טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

@טעלעפאן, דא האסטו זיך איינצושפארן די שפייעכץ..

די ארגומענט גייט* אז האבן סופרעמאסיסטישע אנשויאונגען, האלטן אז אימיגראנטן זענען סוב-הומענס,
כדלעיל
בענען מוסלעמענער,
Executive Order 13769 - Wikipedia
נוצן שעדליכע און הייפערבאליק רעטאריק,
אי אפשר לפורטם כי רבים הם, ומי לנו גדול פון זיינע אייגענע שטיצער וואס אויף יעדע שלעכטע זאך וואס ער זאגט ענטפערן זיי אז 'עס איז ס"ה זיין רעטאריק'...
אבער איך ווייס דאך דו גייסט מיט דעם אלעם פארלאנגעןאן 'עכטע' ביישפיל, וועל איך לכבודך דיר נאכאמאל דערמאנען די הונט און קעץ סטעיטמענט..

האבן אן אייסעלעישאניסט וויזיע (און נאכפאלגער),
טאריפס, טרעיד דיעלס, זיך ארויסציען פון אפגעמאכטע דיעלס, והמסתעף.
ליב האבן אטאריטעריענס,
זיך לעקן צו דיקטאטארן,
זיינע קאמענטארן איבער פוטין, קים יאנג אן, און וויקטאר אורבאן. דאס לאז איך דיר גוגלען..
קומען נאנט צו אלאגארכיע,
#עלאן מאסק, זוקערבערג, ודעימם.. Jake Paul, Zuckerberg and Musk: Who's at Trump's inauguration?

(שטעל דיר נאר פאר די טענטרום פון די רעכטע אויב וואלט דזשאדזש סאראס געהאט אן אפיס אין די ווייסע הויז... היפאקרעסי זוכסטו?!)
וועלן זיין א דיקטאטאר (נאר פאר איין טאג פארשטייט זיך),
Trump's vow to only be a dictator on 'day one' follows growing worry over his authoritarian rhetoric
אפטיילן קינדער פון עלטערן,
Trump administration family separation policy - Wikipedia
און טון וואס אומער אז די אייגענע כבוד (אדער די כבוד פונעם 'פירער') זאל זיין שפיץ,
כדלקמן
נישט האבן סיי וועלכע אקאונטעביליטי,
#אלעס איז פאליטיש מאטיווירט דורך די לינקע
#פעיק ניוז
נישט וועלן מכיר זיין אין עלעקשאנס,
אקעי, כ'פארשטיי ס'איז טאקע געווען פראוד, סא פארוואס זאל ער דען יא מכיר זיין.. מה עוד, קלינטאן האט דאך אויך געעפנט אן אינוועסטיגאציע (נאכן קאנסידן...) סא טעקניקלי מעג טראמפ מאכן א JAN 6 רייאט אין רעספאנס..
שטעלן אייגענע נארמעס,
#פעיק עלעקטאר סקיעם - Trump fake electors plot - Wikipedia
#הייסן מייק פענס אפצושטעלן די פראצעדור.
קענען ברעכן געזעץ מיט 'אימיוניטי',
https://www.supremecourt.gov/opinions/23pdf/23-939_e2pg.pdf
ליגנט זאגן מיט אימפיוניטי,
אנטשולדיגט פארן דאס ברענגען, ס'איז שוין טאקע צו סוביעקטיוו... 😎
סטראשענען צו איינשפארן דזשערנאליסטן פאר די עבירה פון אים נישט ליב האבן,
Google Search
זיכער מאכן אז יעדער לעקט זיך און די ארומיגע זענען איז 101 פערצענט 'לויעל',
סארי, כ'מיין ס'טאקע נישטא קיין באווייז אויף דעם.
*איך שטעל נאכאמאל קלאר אז דאס איז נישט דוקא מיין פערזענליכע מיינונג.

און אנטשולדיגט פארן צוצייכענען וויקיפידיע צווישן אנדערע, דארפסט נישט ליינען די מיסאינפארמאציע וואס זיי שרייבן, נעם עס נאר אלץ שפרונגברעט צו די רעפרענצעס דארטן...
 
