט אמאל גענוצט. און די טענה פון מסורה קומט בכלל נישט אריין דא, סתם א פוילע תירץ!
 
כ'האב עס אפשר נישט קלאר ארויסגעברענגט.
די מסורה איז נישט ווי מפקפק אינעם אמיתת התכלת, ס'איז נאר פשוט אזא געדאנק אז מ'קען נישט מחייב זיין איינמאל די זאך איז געווארן אפגעהאקט.
 
איך לכשעצמי וואלט געגאנגען מיט א כתונת שכולו תחלת (זכר למה שעשה קרח), נאר מה אעשה אז מיינע קינדער ווילן בלייבן אין די מוסדות ווי זיי זענען יעצט.
אי משום הא ברויכסטו נישט דאגה'נן ווייל היינצוטאגס זענען שוין פארהאן גאר אסאך וועלכע גייען אין תכלת און מ'ווארפט קיינעם נישט ארויס פון די מוסדות
 
איך גיי שוין יארן אין תכלת און מיינע קינדער האט מען קיינמאל נישט ארויסגעווארפן דערפאר און כ'קען אסאך וועלכע גייען דערמיט און מ'האט זיי נישט פארשיקט
 
פאר די וואס טענה'ן אז די מיורעקס איז זיכער תכלת וואס ענטפערט מען אויף דעת וואס עס טוישט די קאליר ווען עס ליגט אויף די זון.

@Nanach קענסט אפשר מער מסביר זיין וואס הייסט אז ע"ס איז נישט דא קיין חשש קלא אילן ווייל עס איז 100% מן החי?
 
פאר די וואס טענה'ן אז די מיורעקס איז זיכער תכלת וואס ענטפערט מען אויף דעת וואס עס טוישט די קאליר ווען עס ליגט אויף די זון.
עס טוישט זיך פון פורפל/וויאלעט צו בלוי. וואס איז די פראבלעם?
 
פאר די וואס טענה'ן אז די מיורעקס איז זיכער תכלת וואס ענטפערט מען אויף דעת וואס עס טוישט די קאליר ווען עס ליגט אויף די זון.

@Nanach קענסט אפשר מער מסביר זיין וואס הייסט אז ע"ס איז נישט דא קיין חשש קלא אילן ווייל עס איז 100% מן החי?
עס טוישט די קאליר אויפן זון בשעתן מאכן, נישט ווען עס איז פארטיג, איינמאל עס איז אקסידייזד איז עס סטעיבעל. און איך פארשטיי נישט די פראבלעם.
קלא אילן איז טייטש מאכן א בלויע קאליר די זעלבע ווי תכלת (אינדיגו) פון א פלענט אנשטאט פון די חלזון, די איסור איז נישט אויף נוצן די ווראנג חלזון (נישט שייך, עס איז די איינציגסטע חי וואס גיבט די קאליר אן צולייגן עפעס).
אין די ראדזינע תכלת לייגט מען צו סממנים, אין מיורקעס נישט.
 
און נאכמער פון דעם, איינע פון די שטערקסטע טענות פון הרב הרצוג ז"ל קעגן די ראדזינער תכלת איז אז נאר מיט די הילף פון די סממנים ווערט עס בלוי, און אן דעם נישט. און די מיורקעס ווערט בלוי נאר דורכעס לאזן אינטער די זון פאר א צוואנציג מינוט
 
איך פארשטיי זייער שטארק די טענה אז וויבאלד עס האט נישט קיין מסורה קען מען נישט צווינגען בדרך ממה נפשך:

אויב האלסטו אז נאר ספרי הלכה קענען קובע זיין הלכה דאן שטימט דאך נישט די מיורקעס מיט די דיסקריפציע פון חז"ל. אויב אבער האלסטו אז ארכלגיה קען באשטימען וואס די תורה מיינט. דאן לערן נאך אביסל ארכלגיה וועסטו זען אז די תורה אליין איז נישט מחויב, וק"ל.
 
Back
Top