טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
514
רעאקציע ראטע
1,736
טוט זיך יעצט א מלחמה כבידה אין די מאגא העדקוואדערס איבער H1B וויזעס. ווען אילאן מאסק צוזאמען מיט וויוועק ראמאסוואמי, פון די נייע DOGE דעפארטמענט האלטן אז מ'דארף עס יא צולאזן, און די עקסטרעמערע מאגא'ס חברה גייען פייער אקעגן דעם.

H1B וויזע איז געאייגנט פאר קאמפאניס וואס ווילן אריינברענגען דרויסנדיגע ארבעטערס, בדרך כלל רעדט מען נאר פון גאר קוואליציפירטע און שטודירטע ארבעטער. מאסק און וויוועק טענה'ן אז דאס בויעט די אמעריקאנער עקאנאמיע, און נאכמער אז דאס איז א חלק פון די שטארקייט פון די אמעריקאנער עקענאמיע (ענליך צו וואס שבת אחים פלעגט טענה'ן אין ק"ש).
ווען די אנדערע זייט פון טראמפ'ס חברים, שימפן און ברויזן, היתכן מ'גייט דא צונעמען דזשאבס פון ריינע ווייסע אמעריקאנער, און עס געבן פאר אימיגראנטן - דערמאנענדיג זיך פלוצלינג אז DOGE איז ניטאמאל קיין עכטע דעפארטמענט, און אילאן און וויוועק זענען עשירים אדירים, וואס לאו דוקא דער קליינער סיטיזען אינטרעסירט זיי אזוי. כ'האב מורא אז נאך אביסל גייען זיי שוין טענה'ן אז אילאן איז גאר א אונטערגעשטעלטע מעשה פון די דעמאקראטן, אריינצורוקן אלע זייערע שטותים אין טראמפ'ס אדמיניסטראציע... (הוספה: יעצט זוכנדיג אביסל טוויטס איבער די נושא, זעה איך אז ס'שוין דא טאקע וואס טענה'ן ענליכס...:ROFLMAO::ROFLMAO:)
דאס נעמט אריין טענות אז X האט פארשפארט אדער אוועקגענומען די טשעקס וכדו', פון אזעלכע וואס קריגן זיך אין די אישו מיט מאסק. בקיצור: חרב איש באחיו.
אויב איינער האט מער אינפא. איבער די גראטשקע, זאל ער אריינקומען קלאר.
 
היינט וועט ערוועלטער פרעזידענט טראמפ חתמ'נען בערך הונדערט עקזיקוטיוו ארדער'ס, צווישן זיי פערצן איבער אימיגראציע אישו'ס, און נאך.

צווישן די עקזוקטיוו ארדערס, וועט זיין א ארדער (ער האט עס אויך געזאגט ביי זיין איינשווערונג דרשה), אז די פעדעראלע רעגירונג אנערקענט נאר אין 2 גענדערס, זכר ונקבה. און נישט מער - ווי טרענס וכו'.

מיין שאלה איז, וואס גייט עס אים אן? וואס גייט עס אן פאר די רעפובליקאנער איבער די טרענס וכו'?
 
ווען די אנדערע זייט פון טראמפ'ס חברים, שימפן און ברויזן, היתכן מ'גייט דא צונעמען דזשאבס פון ריינע ווייסע אמעריקאנער, און עס געבן פאר אימיגראנטן
דאס איז Reverse DEI
 
מיין שאלה איז, וואס גייט עס אים אן? וואס גייט עס אן פאר די רעפובליקאנער איבער די טרענס וכו'?
פאר די נארמאלע איז עס לכאורה א סיסטעם פראבלעם
נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן שעלטן אויף די אדער אן אנדערע סיסטעם פילן רוב מענטשן בעסער ווען זיי זענען אין אן אוועקגעשטעלטע סיסטעם, און זיי פילן אז דאס שאקלט עס אויף אביסל
אזוי טראכט איך
 
טוט זיך יעצט א מלחמה כבידה אין די מאגא העדקוואדערס איבער H1B וויזעס. ווען אילאן מאסק צוזאמען מיט וויוועק ראמאסוואמי, פון די נייע DOGE דעפארטמענט האלטן אז מ'דארף עס יא צולאזן, און די עקסטרעמערע מאגא'ס חברה גייען פייער אקעגן דעם.