כ @אלפא ו @ההוא גברא ועוד לקרא. וואס עכט נאך @אלפא'ס ווערטער פעלט שוין גארנישט אויס צוצולייגן.
אבער א משל קען מען זאגן, אזוי ווי יעדער פארשטייט אז די רעכטע באשולדיגן בערני סענדערס אין קאמוניזם, וועלן עס די לינקע דיפענדן. אבער יעדער פארשטייט אז ס'איז דא דארט א שמעק פון קאמוניזם.
די זעלבע איז מיט אונזער יר"ה ס'דא א שמעק פון פאשיזם.
בערני סאנדערס שעמט זיך נישט מיט זיין שמעק פון קאמוניזם און ס'איז אפיציעל א חלץ פון זיין פלאטפארמע. ווידער מיט פאשיזם, אויב א שמעק זענען ביידע פארטייען פונקט אזוי שמעקעדיג, נישט אז איך האלט אז טראמפ און די רעפאבליקאנער זענען אינגאנצן נישט פאשיסטיש, נאר איך פערזענליך זעה אפי' די דעמאקראטן אלס 'מער' פאשיסטיש. די חילוק איז נאר אז איינער האט די סטעיט פרעסע אויסצופירן זייער פראדזשעקשאן, און די אנדערע נישט.
 
איך בין נישט זיכער וויאזוי צו רעאגירן צו דיר. כ'מיין, דו קומסט אן וואו דו הערסט א שמעק לינקס, דו שיסטס אפאר סטעיטמענטס, און פארלאנגסט ריסערטש, קלאריפיקאציע, קלארע רעספאנסעס, אויף א גאלדענע טאץ, דאן שפאצירסטו דיר אוועק כאילו לא היה. ס'איז צייט דו זאלסט פארלייגן א טעזע ברבים און דיך לאזן אויספראקן, נישט סתם זיין דער חכם וואס קען פרעגן 'אפשר פארקערט' און ארויסציען יעדעם אנדערש פון די נערוון.. (סארי פאר מיין טאן..) ווען מ'ענטפערט שוין יא קען מען נישט ערווארטן קיין לייק אדער נארמאלע רעספאנס נאר נאך עפעס אן אויסגעזויגענע לאזונג פון וואס מ'דארף אליין פראבירן צו מאכן סענס..

צוריק צו דיין שורה. רעאליטעט ביי מיר איז נישט אין סינק עס איז אויף ווידעא און אויפן רעקארד.. און גוט האסטו געטון מיטן נישט גיין ווייטער ווי די ערשטע ווייל דו וואלסט געווארן צומאלן דארט אויך.

אקעי, דו ווילסט הערן וואו ער רופט אימיגראנטן 'בהמות'? דא האסטו: https://www.reuters.com/world/us/tr...michigan-woman-immigration-speech-2024-04-02/

און איך ווייס נישט צו עסן הינט און קעץ איז ביי דיר א 'הומען' אקטיוויטעט..

די עיקר איז אז 'דו האסט נישט אנערקענט אויף קיין שום וועג' ווייל דו ביסט זייער impartial, אבער איך וואס איך לייג פאר טענות פון אנדערע - זאגענדיג קלאר אז איך בין לאו דוקא מסכים צו די מסקנא - איך בין פראפעגאנדירט געווארן.. אקעי.

וואס נאך?
אנטשולדיגט, ער האט נישט גערופן אימיגראנטן חיות. ער האט רעפערירט אלס חיות צו אזעלכע אימיגראנטן וואס האבן אין אקטועל געטוהן זאכן ווי חיות. דעטס איט. די גאנצע ארטיקל נעמט איהם ארויס פון קאנטעקסט מיט א שלל פון מה מצינו'ס גזירה שוה'ס און גוד אסיק'ס......
 
איך וואלט טאקע געוואלט זעהן דיין רעאקציע ווען איינער פון אונזערע פירער וואלט אזוי גערעדט צו ביידן........
ווייל ביי די רעכטע אויב איינער וואגט זיך צו זאגן א ווארט קעגן דעם 'פירער' ווערט ער דער שונא פון די פאלק, מיינט עס נישט אז ביי די לינקע איז אויך אזוי. און ס'איז טאקע נישט אזוי, מ'רעדט כסדר קעגן ביידן קעגן אבאמא קעגן העריס, קיינער ווערט נאך נישט דער שונא פונעם פאלק פארן רעדן קעגן די לינקע פירערס. ופשוט הוא.
 
