תכלת בזמן הזה

אין א מכתב פון ר' מענדל שאפראן שרייבט ער דעם טענה (איך האב עס נארוואס געהערט אין דעם אויבנדערמאנטע שמועס) - https://share.google/4Kky87JP1ayhgsFhE

אויף אייוועלט האב איך הנאה צו זען אזא 138 בלעטער איבער דעם נושא התכלת והחלזון מהו - אידישע וועלט פארומס.
אבער איבערוועגענדעהייט זאגט די עולם אז זיי וואלטן נישט געגאנגעם דערמיט אפילו אויב זיי איבערצייגן זיך אין די אטענטישקייט פון די מיורעקס אלס תכלת - האסטו געטוישט דיין מיינונג בנוגע די תכלת-חילזון נאכ'ן הערן די תורה-קאפ שמועסן? - אידישע וועלט פארומס - געבענדיג שטאף צו מיין אבזערוואציע דא אז רעאליטעט און אידעאלאגיע עקזיסטירן נישט דוקא אינאיינעם ביי אונז.
הרב שאפראן איז לכאורה מטשטש די גבולים,און אדער האט ער נישט יורד געוועהן לעומק הדברים אדער ער מאכט זיך אזוי - דהיינו ער זאגט אז מען האט חושש געוועהן אויף חדשות אין הנהגת המצוות וועגען השכלה , זיי צו ווייזען אז אונז גייען מיר נאר מיט דרך המסורה - דאס איז א בלעיטענט מיס רעפרעזענטעישען ,ווייל מען קען אהנווייזען אויף די שינויים אין שיעורים פון חזון אי״ש וואס איז געוועהן נישט ווי די מסורה, אזוי ווי רבי אברהם חיים נאה האט אויפגעוויזען,
אויף די ריבוע פון תפילין וואס מען איז מער מחמיר היינט מער פון אמאהל , ווייל מען האט די יכולת ,
די חומרא וואס די גדולי ליטא האבען ממציא געוועהן ביי עירובין איז קעגן די מסורה, און קעגען די שולחן ערוך ,
ביי חסידים זאגט מען הלל מיט א ברכה ליל פסח קעגן מסורה ,
זעהט מען אז נישט דאס איז דער פראבלעם מיט תכלת , ווייל עס איז נישט די מסורה .
האמת יורה דרכו דער פראבלעם וואס תכלת האט איז אז די גילוי פון תכלת קומט נישט פון די חרדים,נאר פון די מזרחי חדר, און הגם עס איז ניכרים דברי אמת, אז מען האט היינט די ריכטיגע תכלת ( נישט די וואס דער בעל התכלת פון ראדזין האט געמיינט ) קענען זיך נישט די גדולים צוזאם קלויבען ,און געבען קרעדיט פאר די ממציאים פון תכלת, אז זיי האבען מכוון געוועהן אמת און מען נעמט עס אהן, ווייל זיי זענען פון אנדערע חדר,אבער די חז״ל זאגען קבל את האמת ממי שאמרו .
 
Back
Top