תכלת בזמן הזה

זיי מסביר ביטע
די אוטדעיטעד ריטואלען וואס מיר האלטן אן ביז'ן היינטיגן טאג, ווי למשל אנטוהן ציצית בכלל, איז ווייל מיר זענען קאננעקטעד צו זיי דורך מסורה, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיר באטראכטן דאס אלץ אידישקייט פון קינדווייז אן מדורי דורות, אבער תכלת און קרבנות האבן נישט דעי לימוד זכות.

און אגב, הרב נדל איז א פראמענאנטע הלכה פיגור בקרב היהדות החרדית, ער איז א דיין אין א חשוב'ע ליטווישע בית דין, ער איז ווי זיין פאטער אין די פריע יארן, נישט די שפעטע
 
היינט באמערק איך ר' משה שטערנבוך'ס א תשובה (או"ח כ"ו) איבער די היינטיגע תכלת - הגם איך בין נישט זיכער צו וועלכע ער באציט זיך.

ער טענה'ט אז עס איז א ספק און עס איז נישט בידינו להכריע (און ער נעמט אן ווי די פוסקים וואס זענען געבליבן ביים ספק), אבער בעיקר טענה'ט ער אז א איד וואס וויל זיך מתחסד זיין און גיין מיט תכלת אין א מקום וואו עס איז נישט אזוי איינגעפירט, קען זיין אז ער איז גאר עובר אויף 'לא תתגודדו'...

איך בין נאר נייגעריג צו שמירת שבת פארן קריג אין אמעריקע וואלט אויך געווען א בחינה פון 'לא תתגודדו' ווייל די עולם 'פירט זיך נישט אזוי'? אין אנדערע ווערטער, אויב איז איינער באמת איבערצייגט אז די תכלת איז וואס די תורה פארלאנגט - איז נאך דא א מקום צו טענה'ן אז מ'טאר/דארף עס נישט טון אלס 'לא תתגודדו'?!
 
ער טענה'ט אז עס איז א ספק און עס איז נישט בידינו להכריע (און ער נעמט אן ווי די פוסקים וואס זענען געבליבן ביים ספק),
אפי' ס'איז א ספק, פארוואס זאל מען נישט מחייב זיין מספק?
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין נאר נייגעריג צו שמירת שבת פארן קריג אין אמעריקע וואלט אויך געווען א בחינה פון 'לא תתגודדו' ווייל די עולם 'פירט זיך נישט אזוי'? אין אנדערע ווערטער, אויב איז איינער באמת איבערצייגט אז די תכלת איז וואס די תורה פארלאנגט - איז נאך דא א מקום צו טענה'ן אז מ'טאר/דארף עס נישט טון אלס 'לא תתגודדו'?!
שבת איז א לאוו, און תכלת איז א עשה, איך מיין אז ס׳איז אפילו נישט קיין חיוב,
ס׳איז מער ענדליך צו שאקלן ד' מינים
 
שבת איז א לאוו, און תכלת איז א עשה, איך מיין אז ס׳איז אפילו נישט קיין חיוב,
ס׳איז מער ענדליך צו שאקלן ד' מינים
נישט אינגאנצן אמת. גיין ציצית איז טאקע נישט מער ווי עפעס וואס מ'קען אדער יא אדער נישט טון, אבער גיין מיט ציצית האלבוועגס (אן קיין תכלת) איז לכאו' א ביטול עשה וואס איז פראבלעמאטיש.
 
זייער איטערעסאנט אז די זעלבע פוסקים וואס א יעדע ווייטע חומרא און צימאל משוגעת ווערט ביי זיי כמעט יהרג ועל יעבוד, פלוצלינג ביי א ספק דאוריתא ווערן זיי אזאלכע cool guys, אמער ס׳איז א ספק וויאזוי קען מען מחמיר זיין און אפשר גאר טאר מען נישט מחמיר זיין.
 
נישט אינגאנצן אמת. גיין ציצית איז טאקע נישט מער ווי עפעס וואס מ'קען אדער יא אדער נישט טון, אבער גיין מיט ציצית האלבוועגס (אן קיין תכלת) איז לכאו' א ביטול עשה וואס איז פראבלעמאטיש.
ס׳איז דאָ א חילוק פון ביטל עשה און עובר אויף א לאוו
אגב תכלת איז נישט פון די תרי"ג מצות, און ס׳איז נישט מעכב די מצוה פון ציצית, וואס מאיז אויך נישט מחויב נאר אויב מהאט א קלייד פון ד כנפות
 
איך בין נאר נייגעריג צו שמירת שבת פארן קריג אין אמעריקע וואלט אויך געווען א בחינה פון 'לא תתגודדו' ווייל די עולם 'פירט זיך נישט אזוי'? אין אנדערע ווערטער, אויב איז איינער באמת איבערצייגט אז די תכלת איז וואס די תורה פארלאנגט - איז נאך דא א מקום צו טענה'ן אז מ'טאר/דארף עס נישט טון אלס 'לא תתגודדו'?!
איך מיין אז די ״פוסקים״ שרייבן די איסר לא תתגודדו כלפי שטיין ווען מען ליינט די עשרת הדיברות און די שירה, כאטש וואס להלכה איז עס לכאורה נישט אויסגעהאלטען.

