חלב ישראל פרשה - דרך כלל

עס איז דא אפאר זאכן וואס קען זיין א פראבלעם:

1: אין די בית השחיטות קומען ארויס אן ערך פון 25-35% כשר'ע בהמות, און טאמער איז עס א זייער גוטע טאג איז עס 40-45% כשר, קיין רוב איז עס נישט. איי רוב בהמות כשר? איז דער תירוץ אז רוב סירכות וואס אונז פסל'ען איז נאר וועגן אין אנו בקיאים, אבער בעצם איז עס כשר, כמבואר בגמ' שרוב בהמות אינם טריפות.

2: אסאך פון די קוען וואס מען מעלקט ליידן פון Displaced abomasum וואס איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין עס
און ביי עני פלענט פון חלב ישראל טאמער א קו באקומט עס, פארשיקט מען עס פון די פארם.

3: יעצט גיי מיר צו וואס רב שעכטער'ס עיקר פראבלעם איז:
א קו מעלקט מען פון די 2 ביז 6-7, יעצט ביי די 6-7 איז די קו אלט און שוואך און מען שיקט עס אין שלאכט הויז
(Supposedly they make salami etc. It's not good for anything else)
און כמעט אלע פון זיי זענען טרייף מכח זקנותם וחולשם

טענה'ט רב שעכטער אז א דריטל פון די בהמות זענען טרייף און עס מישט זיך אויס מין במינו און איך האב נישט קיין שישים
 
נו איז דאך קושיא במקומה עומדת, ווי אזוי טרינקט מען מילך אויב איז עס נישט דא ששים? די טענה אז רוב סירכות זענען כשר נאר מען איז זיי מטריף וועגן חומרא, איז נישט מספיק, ווייל אז מען איז מחמיר נישט נוצן די פלייש, ווי אזוי טרינקסטו די מילך? עס איז פונקט אזוי אסור מן התורה!

ביי די אפעראציע אויף די בויך וואס ווערט כסדר געמאכט, האט מען מסדר געווען מיט די וועטערינער אז מען שניידט אויף אן אופן עס זאל נישט זיין קיין חשש טריפות, ווי דער לשון אין חז"ל "חותכה מכאן ומתה, חותכה מכאן וחיה".

נחזור לענינינו, לדעתי איז דער היתר פון מילך מיוסד אויף די הנחה, אז ווייל ביי די לידה זענען רוב בהמות כשרות – כמעט אלע טריפות קומען שפעטער, איז הדרינן לכללא פון רבא "שמא מת לא חיישינן", איז דא אויך, שמא נטרף לא חיישינן, און מען דארף נישט קוקן אויף די מציאות וואס וועט זיין אויב מען שחט. "אם לא כן לא מצאנו ידינו ורגלינו בבית המדרש".
 
Back
Top