יש עתיד
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 56
- רעאקציע ראטע
- 269
היינט האט טראמפ ארויפגעלייגט טעריפס אויף קאנאדע און מעקסיקא. דאס קען הייבן די פרייזן פאר וויכטיגע פראדוקטן אין אמעריקע.
ער אליינס איז נישט קלאר פארוואס ער טוט עס, פריער אין די יאר האט ער געזאגט וועגן טרעיד דעפיציט, יעצט טוישט ער וועגן דראגס הגם די אפיציעלע נומער פון פעטאניל פון קאנאדע איז זייער ווייניג (19 ק"ג אין פארגלייך צו 8,600 ק"ג וואס קומען פון מעקסיקא). די עכטע תירוץ איז לכאורה ווייל ער איז א בולי וואס האט ליב צו רייטן אויף די שוואכע און וויבאלד קאנאדע שטייט אויס צו פארלירן מער קען ער זיי טשעפענען.
פאלגענד איז פונעם וואל סטריט זשורנאל (היפש א קאנסערוואטיווע צייטונג),
"די טיפשות'דיגסטע טרעיד מלחמה אין היסטאריע:
מיסטער טראמפ זעט אפטמאל אויס ווי ער האלט אז אמעריקע דארף ווען גארנישט אימפארטירן פון אנדערע לענדער בכלל, אונז קענען ווען פונקציאנירן אין א פערפעקטע פארמאכטע עקאנאמיע ווי אלעס ווערט געמאכט ביי אונז אינדערהיים, דאס ווערט אנגערופן autarky, אבער דאס איז נישט אונזער וועלט ווי אונז וואוינען אדער זאלן וועלן וואוינען, אזוי ווי מיסטער טראמפ גיין אויסגעפונען גאר בקרוב.....
קיין איינע פון די זאכן וואלטן נישט געטארט פאסירן אונטער די אמעריקע מעקסיקא קאנאדע טרעיד אפמאך וואס ער אליינס האט אויסגעארבעט און אונטערגעשריבן אין זיין ערשטע טערמין. די אמעריקאנער גרייטקייט זיך אנצופייפן אויף זייער אייגענע האנדלס אפמאכן אפילו מיט זייער נאנטע חברים וועט נישט געבן אנדערע לענדער שטארקע חשק צו מאכן צו מאכן דיעלס מיט זיי. קען זיין מיסטער טראמפ וועט דערקלערן זיג און צוריקציען אויב באקומט ער עפעס קליינע הבטחות.
אבער אויב א טרעיד מלחמה אין נארט אמעריקע האלט אן, וועט עס קוואליפיצירט ווערן ווי איינע פון די טיפשות'דיגסטע אין היסטאריע."
View: https://x.com/RpsAgainstTrump/status/1885716634330939779?t=CevPs9Eo3GEZoghCGJOTew&s=19