בנוגע צי שמירות שבת איז דא אפאר חילוקם;
1) ס׳איז נישט ניכור אויב מאיז א שומר שבת, ס׳איז נישט א מעשה וואס מען טוט.
2) כדי ס׳זאל זיין לא תתגודדו דארף זיין אן איגוד מלכתחילה כדי אז מיין מעשה זאל אויסקוקען אז איך בין פורש פון דעם איגוד, און לכאורה ווען איינער איז א מחלל שבת איז גענוג אז איך זאל און ער זאלען בכלל נישט זיין אן איגוד מלכתחילה אז ס׳זאל קענען אנגיין לא תתגודדו.

יעצו וואס איז די פונקטלעכע גדר וואס טיילט שוין אפ אז ס׳זאל נישט אנגיין קיין לא תתגודדו דאס ווייס איך שוין אבער חילל שבת איז זיכער גענוג.
 
איך האב גערעדט מיט א סיסטעם רב, איבער תכלת, האט ער מיר געזאגט בתוך הדברים, אז עס איז זייער קלאר אז די תכלת איז די עכטע תכלת און בעצם וואלט מען געדארפט גיין דערמיט. אבער די רגע מען הייבט אן טוישן ווייסטו נישט וואס נאך מען גייט טוישן און ווי עס גייט זיך ענדיגן, במילא איז בעסער אז מען טוישט נישט גארנישט.

פון א פראקטישע ביזנעס-אידישקייט בליק האט ער א פוינט, ער אינוועסט תכלת, און די ROI איז די איבריגע חלק פון די תורה.

אבער אידישקייט איז נישט קיין ביזנעס, דער אייבערשטער האט באפוילן צי אנטון תכלת, בהדי כבשי דרחמנא למה לך, פיער נישט די אייבערשטערס חשבונות.
 
אין א מכתב פון ר' מענדל שאפראן שרייבט ער דעם טענה (איך האב עס נארוואס געהערט אין דעם אויבנדערמאנטע שמועס) - https://share.google/4Kky87JP1ayhgsFhE

אויף אייוועלט האב איך הנאה צו זען אזא 138 בלעטער איבער דעם נושא התכלת והחלזון מהו - אידישע וועלט פארומס.
אבער איבערוועגענדעהייט זאגט די עולם אז זיי וואלטן נישט געגאנגעם דערמיט אפילו אויב זיי איבערצייגן זיך אין די אטענטישקייט פון די מיורעקס אלס תכלת - האסטו געטוישט דיין מיינונג בנוגע די תכלת-חילזון נאכ'ן הערן די תורה-קאפ שמועסן? - אידישע וועלט פארומס - געבענדיג שטאף צו מיין אבזערוואציע דא אז רעאליטעט און אידעאלאגיע עקזיסטירן נישט דוקא אינאיינעם ביי אונז.
 
אפי' ס'איז א ספק, פארוואס זאל מען נישט מחייב זיין מספר?
עס איז דא א דעה אין די ראשונים אז די חוטי ציצית דארפען זיין לבן אדער תכלת און אן אנדערע צבע פסל׳ט די ציצית, קומט אויס אז אויב איז עס נישט די תכלת זענען די חוטים פסול, און עס איז גלייך ווי מען איז לבוש מיט ארבע כנפות אהן ציצית, וואס דאס איז א ביטול מצות עשה ממש, איז ממילא שב ואל תעשה עדיף, ווייל נאר מיט לבן אליינס איז מען זיכער יא מקיים די עיקר מצוה ווי די משנה זאגט אין מנחות, התכלת אינה מעכבת את הלבן .
 
ר' שמואל נדל האט גענעילט דעם ענין אין א באקאנטע, קאנטערווערסיאלע (מעשי אבות סימן לבנים) לעקציע מיט אזא גוטע צען יאר צוריק (ביי א צוזאמקומעניש פון מכון מטמוני ארץ אין אר"י)

אופס איך זעה אז מ'האט אים שוין אויבן נאכגעברענגט
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין א מכתב פון ר' מענדל שאפראן שרייבט ער דעם טענה (איך האב עס נארוואס געהערט אין דעם אויבנדערמאנטע שמועס) - https://share.google/4Kky87JP1ayhgsFhE

אויף אייוועלט האב איך הנאה צו זען אזא 138 בלעטער איבער דעם נושא התכלת והחלזון מהו - אידישע וועלט פארומס.
אבער איבערוועגענדעהייט זאגט די עולם אז זיי וואלטן נישט געגאנגעם דערמיט אפילו אויב זיי איבערצייגן זיך אין די אטענטישקייט פון די מיורעקס אלס תכלת - האסטו געטוישט דיין מיינונג בנוגע די תכלת-חילזון נאכ'ן הערן די תורה-קאפ שמועסן? - אידישע וועלט פארומס - געבענדיג שטאף צו מיין אבזערוואציע דא אז רעאליטעט און אידעאלאגיע עקזיסטירן נישט דוקא אינאיינעם ביי אונז.

ביי קיין איין לויער האט רעאליטעט גארנישט מיט די law. אזוי גייט עס ביי חז"ל אויך.

אבער אויב דאס איז אמת, און אונז זענען נישט aware פון עס, גיי מיר נישט ווערן אויסגעלייזט פון משיח.
 
Back
Top