- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,721
- רעאקציע ראטע
- 8,551
- פונקטן
- 943
זיי מסביר ביטעאבער דאך האט נישט קיין פשט צו טוהן א מצוה וואס מיר האבן נישט א קאננעקשאן דערמיט!
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
זיי מסביר ביטעאבער דאך האט נישט קיין פשט צו טוהן א מצוה וואס מיר האבן נישט א קאננעקשאן דערמיט!
די אוטדעיטעד ריטואלען וואס מיר האלטן אן ביז'ן היינטיגן טאג, ווי למשל אנטוהן ציצית בכלל, איז ווייל מיר זענען קאננעקטעד צו זיי דורך מסורה, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיר באטראכטן דאס אלץ אידישקייט פון קינדווייז אן מדורי דורות, אבער תכלת און קרבנות האבן נישט דעי לימוד זכות.
וועלכע יאר איז ת"ב געפאלן אין יו"כ?וועגן 2 ווייס איך נישט פון וואס דו רעדטס מיינע באב׳ע אין גאליציען האבן נישט געפאסט חוץ פון ת״ב אין יו״כ
מ'האט מיך אויסגעלערנט אין חדר אז ס'נישט קיין שיינע זאך זיך צו ווערטלען אויף א צווייטענס חשבון...
אפי' ס'איז א ספק, פארוואס זאל מען נישט מחייב זיין מספק?ער טענה'ט אז עס איז א ספק און עס איז נישט בידינו להכריע (און ער נעמט אן ווי די פוסקים וואס זענען געבליבן ביים ספק),
שבת איז א לאוו, און תכלת איז א עשה, איך מיין אז ס׳איז אפילו נישט קיין חיוב,איך בין נאר נייגעריג צו שמירת שבת פארן קריג אין אמעריקע וואלט אויך געווען א בחינה פון 'לא תתגודדו' ווייל די עולם 'פירט זיך נישט אזוי'? אין אנדערע ווערטער, אויב איז איינער באמת איבערצייגט אז די תכלת איז וואס די תורה פארלאנגט - איז נאך דא א מקום צו טענה'ן אז מ'טאר/דארף עס נישט טון אלס 'לא תתגודדו'?!
נישט אינגאנצן אמת. גיין ציצית איז טאקע נישט מער ווי עפעס וואס מ'קען אדער יא אדער נישט טון, אבער גיין מיט ציצית האלבוועגס (אן קיין תכלת) איז לכאו' א ביטול עשה וואס איז פראבלעמאטיש.שבת איז א לאוו, און תכלת איז א עשה, איך מיין אז ס׳איז אפילו נישט קיין חיוב,
ס׳איז מער ענדליך צו שאקלן ד' מינים
ס׳איז דאָ א חילוק פון ביטל עשה און עובר אויף א לאוונישט אינגאנצן אמת. גיין ציצית איז טאקע נישט מער ווי עפעס וואס מ'קען אדער יא אדער נישט טון, אבער גיין מיט ציצית האלבוועגס (אן קיין תכלת) איז לכאו' א ביטול עשה וואס איז פראבלעמאטיש.
איך מיין אז די ״פוסקים״ שרייבן די איסר לא תתגודדו כלפי שטיין ווען מען ליינט די עשרת הדיברות און די שירה, כאטש וואס להלכה איז עס לכאורה נישט אויסגעהאלטען.איך בין נאר נייגעריג צו שמירת שבת פארן קריג אין אמעריקע וואלט אויך געווען א בחינה פון 'לא תתגודדו' ווייל די עולם 'פירט זיך נישט אזוי'? אין אנדערע ווערטער, אויב איז איינער באמת איבערצייגט אז די תכלת איז וואס די תורה פארלאנגט - איז נאך דא א מקום צו טענה'ן אז מ'טאר/דארף עס נישט טון אלס 'לא תתגודדו'?!
אין א מכתב פון ר' מענדל שאפראן שרייבט ער דעם טענה (איך האב עס נארוואס געהערט אין דעם אויבנדערמאנטע שמועס) - https://share.google/4Kky87JP1ayhgsFhEאיך האב גערעדט מיט א סיסטעם רב, איבער תכלת, האט ער מיר געזאגט בתוך הדברים, אז עס איז זייער קלאר אז די תכלת איז די עכטע תכלת און בעצם וואלט מען געדארפט גיין דערמיט. אבער די רגע מען הייבט אן טוישן ווייסטו נישט וואס נאך מען גייט טוישן און ווי עס גייט זיך ענדיגן, במילא איז בעסער אז מען טוישט נישט גארנישט.
פון א פראקטישע ביזנעס-אידישקייט בליק האט ער א פוינט, ער אינוועסט תכלת, און די ROI איז די איבריגע חלק פון די תורה.
אבער אידישקייט איז נישט קיין ביזנעס, דער אייבערשטער האט באפוילן צי אנטון תכלת, בהדי כבשי דרחמנא למה לך, פיער נישט די אייבערשטערס חשבונות.
עס איז דא א דעה אין די ראשונים אז די חוטי ציצית דארפען זיין לבן אדער תכלת און אן אנדערע צבע פסל׳ט די ציצית, קומט אויס אז אויב איז עס נישט די תכלת זענען די חוטים פסול, און עס איז גלייך ווי מען איז לבוש מיט ארבע כנפות אהן ציצית, וואס דאס איז א ביטול מצות עשה ממש, איז ממילא שב ואל תעשה עדיף, ווייל נאר מיט לבן אליינס איז מען זיכער יא מקיים די עיקר מצוה ווי די משנה זאגט אין מנחות, התכלת אינה מעכבת את הלבן .
אין א מכתב פון ר' מענדל שאפראן שרייבט ער דעם טענה (איך האב עס נארוואס געהערט אין דעם אויבנדערמאנטע שמועס) - https://share.google/4Kky87JP1ayhgsFhE
אויף אייוועלט האב איך הנאה צו זען אזא 138 בלעטער איבער דעם נושא התכלת והחלזון מהו - אידישע וועלט פארומס.
אבער איבערוועגענדעהייט זאגט די עולם אז זיי וואלטן נישט געגאנגעם דערמיט אפילו אויב זיי איבערצייגן זיך אין די אטענטישקייט פון די מיורעקס אלס תכלת - האסטו געטוישט דיין מיינונג בנוגע די תכלת-חילזון נאכ'ן הערן די תורה-קאפ שמועסן? - אידישע וועלט פארומס - געבענדיג שטאף צו מיין אבזערוואציע דא אז רעאליטעט און אידעאלאגיע עקזיסטירן נישט דוקא אינאיינעם ביי אונז.