אנטשולדיגט, ער האט נישט גערופן אימיגראנטן חיות. ער האט רעפערירט אלס חיות צו אזעלכע אימיגראנטן וואס האבן אין אקטועל געטוהן זאכן ווי חיות. דעטס איט. די גאנצע ארטיקל נעמט איהם ארויס פון קאנטעקסט מיט א שלל פון מה מצינו'ס גזירה שוה'ס און גוד אסיק'ס......

וואו בעטן אים די דעמאקראטן נישט צו רופן (נאר די) 'רוצחים' בהמות?

ער זאגט דארטן זיי זענען 'עיליען ענימעלס', און איך וואלט אויך פארשטאנען אז ער רעדט נאר פון יענעם רוצח, ווען נישט ער זאגט גלייך דערויף אז די דעמאקראטן בעטן אים 'זיי' נישט אנצורופן אזוי..
ממה נפשך האסטו, אדער זאגט ער דא ליגנט (אז דעמאקראטן לאזן נישט אנרופן רוצחים - בהמות), אדער רעדט ער פון אימיגראנטן בכלליות...

פערזענליך האלט איך אז ער איז א גראבע ראסיסט און סופרעמאסיסט (מ'קען מעגליך מאכן אן ארגומענט פארוואס עס איז אויסגעהאלטן, און מ'קען זיך טענה'ן פארוואס איך גלייב אזוי. ואכמ"ל) און ער דרייט אייביג מיט זיין שפראך אויף וועגן צו צופרידנשטעלן די קראוד, פלאס אויף אן אופן דמשתמע לשתי אנפין, אזוי ער זאל אייביג האבן די לעוורידזש צו טענה'ן אז ער האט דאס נישט עכט געמיינט.. וממילא וועל איך דיר נאכגעבן אז מ'קען (כמעט) אייביג דרייען זיין רעטאריק אז עס זאל נישט מיינען ממש ממש דאס ארגסטע, אבער יעדער ריזנאבל מיינד (אינקלודינג בען שפירא אליין) קען נישט דיסאגריען איבער זיינע עכטע אנשויאונגען...

לדעתי.
 
ווייל ביי די רעכטע אויב איינער וואגט זיך צו זאגן א ווארט קעגן דעם 'פירער' ווערט ער דער שונא פון די פאלק, מיינט עס נישט אז ביי די לינקע איז אויך אזוי. און ס'איז טאקע נישט אזוי, מ'רעדט כסדר קעגן ביידן קעגן אבאמא קעגן העריס, קיינער ווערט נאך נישט דער שונא פונעם פאלק פארן רעדן קעגן די לינקע פירערס. ופשוט הוא.
אפשר קענסטו ציטירן אזא ענליכע פאל מיט אבאמא? טראמפ האט עס געהענדלט זייער מענטשליך.
 
אפשר קענסטו ציטירן אזא ענליכע פאל מיט אבאמא? טראמפ האט עס געהענדלט זייער מענטשליך.
אזוי ווי @אלפא האט שוין פריער געשריבן:
איך בין נישט זיכער וויאזוי צו רעאגירן צו דיר. כ'מיין, דו קומסט אן וואו דו הערסט א שמעק לינקס, דו שיסטס אפאר סטעיטמענטס, און פארלאנגסט ריסערטש, קלאריפיקאציע, קלארע רעספאנסעס, אויף א גאלדענע טאץ, דאן שפאצירסטו דיר אוועק כאילו לא היה. ס'איז צייט דו זאלסט פארלייגן א טעזע ברבים און דיך לאזן אויספראקן, נישט סתם זיין דער חכם וואס קען פרעגן 'אפשר פארקערט' און ארויסציען יעדעם אנדערש פון די נערוון.. (סארי פאר מיין טאן..) ווען מ'ענטפערט שוין יא קען מען נישט ערווארטן קיין לייק אדער נארמאלע רעספאנס נאר נאך עפעס אן אויסגעזויגענע לאזונג פון וואס מ'דארף אליין פראבירן צו מאכן סענס..