H1B וויזע איז געאייגנט פאר קאמפאניס וואס ווילן אריינברענגען דרויסנדיגע ארבעטערס, בדרך כלל רעדט מען נאר פון גאר קוואליציפירטע און שטודירטע ארבעטער. מאסק און וויוועק טענה'ן אז דאס בויעט די אמעריקאנער עקאנאמיע, און נאכמער אז דאס איז א חלק פון די שטארקייט פון די אמעריקאנער עקענאמיע (ענליך צו וואס שבת אחים פלעגט טענה'ן אין ק"ש).
ווען די אנדערע זייט פון טראמפ'ס חברים, שימפן און ברויזן, היתכן מ'גייט דא צונעמען דזשאבס פון ריינע ווייסע אמעריקאנער, און עס געבן פאר אימיגראנטן - דערמאנענדיג זיך פלוצלינג אז DOGE איז ניטאמאל קיין עכטע דעפארטמענט, און אילאן און וויוועק זענען עשירים אדירים, וואס לאו דוקא דער קליינער סיטיזען אינטרעסירט זיי אזוי. כ'האב מורא אז נאך אביסל גייען זיי שוין טענה'ן אז אילאן איז גאר א אונטערגעשטעלטע מעשה פון די דעמאקראטן, אריינצורוקן אלע זייערע שטותים אין טראמפ'ס אדמיניסטראציע... (הוספה: יעצט זוכנדיג אביסל טוויטס איבער די נושא, זעה איך אז ס'שוין דא טאקע וואס טענה'ן ענליכס...:ROFLMAO::ROFLMAO:)
דאס נעמט אריין טענות אז X האט פארשפארט אדער אוועקגענומען די טשעקס וכדו', פון אזעלכע וואס קריגן זיך אין די אישו מיט מאסק. בקיצור: חרב איש באחיו.
אויב איינער האט מער אינפא. איבער די גראטשקע, זאל ער אריינקומען קלאר.
רעגולער טראמפ administration
פאן פאן פאן!!!!
 
היינט וועט ערוועלטער פרעזידענט טראמפ חתמ'נען בערך הונדערט עקזיקוטיוו ארדער'ס, צווישן זיי פערצן איבער אימיגראציע אישו'ס, און נאך.

צווישן די עקזוקטיוו ארדערס, וועט זיין א ארדער (ער האט עס אויך געזאגט ביי זיין איינשווערונג דרשה), אז די פעדעראלע רעגירונג אנערקענט נאר אין 2 גענדערס, זכר ונקבה. און נישט מער - ווי טרענס וכו'.

מיין שאלה איז, וואס גייט עס אים אן? וואס גייט עס אן פאר די רעפובליקאנער איבער די טרענס וכו'?
וואס גייט עס דיר אן אז ס'נאר דא צוויי?
 
ס'דא מענטשן וואס ס'גייט זיי אן. און איך וויל זיי נישט וויי טון.
 
IMG_2557.jpeg
 
עפעס פארשטיי איך אז וויוועק ראמאסוואמי, דער געטרייער נאכפאלגער פון טראמפ יר"ה, וואס האט געדארפט פירן די דאדזש אפטיילונג צוזאמען מיט מאסק, איז געפלויגן. פונקטליך פארשטיי איך נישט.

נאך איז נייעס, די פארטרעט פון גענעראל מארק מילעי, וואס האט אנגעווארנט אקעגן טראמפ, איז אראפ פון די וואנט אין די פענטאגאן. א שריט וואס אסאך קוקן אן אלס זייער שרעקעדיג. ונזכה ונחיה ונראה.
 
מיין שאלה איז, וואס גייט עס אים אן? וואס גייט עס אן פאר די רעפובליקאנער איבער די טרענס וכו'?
א חלק אלס רעליגיעזע סיבות און א מיעוט שבמיעוט ווייל זיי האלטן פון דער אמת
 
לעצט רעדאגירט:
וועלעכע רעליגיעזע סיבות אדער זינד איז דא אין טרינסג'ענדער?

ואת"ל אז יא, וועלעכע געזעץ אדער פראקלאמאציע גייט מטהר זיין די "רעליגיעזע" זינד פון א פרוי וואס פילט געטרעפט אין א מאנ'ס גוף?
אנערקענען און מינים אויסער מאן און פרוי איז (לשיטתם) קעגן א פסוק 'זכר ונקבה ברא אותם'

פילן פארכאפט אין אן אייגענע גוף (חוץ מזה וואס דאס מאכט נאך נישט מער ווי צוויי מינים) איז לכאורה נישט קיין עבירה ולשיטתם איז עס לכאורה א מענטעל פראבלעם
 
און וואס גייט דיך אן אז ס'דא מער ווי צוויי?
די 'סייענס' זאגט אז ס'איז נאר דא צוויי. און ס'איז מיר נישט אזוי ניחא צו לעבן אין א פאלשע רעאליטעט וואס מאכט סתם ליצנות פון די סייענטיפישע מציאות.
 
נאך איז נייעס, די פארטרעט פון גענעראל מארק מילעי, וואס האט אנגעווארנט אקעגן טראמפ, איז אראפ פון די וואנט אין די פענטאגאן. א שריט וואס אסאך קוקן אן אלס זייער שרעקעדיג. ונזכה ונחיה ונראה.
פארוואס האט ביידן פּאַרדאָנירט מארק מילעי?
 
איינער דא האלט אז עס איז געווען א נאצי סאלוט?
בכוונה, לכאורה נישט. אבער צו דער איז אנגעקוקט מיט נאצישע פראפעגאנדע און אומוואוסענדיג מאכט ער נאך וואס ער זעט? קען זיין.
 
מיין שאלה איז, וואס גייט עס אים אן? וואס גייט עס אן פאר די רעפובליקאנער איבער די טרענס וכו'?
איך שטעל זיך פאר אז עס האט נישט אזוי ווייט מיט די עצם דעקלעראציע, נאר עס קען אפעקטירן אסאך רעגירונג פאלעסיס.
 
Back
Top