היינט אין ביהמ"ד איז געווען אן עדווערטייזמענט פון א ציצית קאמפאני אז פאר דער וואס וויל איז דא צו באקומען תכלת ציצית פאר ביליג..
איך האב קיינמאל נישט אדורכגעטון די נושא פון תכלת אליין, און איך האב נישט קיין אהנונג וואס עס גייט פאר דערמיט און די אלע פאליטיק ארום.
וואס יא, אסאך מענטשן וואס איך קען האבן אנגעהויבן גיין מיט דעם נאכן אדורכטון די סוגיא.
- מיכאל אברהם נעמט אן מיט א פשטות אז מכח ספיקא דאורייתא דארף מען גיין דערמיט (נישט אפי' זיכער פון וועלכע ער רעדט..) - ער אבער האט דאך נישט קיין מסורה פון וואס ער האלט.
- ר' אשר ווייס טענה'ט אז מ'דארף נישט.
- אליעזר קרויס אויף א שמועס אמאל דערמאנט אז ער גייט דערמיט. - מעגליך נאר אלץ אויבער-חכם..
- א חבר מיינע, א ידען, זאגט מיר לעצטנס ער הייבט אן צו גיין דערמיט נאכן דורכטון די נושא - מער בבחינת צו ווייזן אז די רמב"ם האט נישט געקענט די מציאות..
איך אפיעל דא צו די תלמידי חכמים צו אריינקומען קלארער מיט די פרטים, ואדרבה, אפשר וועט די אויבנדערמאנטע קאמפאני פארדינען א נייע קאסטומער..