און אגב, ווען איך האב געברענגט די ווערטער פונעם גלח, האב איך נישט געוואוסט אז טראמפ איז ארויס קעגן איר, כ'האב מיך פארגעשטעלט אז ער האט זיך אפגעווישט די נאז, און געגאנגען ווייטער - אזוי ווי ביידן אבאמא און אנדערע וועלט פירער טוען און וואלטן געטון. און נאר זיינע אונטערטאנען און לעקער'ס האבן זיך גערעגט אויף איר.
ווען איך ווייס אבער אז ער האט גערעדט קעגן איר, וואלט איך מיך נישט אנגעפאנגען צו טענה'ן מיט דיר, ווייל איינמאל טראמפ איז קעגן איינעם, קען מען שוין נישט רעדן צו זיינע נאכפאלגער (וואס איז נישט קיין קולט... כמובן).
Gh5lFRoWcAA1cVT.jpg
 
ס'איז נישט מיין סטראטעגיע, ס'איז פּאַרט פון די מציאות. בד''וו איך בין בכלל נישט אזא חסיד פון מאסק און איך בין זייער סקעפטיש וועגן איהם. און איך ווארט אויס די גראבע קריג ציווישן איהם און טראמפ פריער אדער שפעטער. טראמפ איז אבער א אנדערע מעשה, לדעתי איז ער נישט קיין בייזוויליגע פארשוין אין פאליטיק. משא''כ אלע אנדערע פאליטיקער רעפאבליקאנער און דעמאקראטן זענען בייזוויליגע אונטערדרוקער פון מענטשהייט.
 
אטע דאס איז די ארגומענט צווישן אונז, ער ברענגט עס נאר גוט ארויס, און דו קאנפירמסט עס מיט א passion..
 
טראמפ זאגט אז ער פלאנירט צי פלאצירן די עזה בירגער אין ירדן, מצרים און אינדונזיה.
דעיס זעהט אויס צי זיין די ערשטע רעאליסטישע פלאן צי לעזען די עזה פראבלעם, נאך יארן וואס אום-ריאליסטישע פאליטיקאנטען שלאגן פאר מערב-וועלט-פלענער פאר א דזשיהאדיסטישע פאלק ווי למשל איין-שטאט און צוויי-שטאט לעזונגען.
פיינעלי אנערקענט מען שוין אז מען האנדעלט נישטא מיט א פראגמאטישע פאלק וואס זיכט צי לעבן בשלום מיט זייערע שכנים, נאר מען מוז זיי אינגאנצען אוועקריקען, פונקט ווי איידע מלמד פארשטייט אז מען זעצט נישט דעם בּוּלי לעבען דעם נרדף, נאר מען זעצט עם אין די אנדערע זייט פון קלאס.
 
Kyle Kulinski איז די בעסטע זאך אין די וועלט...

א זעלטענע gem וואס האט ארויס די ליגנט און די ארומחוש'ן מיט די מענטשהייט אויף יעדן שטאפל און טוט גלייכצייטיג די ארבעט פון געבן אן אלטערנאטיוו וואס צו הערן און וואס צו שטודירן ווי באוויסט האקט ער אלס אריין אין די the gilded age
ממש א גאון
 
קימט אריין די נייעס אז ביידן האט דעזעגנירט 50M$ קאנדאמס זאל גיין פאר עזה,
גאנץ גוט….
פיינעלי, מ׳זיכט שוין אזוי לאנג א סעלושען פאר די פאלעסטינע אישו,
רבותי, ס׳איז דא א סעלושען, קאנדעמס!!🤣
 
לעצט רעדאגירט:
ביסטו זיכער אז דו ווילסט אז סזאל נישט זין קיין קאנדאמס אין עזה?
און 5 יאר ארום האסטו דארט 10 מיליאן בעביס...
מיך זעט עפעס אויס אז אפי' יעצט ניצן זיי עס עניוועי נישט און פאקעטן די געלט
ווייל נאכן אויסהרגנען אזויפיל זיי זענען צוריק אין די מאסן
 
Back
Top